אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רש"י"

1,817 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 9 חדשים
ראזמארין
אין תקציר עריכה
(ראזמארין)
שורה 41: שורה 41:


==פירוש==
==פירוש==
רש"י האט שטארק מורא געהאט טאמער וועלן דער תנ"ך און דער תלמוד ווערן "פארשלאסענע ספרים" פאר די מאַסן. זייענדיג "דעמאָקראַטיש", א פאָלקס מענטש פון נאטור, איז ער געווען אייפעריג צו באקענען דעם פּשוט'ן איד, "עמך", מיט אונזערע רייכע גייסטיגע אוצרות. ער האט געוואלט אז יעדער איד זאל פארשטיין דעם תנ"ך ווי אונזערע חכמים ז"ל טייטשן אים אויס. האט ער גענומען שרייבן פּירושים אויף תנ"ך און אויף גמרא. און זיין אונטערנעמונג איז אים געלונגען אויסערגעווענליך. ווייל זיינע אויסטייטשונגען און פארטייטשונגען מאכן קלאר דעם תנ"ך און ש"ס פארן פּשוט'ן אידן און פארן תלמיד חכם, פאר יונג און אלט.
רש"י האט שטארק מורא געהאט טאמער וועלן דער תנ"ך און דער תלמוד ווערן "פארשלאסענע ספרים" פאר די מאַסן. זייענדיג "דעמאקראטיש", א פאלקס מענטש פון נאטור, איז ער געווען אייפעריג צו באקענען דעם פּשוט'ן איד, "עמך", מיט אונזערע רייכע גייסטיגע אוצרות. ער האט געוואלט אז יעדער איד זאל פארשטיין דעם תנ"ך ווי אונזערע חכמים ז"ל טייטשן אים אויס. האט ער גענומען שרייבן פּירושים אויף תנ"ך און אויף גמרא. און זיין אונטערנעמונג איז אים געלונגען אויסערגעווענליך. ווייל זיינע אויסטייטשונגען און פארטייטשונגען מאכן קלאר דעם תנ"ך און ש"ס פארן פּשוט'ן אידן און פארן תלמיד חכם, פאר יונג און אלט.


רש"י'ס פּירוש איז געוואָרן אַזוי אָנגענומען בכל תפוצות ישראל, אַז מען האָט רש"ין גערופן "פּרשנדתא" (דער פּרשן פון דת), און זיין פּירוש אויף חומש איז ווארשיינליך געווען דאס ערשטע העברעאישע ספר וואָס איז געוואָרן געדרוקט (אין יאָר 1475, רל"ה).
רש"י'ס פּירוש איז געוואָרן אַזוי אָנגענומען בכל תפוצות ישראל, אַז מען האָט רש"ין גערופן "פּרשנדתא" (דער פּרשן פון דת). די קאָלאָסאַלע וויכטיגקייט פון רש"י אויף תורה האט געפירט דערצו אז נישט-אידישע
געלערנטע אין מיטלאלטער האבן עס איבערזעצט אויף [[לאטיין]]. זיין פּירוש אויף חומש איז געדרוקט געווארן צו ערשט אָן דעם חומש, אין רעגיאָ אין יאר 1475, רל"ה. דאס איז דער סאמע ערשט־דאטירטער געדרוקטער לשון-קודש ספר. מיט דעם חומש-טעקסט איז רש"י געדרוקט געווארן צום ערשטן מאל אין באָלאָנאַ, אינעם יאר 1582. דער פּירוש איז איבערזעצט אין פילע שפּראכן, אידיש און ענגליש אריינגערעכנט.


אין זיין פּירוש אויף תנ"ך באַנוצט רש"י זייער פיל די מדרשים און דעם אגדה'שן טייל פון ש"ס. ער נוצט אויס באזונדערס די שטעלעס וועלכע ענטהאלטן א מאראלישן, אדער אַן עטישן פּונקט. זייענדיג אַן אויסערגעווענליכער מייסטער פון לשון הקודש, און באזיצענדיג אַן אויסערגעווענליכן חוש פאר שפּראך אין אלגעמיין, איז עס אים געלונגען צו ערקלערן קלאר דעם קאמפּליצירסטן, פארוויקלטסטן ענין אין עטליכע קורץ געפאסטע אבער פיל זאגענדיגע ווערטער.
אין זיין פּירוש אויף תנ"ך באנוצט רש"י זייער פיל די מדרשים און דעם אגדה'שן טייל פון ש"ס. ער נוצט אויס באזונדערס די שטעלעס וועלכע ענטהאלטן א מאראלישן, אדער אַן עטישן פּונקט. זייענדיג אַן אויסערגעווענליכער מייסטער פון לשון הקודש, און באזיצענדיג אַן אויסערגעווענליכן חוש פאר שפּראך אין אלגעמיין, איז עס אים געלונגען צו ערקלערן קלאר דעם קאמפּליצירסטן, פארוויקלטסטן ענין אין עטליכע קורץ געפאסטע אבער פיל זאגענדיגע ווערטער.


רש"י באנוצט אין זיין פּירוש געוויסע ספרים פון דקדוק, זעצט איבער פיל ווערטער אין אַלט־פראַנצויזיש און טיילמאָל אין דייטש, וואָס הייסט ביי אים "בלעז". וועגן דעם איז פאַראַן דאָס בוך פון דארמשטעטער, וועלכער האָט אויפן גרונט פון רש"יס פראנצויזישע וערטער געפאָרשט די אַנטוויקלונג פון פראַנצויזיש.
רש"י באנוצט אין זיין פּירוש געוויסע ספרים פון דקדוק, זעצט איבער פיל ווערטער אין אלט־פראנצויזיש און טיילמאל אין דייטש, וואס הייסט ביי אים "בלעז". וועגן דעם איז פאַרהאן דאָס בוך פון דארמשטעטער, וועלכער האט אויפן גרונט פון רש"י'ס פראנצויזישע וערטער געפארשט די אנטוויקלונג פון פראנצויזיש.
פון פיל ערטער איז צו זען, אַז רש"י איז אויך געווען באַקאַנט מיט מעדיצין.
פון פיל ערטער איז צו זען, אז רש"י איז אויך געווען באקאנט מיט [[מעדיצין]].


ווי ווייט רש"י איז געווען אָנגענומען קאָן מען זען דערפון, וואָס מע רופט אים "רש"י הקדוש", און פיל פּירושים זענען געשריבן געוואָרן אויף דעם פּירוש רש"י אויף חומש ("מזרחי", "שפתי חכמים" און אַנדערע).
ווי ווייט רש"י איז געווען אנגענומען קען מען זען דערפון, וואס מ'רופט אים "רש"י הקדוש". פיל פּירושים, מער ווי הונדערט און פופציג, זענען געשריבן געווארן אויף דעם פּירוש רש"י אויף חומש ("מזרחי", "[[שפתי חכמים]]" און אנדערע), און אויף די פירושים זענען פארהאן נאך פירושים, און אויף די נאך, און אזוי ווייטער.


עס זענען פאַראַן טייל פּירושים וועלכע מען שרייבט צו צו רש"י, אָבער באמת שטאַמען זיי ניט פון רש"י.
עס זענען פארהאן טייל פּירושים וועלכע מען שרייבט צו צו רש"י, אבער באמת שטאמען זיי נישט פון רש"י. [[רבי יעקב עמדין|רבי יעקב פון עמדין]] זאגט אין דער הקדמה צו זיין ספר "לחם שמים" אז רש"י אויף דברי הימים איז נישט רש"י'ס. אמאליגע יארן, ווען געוויסע מחברים האבן געוואלט אז זייערע ווערק זאלן ווערן פּאָפּולער און אויטאָריטעטיוו, פלעגן זיי ארויפשטעלן אויף דעם ספר דעם נאמען פון א בארימטן מחבר. זענען פארהאן פארשידענע פּירושים מיטן נאמען פון רש"י, און זיי זענען נישט פון רש"י, ווי צום ביישפּיל רש"י אויף נדרים, אויף מסכתא אבות, אויף מדרש רבה…


רבי ישעיה הורוויץ אין של"ה שרייבט, אַז רש"י האָט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דאַרף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן וואָרט זיינס.
זיין אייניקל, דער בארימטער רבינו תם, האט זיך אויסגעדריקט אז ער וואלט געקענט שרייבן א פּירוש אויף ש"ס ווי רש"י, אבער ער וואלט נישט געקענט שאפן א פּירוש ווי רש"י'ס אויף חומש. [[רבי ישעיה הורוויץ]] אין של"ה שרייבט, אז רש"י האט מחבר געווען זיין פּירוש מיט רוח הקודש און מען דארף דעריבער מדקדק זיין אין יעדן ווארט זיינס.


==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==