אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי דוד טעביל דיינאווסקי"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
{{דרעפט}}
רבי דוד טעוול דיינאָווסקי איז געווען דער לעצטער רב אין פּיאָנטניצע (Piątnica), ביי [[לאמזשע|לאָמזשע]]. ער איז געווען דורכגעדרונגען מיטן מוסר־גייסט פון ליטווישע ישיבות. ער האָט געהאַט אַ ליבשאַפט צו אידן בכלל און זיך באַמיט צו משפּיע זיין אויף זיי מיטן רוח התורה והמצוות{{הערה|שם=לאמזשע271|{{צ-בוך|מחבר=רעדאקטאר, ה. סאבאטקא|נאמען=לאָמזשע: איר אויפקום און אונטערגאַנג|מתרגם=יעקב קאָפּל ברוכאַנסקי|שנת הוצאה=1957|עמ=271|קישור=https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yizkor-books/yzk-nybc313861/lomzshe-ir-oyfkum-un-untergang?book-page=297&book-mode=1up}}}}. ר' טעוועלע איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע פּערזענלעכקייט, אַ הדרת־פּנים, א גרויסער למדן. מיט גרויס כבוד און ליבשאַפט האָט מען זיך צום רב באַצויגן{{הערה|שם=משה762|משה פרידמאן, פנקס מחמש קהילות חרבות, פרוזשענע, בערעזע, מאלטש, שערשעוו, סעלץ, עמ' 762}}.
'''רבי דוד טעוול דיינאָווסקי''' (תרכ"ה–תש"ג) איז געווען דער לעצטער רב אין פּיאָנטניצע (Piątnica), ביי [[לאמזשע|לאָמזשע]]. ער איז געווען דורכגעדרונגען מיטן מוסר־גייסט פון ליטווישע ישיבות. ער האָט געהאַט אַ ליבשאַפט צו אידן בכלל און זיך באַמיט צו משפּיע זיין אויף זיי מיטן רוח התורה והמצוות{{הערה|שם=לאמזשע271|{{צ-בוך|מחבר=רעדאקטאר, ה. סאבאטקא|נאמען=לאָמזשע: איר אויפקום און אונטערגאַנג|מתרגם=יעקב קאָפּל ברוכאַנסקי|שנת הוצאה=1957|עמ=271|קישור=https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yizkor-books/yzk-nybc313861/lomzshe-ir-oyfkum-un-untergang?book-page=297&book-mode=1up}}}}. ר' טעוועלע איז געווען אַן אויסערגעוויינלעכע פּערזענלעכקייט, אַ הדרת־פּנים, א גרויסער למדן. מיט גרויס כבוד און ליבשאַפט האָט מען זיך צום רב באַצויגן{{הערה|שם=משה762|משה פרידמאן, פנקס מחמש קהילות חרבות, פרוזשענע, בערעזע, מאלטש, שערשעוו, סעלץ, עמ' 762}}.

==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
ער איז געבוירן אין יאר תרכ"ה צו ר' אלחנן{{הערה|שם=אהלי|{{היברובוקס|שמואל נח גאטליב|אהלי שם|36602|page=158|מקום הוצאה=פינסק|שנת הוצאה=תרע"ב|עמ=114}}}}. ר' דוד איז געווען א תלמיד פון חפץ חיים, און אויך זיין שוואגער????{{הערה|שם=לאמזשע270|לאמזשע: 270}}.
ער איז געבוירן אין ווילקי (קאוונער גובערניע){{הערה|{{היברובוקס|בערל כהן|יידישע שטעט, שטעטלעך און דארפישע ישובים אין ליטע ביז 1918|46565|page=131|שנת הוצאה=תשנ"א}}}} אין יאר תרכ"ה צו ר' אלחנן{{הערה|שם=אהלי|{{היברובוקס|שמואל נח גאטליב|אהלי שם|36602|page=158|מקום הוצאה=פינסק|שנת הוצאה=תרע"ב|עמ=114}}}}. ר' דוד איז געווען א תלמיד פון חפץ חיים, און אויך זיין פלימעניק; ער איז געווען א שוואגער מיט'ן חפץ חיים'ס זון, רבי ארי' לייב הכהן פופקא.

אין תרמ"ו איז ער געווארן אויפגענומען אלס דומ"ץ אין ווילקי (קאוונער גובערניע) און אין תרנ"ג איז ער געווארן א מגיד שיעור ("ראש ישיבה") אין פּיאָנטניצע, א שטעטל ביי לאמזשע{{הערה|שם=אהלי}}{{הערה|1=לאמזשע: 60}}.
אין תרמ"ו איז ער געווארן אויפגענומען אלס דומ"ץ אין ווילקי און אין תרנ"ג איז ער געווארן א מגיד שיעור ("ראש ישיבה") אין פּיאָנטניצע, א שטעטל ביי לאמזשע{{הערה|שם=אהלי}}{{הערה|1=לאמזשע: 60}}.

אין תרס"ז איז ר' דוד־טעבל געווארן אויפגענומען אלס רב אין מאַלטש (Malech; גראדנער/בריסקער גובערניע, היינט אין [[בעלארוס]]) אלס ממלא-מקום פון [[רבי שמעון שקאפ]]. ער איז אהינגעקומען מיט א פאמיליע פון 7 קינדער. דער ארטיגער ישיבה איז דאן געווען אפּגעשוואכט אבער דורך זיין השתדלות איז פון דער [[סלאבאדקער ישיבה]] אנגעקומען א גרויסע צאל בחורים, קאַרפּנקעפּ, גרויסע לומדים, צווישן זיי ר’ שלמה (וואס איז אינגיכן געווארן זיין איידעם), און [[רבי יעקב קאמינעצקי]]{{הערה|{{אוצר החכמה|חודש זשורנאל|דאס אידישע ווארט - 260|649484|260||page=16}}}}. אויך איז געקומען א גרעסערע גרופּע זיינע תלמידים פון פּיאָנטניצע. מען האט אנגעהויבן לערנען "[[מוסר]]" ווי אין סלאבאדקע{{הערה|שם=עפל}}.
אין תרס"ז איז ר' דוד־טעבל געווארן אויפגענומען אלס רב אין מאַלטש (Malech; גראדנער גובערניע, היינט אין [[בעלארוס]]) אלס ממלא-מקום פון [[רבי שמעון שקאפ]]. ער איז אהינגעקומען מיט א פאמיליע פון 7 קינדער. דער ארטיגער ישיבה איז דאן געווען אפּגעשוואכט אבער דורך זיין השתדלות איז פון דער [[סלאבאדקער ישיבה]] אנגעקומען א גרויסע צאל בחורים, קאַרפּנקעפּ, גרויסע לומדים, צווישן זיי ר’ שלמה (וואס איז אינגיכן געווארן זיין איידעם), און [[רבי יעקב קאמינעצקי]]{{הערה|{{אוצר החכמה|חודש זשורנאל|דאס אידישע ווארט - 260|649484|260||page=16}}}}. אויך איז געקומען א גרעסערע גרופּע זיינע תלמידים פון פּיאָנטניצע. מען האט אנגעהויבן לערנען "[[מוסר]]" ווי אין סלאבאדקע{{הערה|שם=עפל}}.

ר' דוד איז געווען א גרויסער גאון און א חריף. ער פלעגט קענען דעם גאנצן זמן זאגן דעם שיעור, וועלכע ער האט פארגעלערנט 2 מאל אין וואך, אויף איין עמוד פון דער גמרא, און אין דעם פלעגט ער אריינטייטשן דעם תמצית פון דער גאנצער מסכתא. זיין בית־דין־צימער (אַ היפּשער סאַלאָן) איז געווען א ריזיגע ביבליאטעק אנגעפּאקט מיט ספרים. ער איז אויך געווען א גרויסער משכיל, גוט געקענט לשון־קודש. טאג און נאכט איז ער געזעסן און געלערנט{{הערה|שם=עפל}}.

שורה 33: שורה 33:
ער איז געווען, ווי אַלע מוסר’ניקעס, אַ קעגנער פון ציוניזם. עולים קיין א“י זיינען ביי אים געווען פאַררעכנט ווי געצנדינער. פאַרן חורבן האָט ער אַרויסגעגעבן אַ ספר מיטן נאָמען „לקראת צמא“ (קעגן דורשטיקן). ער האָט דאָס וואָרט „צמא“ געמאַכט פאַר אַ ראשי תיבות: ציוניסטן, מזרחיסטן, אגודייסטן. אין דעם ספר איז הרב דיינאָווסקי קעגן אַלע פּאַרטייען, נאָר דער בית מדרש און די תורה איז גוט פאַר אידן. ווען אין א“י האָבן אויסגעבראָכן אומרוען, האָט ער געדרשנט אין זיין בית מדרש, אַז אידן דאַרפן זיין ווי אַ וואָרעם (תולעת), וועלן זיי נישט האָבן וואָס מורא צו האָבן (באַציענדיק זיך אויפן פּסוק אין ישעיהו: אל תיראי תולעת יעקב). ווען זיי וועלן אָבער אויפהייבן דעם קאָפּ, פאָדערנדי אַ אידישע מדינה, וועלן די אַראַבער זיי צעטרעטן. פונדעסטוועגן האָבן די ציוניסטן, און באַזונדערס די ציוניסטישע יוגנט, געהאַט די הויפּט השפּעה אויפן אידישן געזעלשאַפטלעכן לעבן{{הערה|שם=לאמזשע271}}.

ר' דוד־טעבל דיינאָווסקי איז אומגעקומען על־קידוש־השם צוזאַמען מיט זיין עדה{{הערה|שם=עפל}}, אין לאַגער פון זאַמבראָוו אין יאַנואַר 1943{{הערה|שם=לאמזשע270}}
ר' דוד־טעבל דיינאָווסקי איז אומגעקומען על־קידוש־השם צוזאַמען מיט זיין עדה{{הערה|שם=עפל}}, אין לאַגער פון זאַמבראָוו אין יאַנואַר 1943{{הערה|לאמזשע: 270}}

== רעפערענצן ==
== רעפערענצן ==