1,047
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה צייכן: רויע רעדאגירונג |
(←סארטן פיוטים: רעדאגירט און פארברייטערט, המשך יבוא לכש...) צייכן: רויע רעדאגירונג |
||
| שורה 34: | שורה 34: | ||
==סארטן פיוטים== | ==סארטן פיוטים== | ||
פיוטים קענען | די נעמען פון די פיוטים קענען זיין באשטימט באזירט אויף זייער ארט אין די נוסח התפילה, אדער אויף זייער סרוקטור אין סטיל וויאזוי זיי זענען אהערגעשטעלט. | ||
אין פארשידענע תּקופות זענען געוויסע סארט פיוטים געווען מער פארשפּרייט ווי אנדערע. | |||
=== לויט די דאווענען === | |||
די סעריע פון פיוטים וואס ווערן געזאגט אין די [[שמונה עשרה|תפילת עמידה]] ווערן אנגערופן '''[[קרובות]]''' אדער '''קרוב"ץ''', שפעטער האט מען אנגעהויבן נוצן דעם נאמען אויך אלס שם הכולל אויף פיוטים אין אלגעמיין, בעיקר אין אשכנז. די קרובה סעריע זעלבסט איז אויך איינגעטיילט אין א צאל סארטן; די פיוטים וואס זענען איינגעטיילט אין אן אייניגע סיסטעם פאר אלע זיבן ברכות פון דעם שבת'דיגן אדער יום-טוב'דיגן חזרת הש"ץ ווערט גערופן '''שבעתא''' צוליב די זיבן ברכות אין די עמידות; די קרובה וואס איז איינגעטיילט צווישן די אכצן ברכות פון א וואכנדיגער שמונה עשרה ווערט אנגערופן קרובת '''שמונה עשרה'''. | |||
די | די מערסט דאמינירנדער טיפ פון די פארצייטישע פיטנים איז דער '''[[קדושתא]]''' סארט קרובה, דאס איז אויסגעשטעלט בלויז אויף די ערשטע דריי ברכות פון די חזרת הש"ץ, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה וואס ווערן געזאגט ביים דריטן ברכה פון "הא-ל הקדוש". דער קדושתא פלעגט ווערן אלס ברייט פארצווייגטע סעריע וואס ענטהאלט אין זיך א רייע מיט פיוטים, אנגעהויבן פונעם '''מגן''' - ביים ערשטן ברכה "מגן אברהם", דערנאך '''מחיה''' - ביים צווייטן ברכה פון "מחיה המתים", און '''משלש''' - ביים דריטן ברכה, דאס איז נאכגעפאלט געווארן מיט רייע פיוטים וואס זענען געווענליך געווען געבויט מיטן זעלבן סטרוקטורעלן כאראקטעריסטיק, דער סעריע איז אויסגעפירט געווארן מיטן '''סילוק''' וואס האט געדינט אלס אריינפיר צו די פסוקים פון קדושה, און עווענטועל אלס פארזאג פארן חזן בעפאר די פסוקים. | ||
{{הויפט ארטיקל|קרובות}} | |||
די פיוטים וואס געהערן צו די ברכות בעפאר און נאך [[קריאת שמע]] ביי [[שחרית]] זענען די '''[[יוצרות]]''', אויך דער טערמין האט מען שפעטער גענוצט צו באצייכענען אין אלגעמיין פיוטים ביים דאווענען. דער יוצר סעריע האט פארמאגט אונטער זיך א סיסטעם פון פיוטים, באשטימט לויט די ברכה אין וואו זי האט זיך געפינען. דאס האט אריינגערעכנט : '''יוצר''' - געזאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור; '''אופן''' - צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"]; '''מאורה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות"; און '''אהבה''' - געזאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע. און דערנאך '''זולת''' - געזאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ; און '''גאולה''' - איידער'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". | |||
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און | {{הויפט ארטיקל|יוצרות}} | ||
אין צוגאב צום אלגעמיינעם סעריע, זענען געוואן פארברייטערטע פיוטים אינערהאלב די קרובות, זיי האבן פארמאכט אייגענע נעמען לויט זייערע געלעגנהייטן. דאס רעכנט אריין '''תּקיעתא''', וואס באצירט די פסוקים פון מלכויות, זכרונות און שופרות, ביי די מוסף־שמונה עשרה אום [[ראש השנה]]; דער '''סדר העבודה''' (וואס שילדערט די קרבנות יום הכפורים אין דער צייט וואס דער בית המקדש איז געשטאנען), אין דער חזרת הש"ץ פון מוסף [[יום כיפור|יום הכפורים]]; אדער די '''אזהרות''' פון שבועות, וואָס רעכענען אויס די ליסטע פון [[תרי"ג מצוות|613 מצוות]] אין דער תורה. די וואכנדיגע קרובות פאסט-טעג האבן אריינגרעכענט '''[[סליחות]]''' - פיוטים צו זאגן אינערהאלב דעם זעקסטן ברכה פון "סלח לנו", בעת אום [[תשעה באב]] זענען פארפאסט געווארן די '''[[קינות]]''' - אלס המשך צום קרובה וואס האט אריבערגעשפרייזט די ברכות פון שמונה עשרה און האט אויסגעפירט מיט א לענגערע סעריע פון פיוטים ביים ברכה פון "בונה ירושלים". די סליחות און קינות זענען אין שפּעטערדיגע תקופות געווארן גערוקט געווארן צו זאגן נאכן ענדיגן די חזרת הש"ץ. | |||
'''סליחות''' זענען אויך פארפאסט געווארן פאר חודש [[אלול]] און [[עשרת ימי תשובה]]. די '''[[הושענות]]''' זענען ספעציעלע פיוטים פאר [[סוכות]] צו זאגן ביים ארומגיין דעם בימה מיטן די ארבעה מינים. | |||
אין די פריע תקופת הפיוט זענען די פיוטים בעיקר געווען געאייגנט בלויז פאר די מחויב'דיגע תפילות, ווי אויך א קליינע צאל פיוטים פאר [[ברכת המזון]], בעיקר פאר ספעציעלע צערעמאניעס, אזוי אויך זענען אין דער תקופה פארפאסט געווארן '''אשכבה''' פיוטים (אדער צידוק הדין) פאר א [[לוויה]]. דער אריינפיר פיוט וואס דער חזן זאגט איידערן אנהויבן דעם דאווענען ווערט אנגערופן א '''רשות''', אין דעם איז אויך אריינגערעכנט דעם רשות לחתן תורה, פון די עליה פון [[שמחת תורה]]. שפעטערדיגע פייטנים האבן אויך צוגעלייגט פיוטים פאר [[זמירות]] ביי די סעודות פון שבת און יום טוב, און פאר נאך אנדערע געלעגהייטן. | |||
=== לויט די סטיל === | |||
די פיוטים ווערן אויך אנגערופן מיט נעמען באזירט אויף זייער סטיל און סטרוקטור-געבוי. א שטייגער ווי פזמון, רהטא, שלמונית, קיקלר אא"וו. | |||
==זאמלונגען פון פיוטים== | ==זאמלונגען פון פיוטים== | ||