בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,365
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
ק ((diffedit)) |
||
| שורה 9: | שורה 9: | ||
גלוסק, נאכן הערן וועגן [[ווילנער גאון]] אז ער איז נישט נאר גרויס אין לערנען נאר אויך אין די וועלטליכע חכמות, איז געגאנגען אים באזוכן. בעת'ן שמועס האט זיך ארויסגעכאפט ביים אורח א פראזע, אז דער גרויסער מפרש [[רש"י]] פלעגט נישט שטענדיג אויסטייטשן דעם פסוק לויטן פשט און אויך די בעלי-המדרש זענען נישט אויסן געווען אויסצוטייטשן לויטן דקדוק. איז דער גאון געווארן א פארציטערטער אז ער האט געהערט אזא אפיקורסות, און האט תיכף אפגעהאקט דעם שמועס. וואס עס האט ווייטער פאסירט, דערציילט אבא הלוסק אין זיין בריוו צו מענדלסאנען: | גלוסק, נאכן הערן וועגן [[ווילנער גאון]] אז ער איז נישט נאר גרויס אין לערנען נאר אויך אין די וועלטליכע חכמות, איז געגאנגען אים באזוכן. בעת'ן שמועס האט זיך ארויסגעכאפט ביים אורח א פראזע, אז דער גרויסער מפרש [[רש"י]] פלעגט נישט שטענדיג אויסטייטשן דעם פסוק לויטן פשט און אויך די בעלי-המדרש זענען נישט אויסן געווען אויסצוטייטשן לויטן דקדוק. איז דער גאון געווארן א פארציטערטער אז ער האט געהערט אזא אפיקורסות, און האט תיכף אפגעהאקט דעם שמועס. וואס עס האט ווייטער פאסירט, דערציילט אבא הלוסק אין זיין בריוו צו מענדלסאנען: | ||
:"איך בין אוועק אין מיין אכסניא. אבער איידער איך בין געקומען צו מיין רו, האבן זיך שוין געפעדערט צוויי מלאכי חבלה און האבן מיך גערופן צו קומען צו די פרנסים פון שטאט און זייער בית-דין... בין איך געגאנגען און געשטעלט זיך פאר זיי. זענען פאר מיר געזעסן זיבן זקנים אנגעטון אין טלית און תפילין. האט איין זקן זיך אויפגעשטעלט פאר מיר און געזאגט: דו ביסט דאס יענער, וואס דו האסט מחרף ומגדף געווען אויף די חכמי המדרש ז"ל און אויף די רייד פון רש"י ז"ל? האָב איך געענטפערט: איך האב נישט מחרף ומגדף געווען. זאגט ער צו מיר: און וואס האסטו געזאגט דעם גאון? דעמאלט האב איך געזאגט, אז זיי טייטשן נישט איין אויפן דרך הפשט. האט דער אלטער א מאך געטון מיט דער האנט, און די צוויי מחבלים האבן מיך גענומען און ארויס געפירט אין דרויסן... און דער זקן איז אויפגעשטאנען און האט מיר פארגעליינט דאס קוויטל פון בית-דין, אז איך מוז קריגן פערציג מלקות, ווי עס איז דער דין פון דעם וואס איז מבזה תלמידי חכמים. און די צוויי מלאכי חבלה האבן מיך געשלאגן טאקע די דאזיגע קלעפּ. נאר דערמיט האט זיך זייער כעס נישט איינגעשטילט, נייערט זיי האבן מיך געבראכט פארן אריינגאנג פון שול און האבן אריינגעטון מיין האלז אין אן אייזערנער קייט, וואס איז געווען איינגעפעסטיגט אין וואנט פון שול (דאס איז די [[קונע]]), איך זאל שטיין אזוי פארן עולם, און איבער מיין קאפּ האבן זיי צוגעקלעפּט א פּאפּיר, וואו עס איז געווען אנגעשריבן, אז דער דאזיגער מענטש ווערט באשטראפט, ווייל ער האט געשפּעט איבער די רי רייד פון אונזערע הייליגע חכמים. און איטליכער ווער עס איז געקומען | :"איך בין אוועק אין מיין אכסניא. אבער איידער איך בין געקומען צו מיין רו, האבן זיך שוין געפעדערט צוויי מלאכי חבלה און האבן מיך גערופן צו קומען צו די פרנסים פון שטאט און זייער בית-דין... בין איך געגאנגען און געשטעלט זיך פאר זיי. זענען פאר מיר געזעסן זיבן זקנים אנגעטון אין טלית און תפילין. האט איין זקן זיך אויפגעשטעלט פאר מיר און געזאגט: דו ביסט דאס יענער, וואס דו האסט מחרף ומגדף געווען אויף די חכמי המדרש ז"ל און אויף די רייד פון רש"י ז"ל? האָב איך געענטפערט: איך האב נישט מחרף ומגדף געווען. זאגט ער צו מיר: און וואס האסטו געזאגט דעם גאון? דעמאלט האב איך געזאגט, אז זיי טייטשן נישט איין אויפן דרך הפשט. האט דער אלטער א מאך געטון מיט דער האנט, און די צוויי מחבלים האבן מיך גענומען און ארויס געפירט אין דרויסן... און דער זקן איז אויפגעשטאנען און האט מיר פארגעליינט דאס קוויטל פון בית-דין, אז איך מוז קריגן פערציג מלקות, ווי עס איז דער דין פון דעם וואס איז מבזה תלמידי חכמים. און די צוויי מלאכי חבלה האבן מיך געשלאגן טאקע די דאזיגע קלעפּ. נאר דערמיט האט זיך זייער כעס נישט איינגעשטילט, נייערט זיי האבן מיך געבראכט פארן אריינגאנג פון שול און האבן אריינגעטון מיין האלז אין אן אייזערנער קייט, וואס איז געווען איינגעפעסטיגט אין וואנט פון שול (דאס איז די [[קונע]]), איך זאל שטיין אזוי פארן עולם, און איבער מיין קאפּ האבן זיי צוגעקלעפּט א פּאפּיר, וואו עס איז געווען אנגעשריבן, אז דער דאזיגער מענטש ווערט באשטראפט, ווייל ער האט געשפּעט איבער די רי רייד פון אונזערע הייליגע חכמים. און איטליכער ווער עס איז געקומען דאוונען מנחה האט מיך גערופן: פושע ישראל!, און מען האט מיר קיין שפיי אין פנים נישט געזשאלעוועט, און פון דעם וואס מען האט מיר אנגעשפיגן אין פנים איז געווארן כמעט א טייכל ווי דער ירדן. דו ווייסט דאך, אז ווילנע איז נישט ווי בערלין, וואָרום אין ווילנע קומט א גרויסער עולם אין דער צייט פון דאוונען. אז מען האט געענדיגט דאוונען מנחה, האט מען מיך ארויסגעפירט אויסערן שטאט און געהייסן גיין"{{הערה|1={{היברובוקס|רבי העשיל לעווין|עליות אליהו|46776|page=36|מקום הוצאה=ווילנע|שנת הוצאה=תרל"ד|עמ=47—50}}. לויט דער אנמערקונג פון ר' יעקב צבי פון מעקלענבורג איז דער משכיל וואס איז באשטראפט געווארן נישט געווען [[שלמה מיימון]], ווי מען האט געמיינט על-פי טעות, נאר אבא הלוסק.}}. | ||
גלוסק איז שפעטער געפארן קיין [[דייטשלאנד]], [[האלאנד]], [[פראנקרייך]] און [[ענגלאנד]] איידער ער איז צוריק אהיים. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער פּאעט אַדעלבערט פון שאַמיסאָ האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (1832). | גלוסק איז שפעטער געפארן קיין [[דייטשלאנד]], [[האלאנד]], [[פראנקרייך]] און [[ענגלאנד]] איידער ער איז צוריק אהיים. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער פּאעט אַדעלבערט פון שאַמיסאָ האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (1832). | ||
רעדאגירונגען