אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פיוט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (מכלוליזאציע, הסרת כותרות ריקות, צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
צייכן: רעף-פאנטשער
ק (מכלוליזאציע)
שורה 79: שורה 79:
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").
די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").


==ביאורים==
{{ביאורים}}
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}


[[he:פיוט]]
[[he:פיוט]]

רעוויזיע פון 22:19, 22 סעפטעמבער 2024

א פיוט איז א קונסטליכער פאעטישער שאפונג, אין פארום פון א געדיכט אדער ליד, וואס איז אריינגעשטעלט געווארן צצו זאגן ביים דאווענען, אלס הוספה צו דער נוסח התפילה.

דער פיוט ברענגט ארויס אין פאעטישע שטריכן, געפילן פון לויב, געבעט אדער קלאג. עס זענען פאראן פארשידנארטיגע מנהגים וואסערע פיוטים צו זאגן ביים דאווענען, און אויף וועלכן אופן.

היסטאריע

דאס ווארט פיוט שטאמט פון גריכישן ποιητής (פּאָעט, שאַפער)[1]

מיר געפונען אין די תורה א צאל שירות וואס זענען אין סטיל פון א ליד, א שטייגער ווי דער שירת הים. אין די נביאים געפונט זיך מערערע פאעטישע געזאנגען, ווי תהלים, שיר השירים און אשת חיל סוף ספר משלי.

די פארצייטישע פיוטים, האבן נישט פארמאכט קיין גראמען אבער זענען געווען אויף א פאעטישער סטיל, און טייל האבן אויך פארמאגט אקראסטיך פון אלף-בית. טייל פון זיי זענען אריין אין נוסח התפילה, א שטייגער ווי א-ל ברוך גדול דעה, א-ל אדון, און די נוסחאות פון קדושה. אין די סידורים פון די גאונים געפינט מען אויך א גרויסע צאל פיוטים וואס זענען נישט לויט'ן גראם, א שטייגער ווי די אזהרות אויף שבועות, און די פיוטי "עבודה" פון יום כיפור.

אין די "קלאסישער תקופה" פון פיוט, איז שטארק אויסגעברייטערט געווארן דאס שאפונג פון פיוטים, און האט אוועקגעשטעלט א גאנצע סעריע פון פיוטים אויף יעדן פון די שבתים און ימים טובים, צו זאגן ביי די ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה.

די גאונים רעכענען אויס די פארצייטישע פייטנים אלס: יוסי בן יוסי, יניי, רבי אלעזר הקליר, פינחס און יהושע[2].

נעמען פון די פיוטים

אין דער קלאסישער תקופה פון פיוט, זענען פארפאסט געווארן פיוטים-סעריעס צו זאגן דורכאויס דעם דאווענען, צוזאמגעפלאכטן מיט די נוסח התפילה, אדער אנשטאט די אלגעמיינע נוסח. די פיוטים וועגן אנגערופן מיט נעמען, באזירט אויפ'ן ארט אינעם סדר התפילה וואו עס איז אריינגעשטעלט.

אין די שפעטערדיגע דורות איז אנטשטאנען א צעמישעניש אין דעם הינזיכט, ווען מ'האט מען אנגעהויבן רופן אלע פיוטים מיט'ן נאמען קרוב"ץ, אדער יוצרות.

יוצרות

אין אריגינעלן טערמין האט זיך דאס באצויגן צו דעם פיוטים-סעריע פון די ברכות קריאת שמע. די פיוטים פון ברכות קריאת שמע זענען איינגעטיילט אין זיבן חלקים, און זיי ווערן אלע אנגערופן מיט'ן שם הכולל "יוצר" וואס איז אויך דער נאמען פונעם ערשטן טייל פון די סעריע; די ברכה פון יוצר אור.

די זיבן חלקים פון די "יוצר" סעריע זענען:

בעפאר קריאת שמע
א. יוצר - א פיוט וואס מען זאגט אנהייב פון די ברכה יוצר אור, נאך די ווערטער "עושה שלום ובורא את הכל".
ב. אופן - א פיוט וואס מען זאגט צווישן די פסוקים "קדוש" און "ברוך כבוד" [ביי די נוסח פון "והאופנים וחיות הקודש"].
ג. מאורה - א פיוט וואס מען זאגט בעפאר'ן אויסלאז פון די ברכה "יוצר המאורות".
ד. אהבה - א פיוט וואס מען זאגט בעפאר'ן אויסלאז "הבוחר בעמו ישראל באהבה", איידער קריאת שמע.
נאך קריאת שמע
ה. זולת - א פיוט וואס מען זאגט נאך די ווערטער אֵין אֱ-לֹהִים זוּלָתֶךָ. געווענליך ענדיגט זך עס מיט א בקשה אויף די גאולה, אזוי ווי די נושא פון דעם ברכה.
ו. דערנאך א פיוט וואס מען זאגט נאכ'ן פסוק "מי כמוכה" - געווענליך רעדט דער פיוט ארום איבער יציאת מצרים און שירת הים.
ז. גאולה - א פיוט פאר'ן אויסלאז פון די ברכה "גאל ישראל". אין די קלאסישע תקופה פון פיוט הייבן זיך די סארט פיוטים אן מיט די ווערטער "ה' מלכנו...".

לויט געוויסע פיוט-פארשער[3] זענען די פיוטים אריגינעל פארפאסט געווארן צו זאגן אנשטאט די אלגעמיינע נוסח פון ברכות קריאת שמע, אבער נאך די קלאסישע תקופה פון פיוט איז דאס צוגעלייגט געווארן אלס הוספה צו דעם באשטימטן נוסח התפילה. אין די אייראפעאישע קהילות איז דאס זאגן די פיוטים באטראכט געווארן וואלונטיריש; אין די קהילות פון אשכנז האט מען אנגעהאלטן דאס זאגן די פיוטים פון יוצר, אופן און זולת, און דאס איבעריגע האט מען אויסגעלאזט.

קרובות

די פיוטים-סעריע וואס ווערט געזאגט דורכ'ן בעל תפילה, אינערהאלב די הויכע שמונה עשרה, ווערט אנגערופן קרובות (אין די ספרים פון מנהגי אשכנז ווערן זיי גערופן קרובץ).

אין די קלאסישע תקופה פון פיוט זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל סעריעס פון "קרובות" אויף ימים טובים, און ספעציעלע שבתים, און אויך אויף אלגעמיינע שבתים באזירט אויף די קריאת התורה פון די וואכעדיגע פרשה.

די קרובות זענען איינגעטיילט אין צוויי סארטן, באזירט אויפ'ן מנהג אין ארץ ישראל צו זאגן "קדושה", בלויז ביי די הויכע שמונה עשרה פון שחרית אום שבת און יום טוב. דעריבער זענען געווען צוויי סארטן סעריעס:

קדושתא - א פארצווייגטע און לענגערע סעריע, וואס אנטהאלט א סיסטעם פון פיוטים אויף די ערשטע דריי ברכות פון שמונה-עשרה, אריינגערעכנט די פסוקים פון קדושה.
שבעתא - א סעריע קורצע פיוטים אויף יעדן פון די זיבן ברכות פון די שבת'דיגע און יום-טוב'דיגע דאווענען, וואס מען זאגט נישט קיין קדושה דערביי. צומאל האט עס אויך געקענט פארברייטערן מיט לענגערע פיוטים ביי טייל ברכות.

ווי אויך איז פארהאן די:

קדושת י"ח - וואס איז א צוזאמשטעל פון די צוויי דערמאנטע; געווידמעט פאר די תפילת שמונה-עשרה אין ספעציעלע טעג פון יאר וואס מען האט יא געזאגט דערביי "קדושה", א שטייגער ווי חנוכה, חול המועד און ראש חודש. דער ערשטער טייל פונעם געבוי פון די קדושתות י"ח זענען ענליך צו די פון די "קדושתא" נאר אויף א קורצערן פארמאט, און נאך "קדושה" איז דאס געבוי פונקט ווי אין די "שבעתא".

לויט טייל פארשער איז דער תפילה פון ישמח משה במתנת חלקו - וואס עפנט דעם צענטראלן טייל פון די שבת'דיגע שמונה-עשרה ביי שחרית - א טייל פון א "שבעתא" וואס איז אויסגעשטעלט לויט די סדר פון אלף-בית, און פארמאגט די אותיות יוד, כף און למד, נאך וואס די שטיקל פאר יעדן ברכה באשטייט פון דריי אותיות[א][4].

מערבית

א סעריע פיוטים אויף די ברכות קריאת שמע פון מעריב, בעיקר פאר די יום-טוב'דיגע דאווענען.

די סעריע איז איינגעטיילט אויף זעקס חלקים: די ערשטע צוויי פאר די צוויי ברכות בעפאר קריאת שמע ("המעריב ערבים", און "אוהב עמו ישראל"); דערנאך דריי פיוטים פאר די ברכה פון גאולה, וואס איז איינגעטיילט אין דריי טיילן (צוערשט צוויי פסוקים: "מי כמוכה"[5] און " ה' ימלוך"[6] און דערנאך די ברכה פון "גאל ישראל"[ב]); און דערנאך א פיוט פאר די לעצטע ברכה ("השכיבנו").

נאך

ווי אויך זענען פארהאן: סליחות - זענען פיוטים וואס מען פלעגט זאגן ביי די ברכה פון "סלח לנו", אין א פאסט טאג. היינט פירט מען זיך אין רוב פלעצער דאס צו זאגן נאך שמונה עשרה. קינות - זמירות -

קונסט און סטיל

די פיוטים זענען פאכמאניש באצירט געווארן מיט פארשידענע קונסטווערק צו באשיינען דעם פיוט און פארשענערן. אריינגערעכנט די אקראסטיך, גראמען, מעטער, מליצות, און כינוים.

די גאר ערשטע פיוטים זענען בעיקר געווען באצירט מיט די אקראסטיך פון די אלף בית, און זענען געווען מיט קורצע פראזן, ענדליך צו די לשון המקרא, טייל פון זיי זענען אויך געווען מיט א פונקטליכע מעטער, לויט די צאל ווערטער(א-ל אדון). זיי האבן בכלל נישט פארמאגט די איינגשאפט פון גראם.

דער קלאסישער סטיל פיוט האט פארמאגט אקראסטיך פון די מחבר פונעם פיוט, און אויך לויט די אלף בית און תשר"ק, טייל מאל געדאפלט עטליכע מאל. יעדער שורה פונעם בית האט זיך געענדיגט מיט אן אייניגער גראם. און איז געווען שטארק באזירט אויף די מדרשי חז"ל. די מעטער איז נישט אלעמאל געווען אייניג, אבער מען זעט אן א נאטירליכע איינהייטליכקייט צווישן די שורות.

די ספרדי'שע סטיל פיוט, האט גענומען פון די אראבער גאר א דעטאליטערטער "מעטער" (משקל), וואו די טראפן פון יעדן שורה זענען איינגעטיילט אויף א פונקטליכן סדר. דאס איז איינגעטיילט געווארן צווישן די "יתד" (א שוא מיט נאך א זילבע) און "תנועה" (א פשוטע זילבע), און האט ארויסגעוויזן א גרויס קונסטליכקייט וואס האט זיך אויסגעצייכנט אין לשון קודש, מער ווי אין די אנדערע שפראכן. דער סטיל איז אויסגעשטאנען קעגנערשאפט פון טייל, און האט זיך ערווארבן אין א מחלוקה צווישן תלמידים פון דונש בן לברט און מנחם בן סרוק. אויך האבן זיי פארמאכט מער קורצע פראזן, און אויסדרוקן באזירט אויף לשון מקרא.

די אשכנז'ישע און צרפת'ישע סטיל איז נישט געווען געבויט מיט א מעטער פון טראפן, טייל האבן אבער יא פארמאגט א מעטער לויט די צאל ווערטער. זיי האבן פארמאגט מער קאמפליצירטע אויסשטעלן פון גראמען, ווי באזונדע גראמען אויפ'ן ערשטן טייל שורה ("דלת") און אויפ'ן לעצטן טייל ("סוגר").

ביאורים

  1. די גירסא לויט זיי איז: ישמח משה במתנת חלקו כי עבד נאמן קראת לו / כליל תפארת בראשו נתת לו בעמדו לפניך על הר סיני / לוחות אבנים הוריד בידו וכתוב בהן שמירת שבת
  2. אדער "צור ישראל וגואלו" לויט נוסח ארץ ישראל

רעפערענצן

  1. שו"ת הר"י מיגאש (סימן רד): "וביאור מילת פיוט עיקרה מלשון שירה מלשון יון שקוראים למשורר פיטאנ"א".
  2. ספר האגרון
  3. יצחק משה עלבאגען און נאך
  4. מנחם זולאי; זעט אויספירליך ישמח משה – ברכה או פיוט?, אויף אתר הפיוט והתפילה
  5. ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"א
  6. ספר שמות, קאפיטל ט"ו, פסוק י"ח