אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי אהרן שמעון שפירא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען דורך HotCat)
ק (מכלוליזאציע)
שורה 1: שורה 1:
{{דרעפט}}
'''רבי אהרן שמעון שפירא''' ([[ה'ש"ס]]{{הערה|אויף זיין מצבה איז געשריבן  "ואהרן בן שמונים שנה בעמדו לפני בוראו", מען קען דערפון אויספירן אז ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר}} - [[כ"ט כסלו]] [[ה'ת"מ]]) (אויך גערופן '''הרא"ש''' אדער '''מהר"ש מפראג''') איז געווען אַן [[רב]], [[פוסק]], און [[ראש ישיבה]] אין שטאט [[פראג]].
'''רבי אהרן שמעון שפירא''' ([[ה'ש"ס]]{{הערה|אויף זיין מצבה איז געשריבן  "ואהרן בן שמונים שנה בעמדו לפני בוראו", מען קען דערפון אויספירן אז ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר}} - [[כ"ט כסלו]] [[ה'ת"מ]]) (אויך גערופן '''הרא"ש''' אדער '''מהר"ש מפראג''') איז געווען אַן [[רב]], [[פוסק]], און [[ראש ישיבה]] אין שטאט [[פראג]].



רעוויזיע פון 08:02, 22 יולי 2024

רבי אהרן שמעון שפירא (ה'ש"ס[1] - כ"ט כסלו ה'ת"מ) (אויך גערופן הרא"ש אדער מהר"ש מפראג) איז געווען אַן רב, פוסק, און ראש ישיבה אין שטאט פראג.

ביאגראפיע

רבי אהרן שמעון איז געבוירן אין פראג אלץ בכור צו זיין טאטע רבי בנימין וואלף[2], דער סנדק אין זיין ברית מילה איז געווען דער מהר"ל מפראג. לויט וואס ווערט דערציילט האט ער געזאגט ביי די ברית אַז "הילד הזה בן יקיר הוא, לגדולות נוצר ולאורו ילכו יהודה וישראל" מ׳האט אים א נאמען געגעבן 'אהרן', אבער צוליב אן קרענק האט מען עם צוגילייגט 'שמעון' פאר א סגולה. אין זיין יוגנט האט ער געלערנט ביים מהר"ל מפראג, און שפּעטער ביים של"ה - רבי ישעיה הלוי הורוביץ, און רבי שלמה אפרים מלונטשיץ - דער "כלי יקר".

ער האט געדינט אלס רב אין עטליכע קהילות, און אין יאר ה'ת' איז ער געווארן רב אין פראג און און די גאנצע באהעמיא געגנט, ער האט פארנומען די שטעלע פערציק יאר ביזן טאג פון זיין פטירה. רבי אהרן שמעון האט געליטן פון רדיפות אין זיין שטאט, און מ'האט אים אפילו געמאלדן פאר די אויטאריטעטן וועלכע האבן אים פארבאטן אויף א קורצע צייט, ביז דער קייסער לעאפאלד האט אים באפרייט, און אים געגעבן א פארטיידיגונגס בריוו אין זיין נאמען. צוליב די רדיפות, זײנען די מערסטע פון זײנע כתבים געגנבעט געװארן און פארלוירן. זײַן אייניקל רבי יעקב ריישער פארציילט[3]: לויט די שמועות, ווען דער ש"ך איז געבליבן אין דער שטאט פראג, האבן מענטשן פון די רודפים אים געשטעלט א אתרוג מיט א פראגע צי עס ווערט פאררעכנט ווי א אתרוג מורכב, און וויבאלד ער האט נישט געוואוסט אז דער רב פון דער שטאט רבי אהרן שמעון האט שוין געפסקנט קעגן דעם איסור, האט דער ש"ך עס מתיר געווען 'בדוחק'. מען האט געצווינגען דעם חזן צו בענטשן דעם אתרוג הויך, אבער דער אתרוג איז געפאלן און איז געווען פסול. צום סוף פון זיינע טעג, האָט דער ש”ך געשיקט זיין זון צו בעטן מחילה דעם רב.

צווישן זיינע חיבורים צייגט דאָס איבערגעבליבענע ספר מראה יחזקאל קטן (פּראַג, ה'תנ"ה)[4]). וואס זיין תלמיד רבי יחזקאל קינדלש האט ארויסגעגעבן נאך זיין פטירה.

זײן פאמיליע

זיין זון רבי בנימין זאב וואלף שפירא רב פון פיהם (היינט בוהעמיע). זיין אייניקל רבי אליה שפירא (איידעם פון רבי בנימין זאב), מחבר פון די ספרים אליה רבה און אליה זוטא[5]., װעלכער האט אנגעפילט זײן ארט , אין דער רבנות־שטאט . זיין אייניקל רבי דוד אָפנהיים (איידעם פון הרב בנימין זאב). זיין אייניקל רבי יעקב ריישער , (איידעם פון הרב בנימין זאב) מחבר פון עיון יעקב און שבות יעקב.

זיינע פסקי דין אין הלכה

זיין אייניקל הרב יעקב ריישער זאגט עדות, אז ער האט געהערט פון אים, אז כאטש ער האט געדינט אלס רב 40 יאר, האט ער קיינמאל נישט גפסק'נט אן נאך קוקן און ספר[6].

אין יאָרן פון גזירות ת"ח ות"ט איז ער געווען פאַרנומען מיט היתר עגונות [7],אויך קען מען לערנען וועגן זיין מלחמה קעגן די שבתאים פון זיין קארעספאנדענץ מיט רבי יעקב ששפורטש[8].

זיינע תלמידים

  • רבי בצלאל מסלוצק – מחבר פון "פלח הרימון" "עמודיה שבעה" און נאך ספרים.
  • רבי אבי עזרי זעליג מרגליות מקאליש – דער מורה צדק און קאליש און אין פראג[9], מחבר כסף נבחר (אמסטערדאם ה'תע"ב).
  • רבי מאיר טארניפאלער - אב"ד איטינגן, מחבר פון 'מאור הקטן'.
  • רבי יחזקאל קינדלש.

רעפערענצן

  1. אויף זיין מצבה איז געשריבן "ואהרן בן שמונים שנה בעמדו לפני בוראו", מען קען דערפון אויספירן אז ער איז געבוירן געווארן אין דעם יאר
  2. מ'האט עם גערופן 'רבי וואלף סלאוויש' נאך זיין ווייב
  3. שבות יעקב - חלק א
  4. קינדלש, יחזקאל בן יצחק, מראה יחזקאל קטן
  5. קוק פאר ביישפיל סימן רס"ג, ס"ק י' דאָרט ברענגט ער "בשם זקיני הגאון הרא"ש ז"ל"
  6. שו"ת שבות יעקב, חלק ב', סימן ס"ד
  7. שו"ת צמח צדק הקדמון (קרוכמל), שאלה מה, אויך עבודת הגרשוני
  8. יעקב ששפורטש, ציצת נובל צבי
  9. שם הגדולים החיד"א חלק ב, אות נ"א