אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מהר"ם מראטנבורג"
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט מהר"ם מראטנבערג צו רוי:מהר"ם מראטנבערג אן לאזן א ווייטערפירונג) |
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:מהר"ם מראטנבערג צו רוי:מהר"ם מראטנבורג) |
רעוויזיע פון 00:13, 11 יולי 2024
רבי מאיר בן ברוך פון רוטענבערג (לערך 1215 – 1293 אין געפענגעניש אין דייטשלאנד) איז געווען א רב און פוסק אין דייטשלאַנד, באַקאַנט אויך אלס "מהר"ם מרוטנבערג"; זיין תלמיד איז געווען רבנו אשר ("רא"ש"); אָנגעזעענסטער פּוסק אין זיין צייט און אויך שפּעטער; דער דייטשער קייזער רודאָלף האָט אים איינגעזעצט אין דער תפיסה אין שלאָס ענזיסהיים (אין יאָר 1286) און האָט פאַרלאַנגט פון די אידישע קהלות אין דייטשלאַנד א גרויסע סומע אויסלייז-געלט. דער מהר"ם האָט פון תפיסה אַרויסגעשיקט דעם באַפעל, אַז מען זאָל נישט געבן פאַר אים קיין געלט, ווייל דער קייזער זעענדיג אז מען קען אויספּרעסן געלט וועט ער אַלעמאָל אַרעסטירן רבנים; ער איז געזעסן אין תפיסה 10 יאָר און איז דאָרט געשטאָרבן; אויך נאָכן טויט איז ער געלעגן אַ לאַנגע צייט אין תפיסה ביז א איד זיסקינד האָט פאַר אים באַצאָלט אַ גרויסע סומע געלט און אויסגעלייזט זיין קערפּער און געבראַכט צו קבר ישראל.
ווערק
דער מהר"ם האָט אַחוץ זיינע ספרים אין הלכות ("שאלות ותשובות", תוספות אויף גמרא און אַנדערע) אויך געשריבן פּיוטים, און באַקאַנט אין זיין קינה "שאלי שרופה באש" אויף דער גזירה צו פאַרברענען גמרות.
ביבליאגראפיע
- ווייס "דור דור ודורשיו", חלק ה'
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!