אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עליע פאלקאוויטש"
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט רוי:אלי פאלקאוויטש צו רוי:עליע פאלקאוויטש) |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 10: | שורה 10: | ||
| תאריך פטירה = [[1979]] | | תאריך פטירה = [[1979]] | ||
}} | }} | ||
''' | '''אליהו "עליע"{{הערה|לויט די כללים פון דער [[סאוויעטן פארבאנד|סאָוויעטישער]] אידישער אָרטאָגראַפיע.}} פאַלקאָוויטש''' ([[רוסיש]]: Эли Маркович Фалькович; {{ר}}[[1898]], [[האמעל|האָמעל]], [[ווייסרוסלאנד|ווייסרוסלאַנד]], [[רוסישע אימפעריע]] – [[1979]], [[מאסקווע|מאָסקווע]]) איז געווען א [[בעלארוס]]יש-אידישער [[יידיש]] [[לינגוויסט]]{{הערה|שם=ייווא|{{לינק|אדרעס=http://www.yivoencyclopedia.org/article.aspx/Falkovitsh_Elye|קעפל=Falkovitsh, Elye|זייטל=[[ייווא]] ענציקלאפּעדיע}}}}{{הערה|{{cite web|url=https://www.kedem-auctions.com/he/node/49107 |title=ארכיון סופר וחוקר היידיש אליהו פלקוביץ – רוסיה |publisher=קדם ליציטאציע הויז |date= |accessdate=July 12, 2019}}}}. ער האט באקומען דעם "אָרדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער [[צווייטער וועלט-מלחמה]]. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק. | ||
==יונגע יארן== | ==יונגע יארן== | ||
געבוירן אין [[האמעל]] אין דער | פאלקאוויטש איז געבוירן אין [[האמעל|האָמליע]] אין דער מאָהילעווער גובערניע פון [[רוסישע אימפעריע|רוסישן אימפעריע]] (היינט [[בעלאַרוס]]), און האט דארט געוואוינט ביז צו די ניינצן יאר אלט. ביי די 15 יאר האט ער אנגעהויבן געבן פּריוואטע לעקציעס אלס לערער און האט זיך אנגעשלאסן אין די '[[צעירי ציון]]' ארגאניזאציע. אין 1917 און 1918 איז ער געווען דער שולע-פירער פון א אידישע שולע אין סאַראַפּול. דערנאך האט ער זיך צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין [[קיעוו]], וואו ער איז געווען דער פארוואלטער פון א קינדער-קלוב אין 1918 און 1919, איידער ער איז אין 1920 און 1921 געווארן א קולטור-ארבעטער פאר דער [[רויטע ארמיי|רויטער ארמיי]], סטאַנציאנירט אין דער [[מאסקווע|מאָסקווער]] געגנט{{הערה|שם=ייווא}}. | ||
==מיטעלע יארן== | ==מיטעלע יארן== | ||
שטודירנדיג [[לינגוויסטיק|פילאָלאָגיע]] אין דער [[מאסקווע שטאט אוניווערסיטעט|מאָסקווער שטאַט אוניווערזיטעט]] אין די יארן 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש שפעטער געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. דערנאך האט ער געארבעט אלס א לעקטאר אויף יידישער [[לינגוויסטיק]] ביי דער 'צווייטער מאסקווער שטאט-אוניווערזיטעט' (שפעטער באקאנט אלס דער 'מאסקווער לערער-בילדונג אינסטיטוט') און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערבקע"){{הערה|שם=ייווא}}. | |||
צוזאמען מיט [[אייזיק זארעצקי]], איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, [[גראמאטיק]], סטיל, און אויסלייג{{הערה|שם=ייווא}}. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן וויסנשאפטליכע ארטיקלען דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "אויף שפּראַך-פראָנט". אין [[דעצעמבער 15]], [[1936]], האט ער אנטיילגענומען אין דער זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווידמעט געווען צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דעם מלוכה-סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן אין [[ביראבידזשאן]], באזירט אויף דער [[אידישע אויטאנאמע געגנט|אידישער אויטאנאמער געגנט]], א אידישע רעפובליק{{הערה|שם=eleven|{{קישור כללי|כתובת=https://eleven.co.il/jewish-languages/yiddish/14250/|כותרת=Фалькович Элияху|שפה=ru}}}}. | |||
נאכן פארטיידיגן דאס לערנען פון [[חומש]] און די ווערק פון [[חיים נחמן ביאליק]] און [[שלום אש]], האט פאלקאוויטש צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס אין יאר 1937{{הערה|שם=ייווא}}. | נאכן פארטיידיגן דאס לערנען פון [[חומש]] און די ווערק פון [[חיים נחמן ביאליק]] און [[שלום אש]], האט פאלקאוויטש צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס אין יאר 1937{{הערה|שם=ייווא}}. | ||
שורה 45: | שורה 45: | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
{{גרונטסארטיר:פאלקאוויטש, | {{גרונטסארטיר:פאלקאוויטש, עליע}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אידן פון בעלארוס]] | [[קאַטעגאָריע:אידן פון בעלארוס]] | ||
[[קאַטעגאָריע:יידישיסטן]] | [[קאַטעגאָריע:יידישיסטן]] |
רעוויזיע פון 03:55, 2 יולי 2024
געבורט |
1898 האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע |
---|---|
פטירה |
1979 (אלט: 81 בערך) מאָסקווע |
פאך | לינגוויסט |
אליהו "עליע"[1] פאַלקאָוויטש (רוסיש: Эли Маркович Фалькович; 1898, האָמעל, ווייסרוסלאַנד, רוסישע אימפעריע – 1979, מאָסקווע) איז געווען א בעלארוסיש-אידישער יידיש לינגוויסט[2][3]. ער האט באקומען דעם "אָרדן פון לענין" פאר זיין ארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער אין דער צווייטער וועלט-מלחמה. פאלקאוויטש האט ארויסגעגעבן ווערק וועגן יידיש אויסלייג און גראמאטיק.
יונגע יארן
פאלקאוויטש איז געבוירן אין האָמליע אין דער מאָהילעווער גובערניע פון רוסישן אימפעריע (היינט בעלאַרוס), און האט דארט געוואוינט ביז צו די ניינצן יאר אלט. ביי די 15 יאר האט ער אנגעהויבן געבן פּריוואטע לעקציעס אלס לערער און האט זיך אנגעשלאסן אין די 'צעירי ציון' ארגאניזאציע. אין 1917 און 1918 איז ער געווען דער שולע-פירער פון א אידישע שולע אין סאַראַפּול. דערנאך האט ער זיך צייטווייליג אריבערגעצויגן קיין קיעוו, וואו ער איז געווען דער פארוואלטער פון א קינדער-קלוב אין 1918 און 1919, איידער ער איז אין 1920 און 1921 געווארן א קולטור-ארבעטער פאר דער רויטער ארמיי, סטאַנציאנירט אין דער מאָסקווער געגנט[2].
מיטעלע יארן
שטודירנדיג פילאָלאָגיע אין דער מאָסקווער שטאַט אוניווערזיטעט אין די יארן 1921 און 1922, האט פאלקאוויטש שפעטער געארבעט פאר דעם קאמיסאריאט פון אויפקלערונג. דערנאך האט ער געארבעט אלס א לעקטאר אויף יידישער לינגוויסטיק ביי דער 'צווייטער מאסקווער שטאט-אוניווערזיטעט' (שפעטער באקאנט אלס דער 'מאסקווער לערער-בילדונג אינסטיטוט') און ביים קאמוניסטישן אוניווערזיטעט פאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פון מערב (וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופן "מערבקע")[2].
צוזאמען מיט אייזיק זארעצקי, איז פאלקאוויטש געווען צענטראל אין פארמירן די סטאנדארטן פון סאוויעטישן יידיש אין באצוג צו לעקסיקאן, גראמאטיק, סטיל, און אויסלייג[2]. ער האט אנגעהויבן פארעפנטליכן וויסנשאפטליכע ארטיקלען דערוועגן אין 1927. אין די 1930ער יארן האט ער אָפט געשריבן אינעם קיעווער לינגוויסטישן זשורנאל "אויף שפּראַך-פראָנט". אין דעצעמבער 15, 1936, האט ער אנטיילגענומען אין דער זיצונג אין מאסקווע, וועלכע איז געווידמעט געווען צו באהאנדלען דער פראגע וועגן דעם מלוכה-סטאַטוס פון דער אידישער שפראך – אין צוזאמהאנג מיט א פלאן צו שאפן אין ביראבידזשאן, באזירט אויף דער אידישער אויטאנאמער געגנט, א אידישע רעפובליק[4].
נאכן פארטיידיגן דאס לערנען פון חומש און די ווערק פון חיים נחמן ביאליק און שלום אש, האט פאלקאוויטש צייטווייליג פארלוירן זיינע שטעלעס אין יאר 1937[2].
שפעטערע יארן
פאלקאוויטש האט זיך פרייוויליג אנגעשלאסן אין דער רויטער ארמיי אין 1941, און געארבעט אלס א מעדיצינישער העלפער בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה, ראטעווענדיג די לעבנס פון 88 פארוואונדעטע מענטשן אין איין שלאכט, און דערפאר באקומען דעם "ארדן פון לענין" אין זומער 1942[2][5]. אין 1943–1948 איז ער געווען אַ מיטגליד פונעם אידישן אנטי-פאשיסטישן קאמיטעט[4].
נאך דער מלחמה איז פאלקאוויטש געווען דער הויפט רעדאקטאר פון דער מאסקווער יידישער פארלאג "אמת" ביז עס איז ליקווידירט געווארן אין יאר 1948[2]. אין די 1950ער יארן, נאך דער פארניכטונג פון דער אידישער סאוויעטישער קולטור, האט ער געארבעט אלס לערער אויף דער רוסישער שפראך.
אנהייבנדיג פון יאר 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו ערשיינען דער זשורנאַל "סאוועטיש היימלאנד", פלעגט ער פון צייט צו צייט פארעפנטליכן אויף זיינע שפאלטן פאפולערע ארטיקלען איבער די פראגעס פונעם סטיל פון אידישער ליטעראטור[4]. אין יענע יארן האט פאלקאוויטש געהאלפן פארמירן א רעווידירטע יידישע אויסלייג[2]. דערצו האט פאלקאוויטש אויך פארעפנטליכט צוויי גראמאטישע סקיצן פון יידיש, איינס אין א מאנאגראפיע וועגן סאוויעטישע נאציאנאלע שפראכן (1966) און די אנדערע (נאך זיין פטירה) אלס א צוגאב צו א רוסיש-יידיש ווערטערבוך (1984)[6]. אין 1974–1978 האָט ער געפירט אין "סאוועטיש היימלאַנד" די רובריק "פאַר די, וואָס לערנען ייִדיש".
פאלקאוויטש איז געשטארבן אין יאר 1979, אין עלטער פון אכציג אדער 81 יאר[2].
אויסדערוועלטע פּובליקאַציעס
- גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1929
- גראַמאַטיק פאַר דערוואַקסענע, די צווייטע, פארפולקאמטע אויפלאַגע, מאָסקווע – כארקאוו – מינסק, 1930
- ייִדיש פאַר דערוואַקסענע, מאָסקווע, 1936
- ייִדיש, מאָסקווע, 1940
- רוסיש-ייִדיש ווערטערביכל פאַר דער אָנפאַנג-שול, מאָסקווע, 1941
- Искусство лектора, מאסקווע, 1960
- «Еврейский язык (идиш)», Языки народов СССР, т. 1. М., 1966
- «О языке идиш», רוסיש-ייִדישער ווערטערבוך (אונטער דער רעדאקציע פון מ.שפּירא, א.ספּיוואַק און מ. שולמאַן), מאָסקווע, 1984 און מאָסקווע, 1989
- (צוזאַמען מיט מ.שפּירא) В помощь изучающим идиш, פעטערבורג, 2006
רעפערענצן
- ↑ לויט די כללים פון דער סאָוויעטישער אידישער אָרטאָגראַפיע.
- ↑ 2.0 2.1 2.2 2.3 2.4 2.5 2.6 2.7 2.8 Falkovitsh, Elye, אויף ייווא ענציקלאפּעדיע
- ↑ "ארכיון סופר וחוקר היידיש אליהו פלקוביץ – רוסיה". קדם ליציטאציע הויז. Retrieved July 12, 2019.
- ↑ 4.0 4.1 4.2 Фалькович Элияху (רוסיש)
- ↑ Фалькович Элья Мордухович 1898г.р. (רוסיש)
- ↑ Nath, Holger (December 2009). "The Passive in Soviet Yiddish" (PDF) (in English). Center for Language and Cognition Groningen. pp. 182–199. Archived from the original (PDF) on 2016-08-12. Retrieved 2016-05-09.
{{cite web}}
: CS1 maint: unrecognized language (link)
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער