אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי משה בער בעק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
 
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = American rabbi, anti-Zionist leader|העב=מנהיג דת קיצוני יהודי-אמריקאי|}}
{{דעסקריפציע|אנטי-ציוניסטישער אמעריקאנער רב (תרצ"ד–תשפ"א)}}
{{אישיות
{{אישיות רבנית
| נאמען = רבי משה בער בעק
| בילד = הגאון הצדיק הרב בעק.jpeg
| געבורט דאטום = [[17 במאי]] [[1934]]
| געבורט ארט = [[בודאפעסט]]
| געבורט ארט = [[בודאפעסט]]
| וואוינארט = [[מאנסי]]
| מקום קבורה = [[קרית יואל]]
| אידישע געבורט דאטום = [[ג' סיון]] [[תרצ"ד]]
| השכלה = [[ישיבת בית ישראל ודמשק אליעזר|ישיבת ויזניץ]]
| אידישע טויט דאטום = [[ד' אייר]] [[תשפ"א]]
| וואוין ארט = [[מאנסי]]
|נאמען=רבי משה בער בעק|מדינה=[[ניו יורק]]|בילד=הגאון הצדיק הרב בעק.jpeg|געבורט דאטום=[[17 במאי]] [[1934]]|קבורה ארט=[[קרית יואל]]|פעילות בולטת=מנהיג נטורי קרתא אין רב פון בית יהודי אין מאנסי|לערנארט=[[ישיבת בית ישראל ודמשק אליעזר|ישיבת ויזניץ]]|השקפה דתית=[[נטורי קרתא]]|בת זוג=ברכה}}
| מדינה = [[ניו יורק]]
'''רבי משה דוב בער הלוי בעק''' ([[ג' סיון]] [[ה'תרצ"ד]] - [[ד' אייר]], [[ה'תשפ"א]]) איז געווען פון די עקסטרעמיסטישער רבנים און מנהיגים פון די [[נטורי קרתא]] גרופע אין [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקע]] וואס זענען פעסט אין קאמפף קעגן [[ציונות]]. ער האט געפירט זיין קהילה און בית מדרש "בית יהודי" און מחבר געווען א רייע ספרים.
| תאריך לידה עברי = [[ג' סיון]] [[ה'תרצ"ד]]
| תאריך פטירה עברי = [[ד' אייר]] [[ה'תשפ"א]]
| ווייב = ברכה
| פעילות בולטת = מנהיג נטורי קרתא אין רב פון בית יהודי אין מאנסי
| השקפה דתית = [[נטורי קרתא]]
}}
'''רבי משה דוב בער הלוי בעק''' (ג' סיון תרצ"ד ד' אייר תשפ"א) איז געווען אן עקסטרעמער רב און מנהיג פון די [[נטורי קרתא]] גרופע אין [[פאראייניגטע שטאטן|אמעריקע]] וואס זענען פעסט אין קאמף קעגן [[ציונות]]. ער האט געפירט זיין קהילה און בית מדרש "בית יהודי" און מחבר געווען א רייע ספרים.


==לעבנסגעשיכטע==
==לעבנסגעשיכטע==

יעצטיגע רעוויזיע זינט 04:26, 18 יוני 2024

רבי משה בער בעק
הגאון הצדיק הרב בעק.jpeg
געבורט 17 במאי 1934
ג' סיון ה'תרצ"ד
בודאפעסט
פטירה ד' אייר ה'תשפ"א
מקום קבורה קרית יואל
מדינה ניו יורק
למד ב ישיבת ויזניץ
וואוין אָרט מאנסי
ווייב ברכה

רבי משה דוב בער הלוי בעק (ג' סיון תרצ"ד – ד' אייר תשפ"א) איז געווען אן עקסטרעמער רב און מנהיג פון די נטורי קרתא גרופע אין אמעריקע וואס זענען פעסט אין קאמף קעגן ציונות. ער האט געפירט זיין קהילה און בית מדרש "בית יהודי" און מחבר געווען א רייע ספרים.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין בודאפעשט אין יאר ה'תרצ"ד. ער האט געלערנט אלס בחור אין דער וויזשניצער ישיבה אין בני ברק, ווי ער איז געווען פארעכנט אלס איינע פון די חשובע בחורים, און ער איז געווען נאנט צו רבי חיים מאיר האגער, דער אמרי חיים פון וויזשניץ, שפעטער האט ער זיך מצרף געווען צו דער גרופע פון די מורדים. ער האט געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון רבי וועלוועל אייזנבאך וועלכער איז געווען א סימבאל און א שטאלץ פון די מערקווערדיגע פארצייטישע אידן אין ירושלים, און פון די איינציגער וואס האבן זוכה געווען צו זעהן דעם זעקסטן דור נאך אין זייער לעבן.

מען דערציילט אויף אים אז אלס בחור וען ער פלעגט לערנען אין ישיבה, איז ער געווען באוואוסט מיט זיין התמדה, און ער איז קיינמאל נישט ארויס אויף דער גאס אונטערן זון שיין.

ער האט עטליכע יאר געדינט אלס א משגיח רוחני אין דער טאהשער ישיבה אין קרית טאהש.

ער האט געוואוינט און ירושלים און שפעטער אין מאנסי און געפירט א שול מיטן נאמען "בית יהודי", וואס האט צוויי מאל אפגעפלאקערט.

ער האט ארויסגעגעבן ספרים אויף צניעות, קעגן קרית יואל סקול דיסטריקט און קעגן ציונות און נאך.

איינע פון זיינע קאנטראווערסיעלע שיטות זענען, אז כדי צו בארואיגן די אראבער וואס זענען גערעגט אויף די ישראלים, דארף מען פארן צו זיי, זיך חבר'ן מיט זיי, זיי אויפקלערן אז נישט אלע אידן האלטן ווי די ציונים, ער מיט זיינע מענטשן זענען ספעציעל נאענט געווען מיט יאסיר אראפאט. ער איז געגאנגען עטליכע מאל אים באזוכן, און אויך האט ער זיך געטראפן מיט מאכמוד אכמעדיניזשאד, דער געוועזענער פרעזידענט פון איראן.

עס עקזיסטירן ארום אים עטליכע סארט עלעמענטן, טייל פון זיי קומען אויסדרוקליך צוליב זיין קנאישער שיטה, א טייל קומען בלויז צוליב זיינע שיטות אין אידישקייט און האבן גאר בכלל נישט קיין שייכות אדער זענען גאר קעגן זיינע קנאישע שטיק, א טייל קומען בלויז צוליב דעם וואס זייערע גדולים האבן געהאלטן פון איהם א שטייגער ווי די ריבניצער חסידים נאכדעם וואס זייער רבי און מנהיג רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש האט זיך נוהג כבוד געווען אין אים, אזוי אויך די מאנטעווידעאר חסידים, און די נאכפאלגער פון קאשויער רב. אזוי אויך האט ער גענוסן א קרבה ביים טאהשער רבי, בי משולם פייש לאווי.

זיין ברודער רבי אברהם צבי בעק איז דער רב פון דער ארטאדאקסישער קהילה "עדת ישראל" אין מעלבארן אויסטראליע.

ער איז נפטר געווארן אום פרייטאג פרשת תזריע-מצורע, תשפ"א, אין עלטער פון 88 יאר, ער איז באערדיגט געווארן אין בית החיים אין מאנסי.

כתביו

עטליכע רבנים האבן מסכים געווען אויף זיינע חיבורים, צווישן זיי רבי יוסף דינקלעס[1], דער ויחי יוסף פון פאפא[2], רבי רפאל בלום פון מקאשוי[3], רבי חנינה אברהם לייטנער רב פון מונטווידאו[4], רבי יחזקאל ראטה רב פון קארלסבורג[5] און רבי יואל מארגענשטערן פון משארמאש[6].

  • חלקנו בתורתך – ג' חלקים - חידושים וביאורים על התורה.
  • עבודת הלב- אויף עניני תפילה.
  • יסודות של בית יהודי.
  • דרכי השידוכין.
  • הוי עז כנמר.
  • קונטרס השבת – ב' חלקים.
  • קומי צאי מתוך ההפיכה.
  • אז נדברו.
  • אמת ליעקב.
  • ביאור על העצמאות.
  • בירור דברים.
  • דברי אמונה.
  • דרך הגלות.
  • דרך הצלה.
  • המהפכה.
  • יוסיף ישועה.
  • מלחמה להשם בעמלק.
  • נתיב ישר.
  • קונטרס הסברה.
  • שוא שקד שומר.
  • תפלה ישרה.
  • בואו חשבון (בעילום שם).
  • ברית יצחק.
  • ברורים והערות בדבר השמוש בשפה "העברית" לאור השקפת התורה.

רעפערענצן

  1. בהסכמה לספר "בואו חשבון" שרייבט ער: ”הוא יראי א' מרבים, עובד ה' במסירות נפש”
  2. בהסכמתו ל"יסודות של בית יהודי" שרייבט ער: ”גברא יקירא הרב המופלג בתורה ויראת שמיים, ירא וחרד לדבר ה'”
  3. בהסכמה לספר "חלקינו בתורתך" שרייבט ער: ”הרה"ג החו"ב צדיק צדקות אהב כש"ת מו"ה...”
  4. בהסכמתו לספר "חלקינו בתורתך" שרייבט ער: ”הה"ג חסידא ופרישא...”
  5. שרייבט ער: ”אחד מבני עלי' מופלג בתורה ומעוטר ביראה נאה דורש ונאה מקיים מקנא קנאת ה' במסי"נ ממיוחדי סגולה בתוך עם בני ישראל...”
  6. שרייבט ער: ”הרה"ח המו"מ בתוי"ש החוב"ט לוחם מלחמת ה'...והרב הנ"ל כבר יצא מוניטין בעולם בחיבוריו הקודמים, וכבר איתמחי גברא בדרשותיו הנעימים המלהיבים את לב בנ"י לאבינו שבשמים”

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!