אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נויט (געגנט)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים")
(פון שוועדיש וויקי)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 1: שורה 1:
'''די נויט''' ([[שוועדיש]]: '''Nöden'''; אפיציעל: '''Nya Stan''', "נייע שטאט") איז א געגנט אין דרום מזרח טייל פון דער שטאט [[לונד]]. דאס איז געווען איינע פון די ארעמע געגנטן אין לונד. די נויט האט אמאל אויך געהאט א גרויסע אידישע באפעלקערונג, א זעלטנהייט אין [[סקאנדינאוויע]].


{{יתום}}
==היסטאריע==
ווען די שטאט'ס באפעלקערונג איז געוואקסן און ס'האט זיך אנגעהויבן א מאנגל אין דירות אין די [[1870ער|1870'ער יארן]], האט מען אנגעהויבן אנטוויקלען דעם געגנט, אריגינעל א פעלד, פאר הייזער. די געגנט איז געווען געצילט פאר ארבעטער-וואוינונגען, און מ'האט עס געזאלט פארקויפן "פאר אזא פרייז און מיט אזעלכע באצאלונג באדינגען אז ס'זאל זיין מעגליך פאר א ווייניגער פארמעגליכן, אונטערנעמערישן מענטש צו באקומען בוי-פלעצער פאר א ביליגן פרייז". מ'קען זען אז די גאסן אין די נויט זענען געפלאנט געווארן שפעטער ווי די גאסן אין צענטער פון שטאט, ווייל די גאסן אין דער טייל פון שטאט באגעגענען זיך אין גלייכע ווינקלעך, רעלאטיוו צו דאס מער מיטל-עלטערליכע, אומרעגלמעסיגע גאסן-נעץ אין דעם רעשט פון שטאט-צענטער.


'''די נויט''' ([[שוועדיש|שוועדיש]]: ''Nöden'') איז אַ שטאָטטייל אין [[לונד]] וואס געפינט זיך דרומדיק פון מיטן שטאָט. מען האָט אָנגעהייבן אויסבויען דעם שטאָטטייל אין יאָר 1873, כאָטש עטלערע בנינים זענען שוין דאָ. די נויט איז פון אָנהייב געווען אַן אָרעם שטאָטטייל - אָפיציעל האָט מען עס גערופן "ניישטאָט". אַ סך [[יידן]] האָבן זיך געצויגן קיין לונד, און די נויט, זיך אַריינגעקלייבן. צווישן בערך 1870 און דער [[צווייטע וועלט-מלחמה|צווייטער וועלט-מלחמה]] איז געווען א שטארקע אימיגראַציע קיין לונד. אין 1910-1914 איז די יידישע באַפעלקערונג אין לונד צום גרעסטן מיט בערך 400 מענטשן. צוליב האָט מען דעמאָלט גערופען לונד פאַר "ירושלים פונעם צפון".  די אידן זענען געקומען פון [[רוסלאַנד]] מחמת פּאָגראָמען. אַ סך פון זיי זענען געקומען פון [[ליטע]], למשל פון לאַצקאָוואַ, [[קאָוונע]], פּומפּיאַן און טרישקי.<ref>Svensson, Anna. Nöden - en shtetl i Lund (1995)</ref> היינטצוטאָג אָבער וואוינען ניט אַ סך אידן אין לונד - און די נויט איז געווארן אַ רייך און חנעוודיק שטאָטטייל.
==אידישע אימיגראנטן==
אריגינעל האט מען גערופן דעם שטאטטייל "די נייע שטאט", אבער מ'האט איר געגעבן דעם [[אידיש]]ן צונאמען "די נויט" צוליב דעם נידריגן לעבנס-סטאנדארט אין דער געגנט. מ'האט אויך גערופן די געגנט "יהודה", ווייל דארט איז געווען א גרויסע [[אידן|אידישע]] באפעלקערונג. ביים שפיץ האבן דארט געוואוינט ארום 400 אידן, ארום די יארן 1910-1914. די מערסטע פון זיי זענען געקומען פון [[רוסלאנד|רוסישן אימפעריע]], אנטלויפנדיג פון די פאגראמען וואס האבן זיך פארשטארקט ארום 1870. עס זענען דערפאר געווען עטליכע הייזער אין די נויט וואס מ'האט געניצט אלס [[שול]]ן, צווישן זיי אויף פרעננעגאס און קליין דרום-גאס. די לעצטע וואס האט געדינט אלס שול איז געווען די אויף קליין דרום-גאס, וואס מ'האט אראפגעווארפן אין 1979. אין דער געגנט איז אויך געווען א [[מקווה]]. רוב פון די אידן וואס האבן זיך באזעצט אין די נויט זענען געווען אויפ'ן וועג קיין [[דייטשלאנד]] און די [[פאראייניגטע שטאטן]], אזוי אז ווען מ'האט דורכגעפירט דעם אויסלענדער-צענזוס אין 1939, זענען געווען נאר ארום פופציג אידן אין לונד.


== רעפערענצן ==
צו דעם שטאטטייל זענען געקומען ארעמע מענטשן, ווי נייע ארבעטער פון דארף און אידישע אימיגראנטן. אין די הייזער איז געווען זייער ענג און שווער. גרויסע משפחות האבן געקענט וואוינען אויף א קליינעם שטח, מ'האט געהאט געמיינזאמע בית-הכסא'ס אינדרויסן, נאר איין וואסער-קראן, און אויך זענען געווען אסאך שרצים אין דער געגנט.
{{רעפליסטע}}
 
[[קאַטעגאָריע:שוועדן]]
==פארבעסערונג==
[[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]]
די געגנט האט דעמאלט געהאט א נידריגן סטאטוס, און אין די 1960'ער און 1970'ער יארן האט מען פארוואנדלט אסאך הייזער אין איין-פאמיליע הייזער און אנדערע האט מען אראפגעווארפן. אין די קווארטלען וואו מ'האט אראפגעווארפן האט מען לעצטנס צוריקגעברענגט קליינע הייזער אין ענליכן סטיל ווי די אלטע. דורך א פראצעס פון פארבעסערונג איז די געגנט היינט געווארן א שטאטטייל מיט רייכע און בא'חנ'טע הייזער.
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
 
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/אנדער|שוועדיש|sv|Nöden}}
[[קאַטעגאָריע:אויף ווייניג אדער קיין אנדערע וויקי|02]]

רעוויזיע פון 17:57, 30 יוני 2024

די נויט (שוועדיש: Nöden; אפיציעל: Nya Stan, "נייע שטאט") איז א געגנט אין דרום מזרח טייל פון דער שטאט לונד. דאס איז געווען איינע פון די ארעמע געגנטן אין לונד. די נויט האט אמאל אויך געהאט א גרויסע אידישע באפעלקערונג, א זעלטנהייט אין סקאנדינאוויע.

היסטאריע

ווען די שטאט'ס באפעלקערונג איז געוואקסן און ס'האט זיך אנגעהויבן א מאנגל אין דירות אין די 1870'ער יארן, האט מען אנגעהויבן אנטוויקלען דעם געגנט, אריגינעל א פעלד, פאר הייזער. די געגנט איז געווען געצילט פאר ארבעטער-וואוינונגען, און מ'האט עס געזאלט פארקויפן "פאר אזא פרייז און מיט אזעלכע באצאלונג באדינגען אז ס'זאל זיין מעגליך פאר א ווייניגער פארמעגליכן, אונטערנעמערישן מענטש צו באקומען בוי-פלעצער פאר א ביליגן פרייז". מ'קען זען אז די גאסן אין די נויט זענען געפלאנט געווארן שפעטער ווי די גאסן אין צענטער פון שטאט, ווייל די גאסן אין דער טייל פון שטאט באגעגענען זיך אין גלייכע ווינקלעך, רעלאטיוו צו דאס מער מיטל-עלטערליכע, אומרעגלמעסיגע גאסן-נעץ אין דעם רעשט פון שטאט-צענטער.

אידישע אימיגראנטן

אריגינעל האט מען גערופן דעם שטאטטייל "די נייע שטאט", אבער מ'האט איר געגעבן דעם אידישן צונאמען "די נויט" צוליב דעם נידריגן לעבנס-סטאנדארט אין דער געגנט. מ'האט אויך גערופן די געגנט "יהודה", ווייל דארט איז געווען א גרויסע אידישע באפעלקערונג. ביים שפיץ האבן דארט געוואוינט ארום 400 אידן, ארום די יארן 1910-1914. די מערסטע פון זיי זענען געקומען פון רוסישן אימפעריע, אנטלויפנדיג פון די פאגראמען וואס האבן זיך פארשטארקט ארום 1870. עס זענען דערפאר געווען עטליכע הייזער אין די נויט וואס מ'האט געניצט אלס שולן, צווישן זיי אויף פרעננעגאס און קליין דרום-גאס. די לעצטע וואס האט געדינט אלס שול איז געווען די אויף קליין דרום-גאס, וואס מ'האט אראפגעווארפן אין 1979. אין דער געגנט איז אויך געווען א מקווה. רוב פון די אידן וואס האבן זיך באזעצט אין די נויט זענען געווען אויפ'ן וועג קיין דייטשלאנד און די פאראייניגטע שטאטן, אזוי אז ווען מ'האט דורכגעפירט דעם אויסלענדער-צענזוס אין 1939, זענען געווען נאר ארום פופציג אידן אין לונד.

צו דעם שטאטטייל זענען געקומען ארעמע מענטשן, ווי נייע ארבעטער פון דארף און אידישע אימיגראנטן. אין די הייזער איז געווען זייער ענג און שווער. גרויסע משפחות האבן געקענט וואוינען אויף א קליינעם שטח, מ'האט געהאט געמיינזאמע בית-הכסא'ס אינדרויסן, נאר איין וואסער-קראן, און אויך זענען געווען אסאך שרצים אין דער געגנט.

פארבעסערונג

די געגנט האט דעמאלט געהאט א נידריגן סטאטוס, און אין די 1960'ער און 1970'ער יארן האט מען פארוואנדלט אסאך הייזער אין איין-פאמיליע הייזער און אנדערע האט מען אראפגעווארפן. אין די קווארטלען וואו מ'האט אראפגעווארפן האט מען לעצטנס צוריקגעברענגט קליינע הייזער אין ענליכן סטיל ווי די אלטע. דורך א פראצעס פון פארבעסערונג איז די געגנט היינט געווארן א שטאטטייל מיט רייכע און בא'חנ'טע הייזער.

מוסטער:קרד/ויקי/אנדער