אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פורים פראנקפורט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (צוגעלייגט קאַטעגאָריע:אדר דורך HotCat)
שורה 60: שורה 60:
[[קאַטעגאָריע:פראנקפורט]]
[[קאַטעגאָריע:פראנקפורט]]
[[קאַטעגאָריע:רעליגיעזע פייערונגען]]
[[קאַטעגאָריע:רעליגיעזע פייערונגען]]
[[קאַטעגאָריע:אדר]]

רעוויזיע פון 05:49, 23 יאנואר 2024

 

פורים פראנקפורט (אדער "פורים ווינץ") איז א יומא דפגרא וואס אידן פון פראנקפורט האבן געפייערט יעדעס יאר אינעם טאג כ' אדר, צוליב די ישועה וואס זיי זענען געהאלפן געווארן אין דעם טאג אינעם יאר ה'שע"ו, מיט דעם הענגען פון ווינצענץ פעטמילך.

אין יאר ה'שע"ב האט זיך פארמירט א נייע מלוכה אין דייטשלאנד. איידער זיי האבן איינגעשטעלט דעם נייעם קעניגרייך, האבן זיי פלאנירט א גרויסן באל, וואס האט געזאלט פארקומען אינעם הויפט שטאט פראנקפורט וואו מען וועט אין א טרעדיציאלן צערעמאניע קרוינען דעם נייעם קייזער אטיאס צו זיין טראן.

אין צוגרייטונג צום גרויסארטיגן באל האט דער קעניגליכע קאמיסיע באשטעלט א ריזיגן קוואנטום ברויט און קיכן ביי די ארטיגע אידישע בעקערייען, וואס זיי האבן געזאלט באקן קיכן און מזונת אין בעפארברייטונג צום באל. איינע פון די גרויסע אידן-פיינט אין שטאט, ווינס האנץ ימ"ש, האט יעצט געטראפן א געלעגנהייט צו באקריוודען דאס גאנצע אידישע קהלה אויף איינמאל. זייענדיג די אפיציעלע אויפזעער פון אלע בעקערייען אין שטאט, האט ער א טאג פאר דעם געפלאנטן באל ארויס געגעבן אין געהיים א בעפעהל צו פארשליסן אלע בעקערייען אין די געגענט ביז נאך דער באל, צוויגענדיג צו פארשליסן די אידישע בעקערייען וואס האבן געזאלט באקן פאר דעם באל, אזוי אז עס איז אין יענעם טאג נישט ארויס געגעבן געווארן קיין שום געבאקענע פראדוקטן פאר דעם געפלאנטן ארטיגן באל.

גראד זענען די גוים אויפגעשפרינגן באשילדיגענדיג אלע אידן אין פארראט צום קעניגרייך וואס האט אויפגעהיצט די אלגעמיינע באפעלקרונג, אז די אידישע געשעפטן האבן זיך אנגעבליך אפגעזאגט פון צושטעלן די דערמאנטע געבעקס פאר'ן ארטיגן באל, פארשעמענדיג די קעניגליכע טראדיציע, און האבן באשלאסן צו פארטרייבן אלע אידישע איינוואוינער פון די געגענט, און באיקעטירן זייער געלט און זיך צוטיילן מיט די פארבליבענע אידישע פארמעגענס. אינעם ספר "כח יהודה" פון רבי יהודה יוסף בינגא דרוקט ער אויס וואונדער אין דעם געוואלדיגן נס וואס איז טייל פונעם נס פורים אז דער באשעפער האט חונן דעת געווען די רשעים, אז אנשטאט חלילה פארטיליגן און אומברענענגן דעם גאנצן קהילה וואס וואלט געווען גאר טראגיש, האבן זיי באשלאסן ענדערש צו פארטרייבן דאס גאנצע קהילה און ביאקאטירן די פארמעגענס.

מיט א שטארקן אימפעט זענען מאסן צוהוצטע כויליגאנעס זיך א לאז געטון מיט אייפער צום אידישן קווארטל, באפאלן און צושלאגן די ארטיגע אידן, און זיי ארויס געטראסקעט פון זייער הייזער, און באראבעוועט אידישע געשעפטן. די רשעים האבן אפיר געזוכט די באהאלטענע פארמעגענס, און דאס באראבעוועט. אויך האבן זיי פארברענט הויפענס כתבי קודש. אויך די ספרי תורה וואס זענען אריינגעפאלן אין זייערע הענט האבן זיי געשענדעט בבזיון, און וואנדעלעזירט די ארטיגע אידישע בית הקברות. אין דעם טאג כ"ז אלול שנת ה'שע"ב זענען די אידן פארטריבן געווארן פון זייער היימען, און פארשיקט געווארן אריבער די גרעניצן. דעם טאג איז פארבליבן אלס א יום תענית אין קהילת פראנקפורט ווען מען האט זיך פארזאמעלט אין שול און געקלאגט, וואס איז אנגעהאלטן געווארן אין די קומענדיגע דורת, אלס זכר צו די ביטירע צרה וואס האט זיי דאן באטראפן.

די אידן האבן זיך ארויס געלאזט אין וועג צו ארומיגע מדינות, דארמשטאט מיינץ און כפאלץ. קרוב צו צוויי יאר האט דער קהילה געוואדערט אין דער פרעמד, פון איין שטאט צום אנדערן, ביז די ידיעה פון די קהילה איז אנגעקומען צום ארטיגן מושל, און באשלאסן אריין צו נעמען די אומגליקליכע קהילה ביי זוך אין לאנד. די ראשי קהילה האבן פראבירט צו שתדלן ביים ארטיגן קייזער, און אויפגעוויזן פאר'ן מושל וואספארא אומשולד עס האט זיי באטראפן. דער מושל האט זיי פארשפראכן צו טון דערוועגן און צוריק ברענגן די קהילה קיין פראנקפורט. ער האט נאכדעם שריפטליך געשריבן צום קייזער אטיאס פון דייטשלאנד מיט וועם ער איז געשטאנען גאנץ נאנט, שרייבענדיג וואספארא פארברעך עס איז געטון געווארן צו דער אומשילדיגע קהילה אין פראנפורט וואס צוליב א אן אנגעדרייטן בלבול האט מען צוגענומען זייער פארמעגענס און ארויס געטריבן פון זייער היימען. זעענדיג אז דאס שאט די פארבינדונגן צעווישן די ביידע מלוכות האט דער דייטשע קייזער אטיאס באאויפטראגט איינע פון זיינע מינסטארן מיט'ן נאמען קרויסמיא צוריק צו ברענגן די קהילה קיין פראנקפורט, און שטארק באשטראפן די שילדיגע פארברעכער, און צו פארזיכערן די אידישע איינוואוינער פון ווילדע אומרוען.

אום אדר ה'שע"ד איז געקומען די ישועה. דער מינסטאר קרויסמיא האט געמאלדן אין נאמען פונעם קייזער צום אידישען קהילה אז זיי זענען זיכער זיך צוריק צו קערן וואוינען אין זייער היים-שטאט פראנקפורט, און די שילדיגע וועלן פראצעסירט ווערן מיט מיתות משונות למען ישמעו וייראו אז אלע זאלן זען אז אזאנס וועט מער נישט פארקומען אונטער זיין מלוכה. דערביי האט ער געמאלדן אז ער וועט באצאלן אויף די אלע שאדן וואס די כויליגאנעס האבן שאדן געמאכט פאר'ן קהילה. די שמחה איז געווען גרויס, אבער די פחד איז געווען פילפאכיג מער, נישט אלע זענען געווען אזוי גרייט זוך צוריק צוקערן קיין פראנקפורט, ספעציעל די וועלכע האבן געדענקט די שוידערליכע פאגרום ווען מען האט זיי פארטריבן, נעמענדיג אין באטראכט אז די ארטיגע גוים וועלן זיכער קוקן מיט א קרומע נאז אויף די צוריק קער פון די אידישע איינוואוינער און וועלן זוכן נקמה צו נעמען פאר די שטראף וואס דער קייזער האט געאורטיילט פאר די שילדיגע. דער מיניסטאר קרויסמיא האט דאס אויך געוואוסט דעריבער האט ער איינגעשטעלט די גאנצע צוויי טעג איידער די אידישע איינוואוינער זענען צוריק געקומען א גרויסע מיליטירעשע פאראדע מיט טראמפייטער און מוזיקאלישע אינסטרומענטן, וואס האבן געזונגן אין די גאסן לכבוד די צוריק-קער פונעם אידישן קהילה. צו פארמינערן די שאנס פון פרישע פאגרומען האט דער קייזער פארבאטן זוך צו דרייען אין די גאסן יענע צייט, און ארויס געגעבן א פארבאט צו טרינקן וויין און משקה. ביז די איינוואוינער האבן געזען וואספאר א כבוד מען געבט פאר די אידן אז די איינוואוינער נעבן דעם אריינגאנג פון שטאט האבן אויסגעטרויטן א לאנגע אויסגעטרויטענע וועג פאר וועגענער, וואס איז געלאפן פון דעם אריינגאנג פון שטאט ביז אריין אין דער אידישע קווארטל, און ארויף געבויט ענטוזיאטישע טויערן איינגעקריצט א גרויסן אדלער און ענהאלטן דעם אונטערשריפט פונעם קייזער.

ביים טיער פון שטאט האט דער קייזער מיט אויסגע'שורה'טע מיליטירעשע סאלדאטן ענטפאנגן דער קהילה, באגלייטענדיג די אידן מיט געזאנג צום אידישן קווארטל מיט א פאראדע אין א ספעציעלן מוזיקאלישע כאר וועלכע האבן פארפאסט א ספעציעלן ניגון לכבוד די צוריק קער פון די אידן. אין די ערשטע וואגן איז געזיצן דער קייזער, אינעם צווייטן וואגן זענען געזיצן די רב און דער פרנס און די ראשי הקהילה, נאכפאלגענדיג אלע געוועזענע אידישע תושבי פראנקפורט באגלייט מיט תכסיסי מלחמה צו היטן. דער ניגון איז שפעטער אזוי באליבט געווארן ביי די קהילה אז די חזנים און בעלי תפילה האבן דאס געזונגן ביי תפילות ימים טובים, אלס א דאנק צום רבש"ע, צום גרויסן נס. אינעם זעלבן צייט וואס מען האט באגלייט די אידישע איינוואוינער צום אידישן קווארטל האט מען אדורך געפירט פארענט פון די אויגן פון די אידן, די שילדיגע פארברעכער אין קייטן אין שפיץ פון דער רשע ווינץ האנץ ימ"ש, אויפ'ן וועג צום מארק פלאץ ווי מען וועט זיי הענגן, און די אידן האבן אלע געזען א נקמה אין זייער שונאים. אין א טראדיציע אזוי ווי א קעניג וואס געבט איבער דעם טראן צו זיין זון האט דער קייזער איבערגעגעבן צו די ראשי קהילה און זיי צוריק געגעבן די שליסלן פון די בית הכנסת און בית הקברות, און געשאנקן א מתנה א פאר שליסלן פונעם הויפט טויער פון שטאט ארויס צו ווייזן פרייהייט, געבענדיג די פריווילעגיע פאר די אידישע תושבים זוך צו באוועגן פריי וואו אימער אונטער זיין קעניגרייך.

אין א פראמימענטן שריט האט דער קייזער האט באפוילן דאס גאנצע שטאט זוך צו פארזאמלן אינעם צענטער פונעם ארטיגן מארק ווי עס פלעגט פארקומען די יריד. אין צענטער איז געשטאנען א ריזיגן תליה, וואו מען האט אריבער געפירט די פארברעכער, און געהאנגן איינס ביי איינס, באזונדער איז געווען די מינוט ווען מען האט געהאנגן דעם רשע ווינס האנץ. כדי צו פארשפרייטן דער געשיכטע האט דער קייזער באפוילן אראפ צו האקן דעם קאפ פונעם 'צווייטן המן' און דאס אריין האקן אויף דעם שפיץ פונעם גרויסן טורעם וואס איז געשטאנען אינדערמיט פונעם שטאט אז אלע זאלן דאס זען און וויסן וואספאר א שטראף מען באקומט פאר דעם. דער הויז פונעם רשע איז צעווארפן געווארן און אויף דעם פלאץ איז ארויף געשטעלט געווארן א גרויסן שטיין איינגעקריצט מיט ווערטער וואס שילדערט די געשיכטע, אלס א געדענקמאל צו דער פאסירונג.

דעם קומענדיגן טאג, כ' אדר ה'שע"ד, האט מען דאן אין בית הכנסת נישט געזאגט קיין תחנון און געזאגט הלל דאנקענדיג דעם באשעפער אויף דער גרויסע נס. אלס זכר צו געדענקן דעם נס גדול האבן די זקינים און חכמי הדור קובע געווען דעם טאג כ' אדר אלס א יו"ט פורים, פאר די קומענדיגע דורות. אלע האבן נאך געשפירט דעם פחד וואס האט זיי באטראפן איידער זיי זענען אריין אין שטאט. דעריבער האט מען דאס קומענדיגע יאר י"ט אדר געפאסט און למחרתו כ' אדר האבן זיי ווידער געפראוועט 'פורים פראנקפורט'. און דאס איז שוין געבליבן פארהייליגט ביי די בני הקהילה דורות שפעטער.

די קומענדיגע צענדליגע יארן איז דער געדענקמאל נאך אלס געשטאנען אויפן חרוב'ן ארט, אבער דאס איז שטענדיג געשטאנען ווי א דארן אין אויג פאר די פאמיליעס פון די שילדיגע וועלכע האבן נאך געדענקט די בזיונות וואס זיי האבן דאן געליטן צוליב זייער קרובים וואס זענען אזוי מואס אפגעקומען, און עס זענען געווען מאנכע וואס האבן דעם געדענקמאל געוואלט אראפ זען פאר יעדן פרייז אין די וועלט, אבער די רעגירונג האט זיכער געמאכט אז דאס ווערט נישט וואנדעלעזירט. א געלעגנהייט איז אונטערגעקומען ווען עס האט אויסגעבראכן א העלישן פייער אויפ'ן גאס נעבן דעם געדענקמאל, און די גוים האבן געהאט א אויסרייד אראפ צו נעמען דעם שטיין צו פארלעשן דעם פייער.. אבער דער רעיגרונג האט דאס צוריק געלייגט. א צווייטע פרואוו אראפ צו נעמען דעם געדענקמאל איז געווען ווען זיי האבן פלאנירט און פאקטיש ארויף געשטעלט א ברינעם אויף דעם ארט, אבער די רעגירונג האט פארשטאפט דעם ברינעם. אפאר יאר שפעטער האט פאסירט א מאכטפולע ערדציטערניש וואס האט געטרייסעלט דאס ארט, און דער שטיין איז אראפ געפאלן צו דער ערד, און איז געליגן דארט א לאנגע צייט. אוועק נעמען האבן זיי נישט געוואלט וויבאלד דער רעגירונג וועט שטעלן א נייע, און דאס איז אזוי געליגן דרייסיג יאר ביז דער רעגירונג האט דאס אוועק געפירט אינעם קעניגליכן ביבליאטעק.

דער געשיכטע ווערט געשילדערט אין ספר 'יוסף אומץ'.

פון די כתבים פון יענע תקופה, זעהן מיר אז די דאזיגע מנהג איז שטארק פארבליבן און איינגעהאלטן געווארן דורך די בני הקהילה פאר דורי דורות. אין א בריוו וואס דער חתם סופר זצוק"ל וועלכע איז אליין געווען א יליד פראנקפורט האט געשריבן[1] איז ער מפלפל צו עס איז מותר צו קובע זיין א יום משתה ושמחה לכבוד א נס וואס האט פאסירט צו א רבים, ער בלייבט אז דאס איז מותר, און דאס איז גאר א חוב פאר די בני הקהילה, אבער ער פערזענליך איז מחמיר מספק און פירט זיך צו מסיים זיין א מסכת יעדעס יאר אין דעם טאג, צווישן די שורות שרייבט דער חת"ס ווי פאלגענד: "והנה מבואר בספר 'יוסף אומץ' מהנס שנעשה בק"ק פראנקפורט דמיין, ביום כ' אדר הראשון, וקבעו בו יום שמחה לדורתם, וכן ראיתי ממ"ו הגאון מו"ה נתן אדליר זצ"ל מילדי ק"ק ההיא, וכן אנו נוהגים כן אחריו, הגם שאנו ברחוק מקום.. ומכל מקום אני נוהג להחמיר לסיים ספר באותו היום כדי שיהי' הסעודה בהיתר בלי פקפוק, ויאכלו ענוים וישבעו".

אין די הסכמה וואס רבי שמעון סופר זצ"ל אבד"ק קראקא האט געשריבן אויפ'ן קונטרס 'מגילה עפה' (וואס איז ר"ת ע'יר פ'רנקפורט ה'מעטירה), וואו דער מחבר דער יעב"ץ זצ"ל שילדערט די רדיפות און צרות וואס די אידן אין די פראנקפורטע קהילה האבן מיטגעמאכט, שרייבט ער: "כאשר שמעתי גם אנכי מפה קדוש אדוני אבי זצ"ל, מחבר 'חתם סופר', יליד קרתא חשיבא עיר פראנקפורט יע"א, אשר גם הוא היה נוהג בכל שנה לעשות את יום כ' אדר למשתה ושמחה ויום טוב". אויך איז זאגט עדות דערצו הרב"ש האמבורגער אין זיין ספר 'אזרח רענן', וואו ער שרייבט איבער דעם מנהג פונעם חתם סופר: "ראיתי אמ"ו הגאון חתם סופר שמח בשמחת פורים של פראנקפורט דמיין. וזאת לדעתי נתיסד על הישועה אשר באה על העיר בשנת 1616 למספרם, זיהע יאסט בחבורו הקצר צד של"ג". אינעם דערמאנטן 'מגילה עפה' פונעם יעב"ץ, דערמאנט ער גאר אין קורצן איבער די 'נס פראנקפורט': "גם בארץ קשטיליאה נעשה נס לישראל באדר שניצלו מגזירת הצורר מרטין גנזלו שר"י, שני להמן, כן יאבדו כל איביך ה'. ככה אירע נס גדול בקהילה קדושה פראנקפורט דמיין בגזירת 'ווינס האנץ' באדר".

רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!