אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:עשרה בטבת"
ק (החלפת טקסט – "[[עובדיה יוסף" ב־"[[רבי עובדיה יוסף") |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 31: | שורה 31: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:עשרה בטבת]] | [[he:עשרה בטבת]] | ||
[[קאַטעגאָריע:טבת]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 17:27, 14 יוני 2024
עשׂרה בטבת איז א יידישער פאסט-טאג. כּלל ישׂראל פירן זיך אין דעם טאג צו פאַסטן פון עלות השחר ביז צאת הכּוכבים (אַרום 12 שטונדן). עשרה בטבת קען געפאלן זונטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג און פרייטאג.
שטאַמונג
פאַרוואָס פאַסט מען? ווייל יאָר ג'קע"ז (־588) האָט נבוכדנאצר דער קעניג פון בבל באַלאַגערט די שטאָט ירושלים, ווי עס שטייט אין: וַיְהִי בִשְׁנַת הַתְּשִׁיעִית לְמָלְכוֹ בַּחֹדֶשׁ הָעֲשִׂירִי בֶּעָשׂוֹר לַחֹדֶשׁ בָּא נְבֻכַדְנֶאצַּר מֶלֶךְ-בָּבֶל הוּא וְכָל-חֵילוֹ עַל-יְרוּשָׁלִַם וַיִּחַן עָלֶיהָ וַיִּבְנוּ עָלֶיהָ דָּיֵק סָבִיב מלכים ב' (פרק כ"ה) . און אין ירמיה ותבוא העיר במצור… ויחזק הרעב בעיר. ירמיה
שטייט אין זכריה: כה אמר יהוה צבאות, צום הרביעי וצום החמישי וצום השביעי וצום העשירי יהיה לבית יהודה לששון ולשמחה, ולמועדים, טובים; והאמת והשלום, אהבו. זכריה
און עס ווערט געבריינגט אין תוספתא צום העשירי זה עשרה בטבת - יום שבו סמך מלך בבל את ידו על ירושלים תוספתא .
הלכות
אזוי ווי שבעה עשר בתמוז און צום גדליה, די אנדערע פאסטטעג אויפן חורבן, איז אסור עשרה בטבת נאר עסן און טרינקען, אנדערש ווי תשעה באב ווען ס'איז נוהג נאך איסורים. עשרה בטבת פאסט מען פון עלות השחר ביז נאכט; אין צפון האלב־קיילעך געפאלט דער תענית אינמיטן ווינטער, במילא איז עס א קורצער תענית. כאטש מען מעג עסן און טרינקען ביז עלות השחר, אבער ווען איינער האט זיך געלייגט שלאפן און ער שטייט אויף פארטאגס, טאר ער שוין נישט עסן, סיידן ווען ער האט געמאכט א תנאי פארן שלאפן. טרינקען מעג מען אבער יא, אויב ער איז געוואוינט צו טרינקען אינדערפרי.
ביים דאווענען זאגט מען סליחות אין שחרית און מען ליינט אין דער תורה ויחל סיי שחרית און סיי מנחה. טייל ערטער זאגט מען אויך אבינו מלכנו.
פרייטאג און שבת
לויטן היינטיגן יידישן קאלענדאר, איז עשרה בטבת דער איינציגער תענית וואס קען געפאלן פרייטאג, א זאך וואס פאסירט נאר אמאל אין עטליכע יארן. אין אזא פאל, זענען דא דעות צווישן די תנאים[1] און אין ראשונים[2] אז מען זאל אויספאסטן א ביסל פאר שבת, כדי מ'זאל נישט אריינקומען אין שבת אויסגעהונגערט - "שלא יכנס לשבת כשהוא מעונה". אבער הלכה למעשה ווערט געפסקנט אין שלחן ערוך אז מען ענדיגט דעם תענית מיט נאכט.[3] נאך א שמועס איז דא לגבי דעם סדר פון מנחה ווען עשרה בטבת געפאלט פרייטאג; דער מנהג איז אז מען ליינט פרשת "ויחל" אזוי ווי יעדן תענית, אבער קיין תחנון זאגט מען נישט אזוי ווי יעדן פרייטאג פון א גאנץ יאר[4], דעריבער פרייטאג זאגט מען אויך נישט קיין אבינו מלכנו, וואס גייט צוזאמען מיט תחנון אין פאסט טעג.[5]
לויטן היינטיגן קאלענדאר, קען י' טבת קיינמאל נישט געפאלן שבת . טראץ דעם, שרייבט דער אבודרהם אז, אנדערש ווי אלע דרבָנָנדיגע תעניתים, ווען עשרה בטבת וואלט געפאלן שבת, וואלט דער תענית דוחה געווען שבת און נישט אפגעשטופט אויף אן אנדער טאג. דער אבודרהם שרייבט דער מקור פאר דעם איז א פסוק יחזקאל וואו עס שטייט וועגן עשרה בטבת דער לשון "עצם היום הזה",[6] אזוי ווי די תורה שרייבט אויף יום כיפור, וואס איז דוחה שבת.[7] אבער רבי יוסף קארו אין בית יוסף שרייבט אויפן אבודרהם: "לא ידעתי מניין לו זה" "כ'ווייס נישט פון וואנעט ער נעמט דאס".[8]
היינט
רבנות הראשית לישׂראל האָבן מתקן געווען זאָל זיין דעם טאָג אויך אַ יום הקדיש הכּללי, אַז די וואָס האָבן פאַרלאָרן ביי די לאַגער קרובי משפּחה, און זיי ווייסן נישט גענוי וועלכער טאָג זענען זיי אַוועק. זאָלן זיי אין דעם טאָג זאָגן פאַר זיי קדיש.
רעפערענצן
- הלכות עשרה בטבת, אויף JDN, י' טבת תשע"ג (העברעאיש)
- ↑ עירובין מא, א
- ↑ רבי עובדיה יוסף, שו"ת יחווה דעת, חלק א, סימן פ
- ↑ הגהת הרמ"א אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן רמ"ט, סעיף ד'; הרב רבי עובדיה יוסף, שו"ת יביע אומר, חלק ו, אורח חיים סימן לא
- ↑ רבי יוסף קארו, בית יוסף, אורח חיים, סימן תקנ
- ↑ ערוך השלחן, אורח חיים, סימן תקנ, סעיף ב
- ↑ מוסטער:יחזקאל
- ↑ אבודרהם, סדר תפילת התעניות
- ↑ רבי יוסף קארו, בית יוסף, אורח חיים, סימן תקנ
די טרויער טעג אויפ'ן חורבן בית המקדש | ||
---|---|---|
ארבע תעניות | עשרה בטבת • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב • צום גדליה | |
בין המצרים | תלת דפורענותא • ניין טעג • שבת חזון • שבוע שחל בו תשעה באב • שבע דנחמתא | |
סיפורים וקינות | חורבן בית המקדש השני • קינות לתשעה באב • מגילת איכה |
אידישע צייטן און ימים טובים | ||
---|---|---|
ימים טובים מן התורה | ראש השנה • יום כיפור • סוכות • שמיני עצרת • ערב פסח • פסח • שביעי של פסח • פסח שני • שבועות • חול המועד | |
פייערטעג מדרבנן אדער מנהג | אסרו חג • הושענא רבא • שמחת תורה • חנוכה • חמשה עשר בשבט • פורים • ל"ג בעומר • חמשה עשר באב | |
ספעציעלע טעג | שבת • ראש חודש • חודש אלול • עשרת ימי תשובה • פורים קטן • ספירת העומר • בין המצרים • ראש השנה למלכים ולרגלים | |
תעניות חובה | צום גדליה • עשרה בטבת • תענית אסתר • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב | |
תעניות רשות | יום כיפור קטן • תענית בכורים • כ' סיון • שובבי"ם • תענית בה"ב • תעניות גשמים • ז' אדר | |
ספעציעלע שבתים | שבת מברכים • שבת שובה • שבת שירה • שבת שקלים • שבת זכור • שבת פרה • שבת החודש • שבת הגדול • שבת חזון • שבת נחמו | |
פייערטעג פון קהילות | יום שמחת כהן • סיגד • י"ט כסלו • פורים שני • בסיסה • מימונה • סהרנה | |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!