בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,579
רעדאגירונגען
אין תקציר עריכה |
(אויסשטעל) |
||
| שורה 19: | שורה 19: | ||
רבי יהושע איז געווען א לוי, און איז נאך געווען פון די [[משוררים|לויים וואס זינגען]] אין בית המקדש. אין גמרא ווערט דערציילט, אז ווען רבי יהושע האט אמאל געוואלט העלפן [[רבי יוחנן בן גודגדא]] מיטן פארמאכן די טויערן אין בית המקדש, האט אים רבי יוחנן געזאגט: "מיין זון, גיי צוריק, ווייל דו ביזט פון די משוררים און נישט פון די וואס עפענען די טויערן"{{הערה|{{בבלי|ערכין|יא|ב}}}}. אין אן אנדער ארט שילדערט רבי יהושע די שמחה וואס איז געווען אין בית המקדש אין יום טוב סוכות: | רבי יהושע איז געווען א לוי, און איז נאך געווען פון די [[משוררים|לויים וואס זינגען]] אין בית המקדש. אין גמרא ווערט דערציילט, אז ווען רבי יהושע האט אמאל געוואלט העלפן [[רבי יוחנן בן גודגדא]] מיטן פארמאכן די טויערן אין בית המקדש, האט אים רבי יוחנן געזאגט: "מיין זון, גיי צוריק, ווייל דו ביזט פון די משוררים און נישט פון די וואס עפענען די טויערן"{{הערה|{{בבלי|ערכין|יא|ב}}}}. אין אן אנדער ארט שילדערט רבי יהושע די שמחה וואס איז געווען אין בית המקדש אין יום טוב סוכות: | ||
<blockquote>"ווען מיר האב זיך געפרייט ביים [[שמחת בית השואבה]], האבן מיר נישט געזען קיין שלאף אין אונזערע אויגן. וויאזוי? שעה ראשונה, תמיד של שחר; משם לתפלה; משם לקרבן מוסף; משם לתפילת המוספין; משם {{טערמין|לבית המדרש|צו לערנען תורה}}; משם לאכילה ושתיה; משם לתפילת המנחה; משם לתמיד של בין הערבים; {{טערמין|מכאן ואילך|במשך די גאנצע נאכט}}, לשמחת בית השואבה". מען איז נישט געשלאפן, נאר געדרימלט איינער אויף דעם אנדערן'ס אקסלען{{הערה|{{בבלי|סוכה|נג|א}}}}.</blockquote> | |||
מען טרעפט נישט אויף קיין שום ארט אויב ער האט געהאט זון אדער טעכטער. דער איינציגער זאך וואס איז באקאנט איבער זיין פאמיליע איז אז זיין פלימעניק איז געווען א באוואוסטע תנא: [[חנניה בן אחי רבי יהושע]]. | מען טרעפט נישט אויף קיין שום ארט אויב ער האט געהאט זון אדער טעכטער. דער איינציגער זאך וואס איז באקאנט איבער זיין פאמיליע איז אז זיין פלימעניק איז געווען א באוואוסטע תנא: [[חנניה בן אחי רבי יהושע]]. | ||
| שורה 26: | שורה 26: | ||
רבן יוחנן בן זכאי, דער הויפט פון די חכמי התורה אין תקופה פון חורבן הבית, איז געווען דער לעצטער רינגעלע אינעם קייט פון מקבלי התורה פון תקופת בית שני. ער האט מקבל געווען פון [[הלל הזקן|הלל]] און [[שמאי]] און האט איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים, וואס האבן פארשפרייט די תורה ביי אידן נאכ'ן חורבן. רבי יהושע איז געווען דער אחד המיוחד צווישן זיי, און רבן יוחנן האט איבערגעגעבן פאר דעם תלמיד זיינעם דאס רוב פון זיין חכמה, ווי אויך דער חלק פון סודות התורה. אין גמרא איז געברענגט א מעשה וואס ווייזט אויף די גרויסקייט פון רבי יהושע אינעם חלק הנסתר פון די תורה אויך ווען ער איז נאך געווען א תלמיד: | רבן יוחנן בן זכאי, דער הויפט פון די חכמי התורה אין תקופה פון חורבן הבית, איז געווען דער לעצטער רינגעלע אינעם קייט פון מקבלי התורה פון תקופת בית שני. ער האט מקבל געווען פון [[הלל הזקן|הלל]] און [[שמאי]] און האט איבערגעגעבן פאר זיינע תלמידים, וואס האבן פארשפרייט די תורה ביי אידן נאכ'ן חורבן. רבי יהושע איז געווען דער אחד המיוחד צווישן זיי, און רבן יוחנן האט איבערגעגעבן פאר דעם תלמיד זיינעם דאס רוב פון זיין חכמה, ווי אויך דער חלק פון סודות התורה. אין גמרא איז געברענגט א מעשה וואס ווייזט אויף די גרויסקייט פון רבי יהושע אינעם חלק הנסתר פון די תורה אויך ווען ער איז נאך געווען א תלמיד: | ||
<blockquote>רבי יהושע און זיין חבר רבי יוסי הכהן זענען געגאנגען אין וועג, און האבן געזאגט "לאמיר דרש'ען אין [[מעשה מרכבה]]". האט רבי יהושע אנגעהויבן און גע'דרש'נט. יענער טאג איז געווען תקופת תמוז [וואס געווענליך איז דער הימל קלאר דאן], האבן זיך די הימלען פארוואלקנט און עס איז געזען געווארן ווי א בויגן אין הימל. און די מלאכי השרת האבן זיך פארזאמלט און געקומען הערן, ווי מענטשן וואס זאמלען זיך איין און קומען זען די מזמוטי חתן וכלה. איז רבי יוסי געגאנגען און דערציילט פאר רבן יוחנן בן זכאי, האט ער געזאגט "אשריכם ואשרי יולדתכם, אשרי עיני שכך ראו{{הערה|שם=חגיגה|{{בבלי|חגיגה|יד|ב}}}}. (שפעטער האט רבי יהושע אויסגעלערנט די סודות פאר [[רבי עקיבא]], און רבי עקיבא האט גע'דרש'נט אויף אן ענליכן אופן פאר רבי יהושע{{הערה|שם=חגיגה}}.)</blockquote> | |||
רבן יוחנן האט אויסגערעכנט די שבח פון זיינע גרויסע תלמידים, און אויף רבי יהושע האט ער געזאגט: "אשרי יולדתו"{{הערה|{{משנה|אבות|ב|ח}}}}, אז ער איז מאושר במדות טובות, ביז אלע זאגן אויף אים וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן{{הערה|רמב"ם, רע"ב}}. (רבן יוחנן'ס ווערטער זענען אויך מרמז אויף די איבערגעגעבנקייט פון רבי יהושע'ס מאמע, ווי דערציילט אויבן, וואס אין איר זכות איז ער אנגעקומען צו זיין גרויסקייט{{הערה|רש"י און רע"ב דארט}}.) אויך האט רבן יוחנן געליינט אויף אים דעם פסוק{{הערה|{{תנ"ך|קהלת|ד|יב}}}}: "{{מנוקד|הַחוּט הַמְשֻׁלָּשׁ לֹא בִמְהֵרָה יִנָּתֵק}}"{{הערה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|יד|ג}}}}. | רבן יוחנן האט אויסגערעכנט די שבח פון זיינע גרויסע תלמידים, און אויף רבי יהושע האט ער געזאגט: "אשרי יולדתו"{{הערה|{{משנה|אבות|ב|ח}}}}, אז ער איז מאושר במדות טובות, ביז אלע זאגן אויף אים וואויל איז דער וואס האט אים געבוירן{{הערה|רמב"ם, רע"ב}}. (רבן יוחנן'ס ווערטער זענען אויך מרמז אויף די איבערגעגעבנקייט פון רבי יהושע'ס מאמע, ווי דערציילט אויבן, וואס אין איר זכות איז ער אנגעקומען צו זיין גרויסקייט{{הערה|רש"י און רע"ב דארט}}.) אויך האט רבן יוחנן געליינט אויף אים דעם פסוק{{הערה|{{תנ"ך|קהלת|ד|יב}}}}: "{{מנוקד|הַחוּט הַמְשֻׁלָּשׁ לֹא בִמְהֵרָה יִנָּתֵק}}"{{הערה|{{מסכת קטנה|אבות דרבי נתן|יד|ג}}}}. | ||
נאך איידער'ן חורבן איז רבי יהושע אנגעקומען צו הוראה, און איז נסמך געווארן דורך רבן יוחנן בן זכאי{{הערה|{{ירושלמי|סנהדרין|א|ב}}}}. פון דער מעשה וואס איז געברענגט אין גמרא לערנען מיר אז ער איז געווען פון די ראשי המדברים צווישן די חכמים נאך בזמן הבית: | נאך איידער'ן חורבן איז רבי יהושע אנגעקומען צו הוראה, און איז נסמך געווארן דורך רבן יוחנן בן זכאי{{הערה|{{ירושלמי|סנהדרין|א|ב}}}}. פון דער מעשה וואס איז געברענגט אין גמרא לערנען מיר אז ער איז געווען פון די ראשי המדברים צווישן די חכמים נאך בזמן הבית: | ||
<blockquote>איינמאל האט מען געטראפן מענטשליכע ביינער אינעם לשכת דיר העצים אין בית המקדש, און די חכמים האבן צוליב דעם געוואלט גוזר זיין טומאה אויף גאנץ ירושלים [אלס חשש טאמער ס'זענען באגראבן מתים אויף נאך פלעצער]. איז רבי יהושע אויפגעשטאנען אויף זיינע פיס און געזאגט: "איז נישט קיין בושה וכלימה פאר אונז אז מיר זאלן גוזר זיין טומאה אויף די שטאט פון אונזערע עלטערן? וואו זענען די מתי מבול? וואו זענען די הרוגי נבוכדנצר (וואס זענען גע'הרג'עט געווארן ביים ערשטן חורבן הבית)"?{{הערה|{{בבלי|1=זבחים|2=קיג|3=א}} זעט אויך {{משנה|עדיות|ח|ה}}}}. ד.ה., אז וויבאלד מיר זעען אז עס זענען נישט מצוי קיין ביינער פון טויטע אין ירושלים – נישט ביינער פון מתי מבול וואס טרעפן זיך אין אנדערע פלעצער, און נישט ביינער פון די הרוגים וואס נבוכדנצר האט גע'הרג'עט ביים ערטשן חורבן – על כרחך אז מ'האט בודק געווען דעם שטאט (בשעת'ן בויען דעם צווייטן בית המקדש) און מ'האט אלעס מפנה געווען. דעריבער, דאס אנטדעקן עטליכע ביינער אין לשכת העצים איז נישט בכח צו מערער זיין אויף דער חזקת טהרה פונעם שטאט{{הערה|רש"י}}.</blockquote> | |||
רבי יהושע האט ווארשיינליך געהאט א גרויסע ישיבה (צוזאמען מיט רבי אליעזר) נאך בחייו פון רבן יוחנן בן זכאי, פאר'ן חורבן, וואו רבי עקיבא האט געלערנט פאר אים{{הערה|{{היברובוקס|יצחק אייזיק הלוי|דורות הראשונים|20127|עמוד 460|page=31|באנד=ד}}}}. | רבי יהושע האט ווארשיינליך געהאט א גרויסע ישיבה (צוזאמען מיט רבי אליעזר) נאך בחייו פון רבן יוחנן בן זכאי, פאר'ן חורבן, וואו רבי עקיבא האט געלערנט פאר אים{{הערה|{{היברובוקס|יצחק אייזיק הלוי|דורות הראשונים|20127|עמוד 460|page=31|באנד=ד}}}}. | ||
| שורה 45: | שורה 45: | ||
די גמרא דערציילט די פאלגנדע מעשה, אויף דער ריכטיגע צוגאנג צו טרויער אויפ'ן חורבן הבית: | די גמרא דערציילט די פאלגנדע מעשה, אויף דער ריכטיגע צוגאנג צו טרויער אויפ'ן חורבן הבית: | ||
<blockquote>ווען די בית שני איז חרוב געווארן, רבו פרושין בישראל וואס האבן זיך מקבל געווען שלא לאכול בשר ושלא לשתות יין. נטפל להן רבי יהושע, אמר להן: "בָּנַי, מפני מה אי אתם אוכלין בשר ואין אתם שותין יין?" אמרו לו: "נאכל בשר שממנו מקריבין על גבי מזבח ועכשיו בטל?! נשתה יין שמנסכין על גבי המזבח ועכשיו בטל?!" אמר להם: "אם כן לחם לא נאכל, שכבר בטלו [[מנחות]]". אפשר בפירות. "פירות לא נאכל, שכבר בטלו [[בכורים]]". אפשר בפירות אחרים (נישט פון די שבעת המינים פון וועלכע מ'האט געברענגט ביכורים). "מים לא נשתה, שכבר בטל [[ניסוך המים]]". שתקו. אמר להן: "בני, בואו ואומר לכם. שלא להתאבל כל עיקר – אי אפשר, שכבר נגזרה גזרה. ולהתאבל יותר מדאי – אי אפשר, ש{{קישור אם קיים|אין גוזרין גזירה על הצבור אלא אם כן רוב צבור יכולין לעמוד בה}}. אלא כך אמרו חכמים" סד אדם את ביתו בסיד ומשייר בו דבר מועט (אמה על אמה כנגד הפתח); עושה אדם כל צרכי סעודה ומשייר דבר מועט (איין מאכל); עושה אשה כל תכשיטיה ומשיירת דבר מועט{{הערה|{{בבלי|בבא בתרא|ס|ב}}}}.</blockquote> | |||
==אין יבנה == | ==אין יבנה == | ||
| שורה 112: | שורה 112: | ||
רבי יהושע אליין האט געזאגט: "קיינמאל האט מיך א מענטש נישט באזיגט, חוץ פון א פרוי, תינוק, ותינוקת". דאס איז געווען די מעשה מיט'ן פרוי: | רבי יהושע אליין האט געזאגט: "קיינמאל האט מיך א מענטש נישט באזיגט, חוץ פון א פרוי, תינוק, ותינוקת". דאס איז געווען די מעשה מיט'ן פרוי: | ||
<blockquote>אמאל איז רבי יהושע געווען אלס גאסט אין אן אכסניה, און די בעלת אכסניה האט אים אנגעגרייט א געקעכץ פון בונדלעך. אינעם ערשטן און צווייטן טאג האט רבי יהושע געגעסן דעם גאנצן טעלער און גארנישט איבערגעלאזט, און האט זיך נישט געפירט ווי אנגענומען, איבערצולאזן אביסל עסן אין די זייט פונעם טעלער אויף צו געבן פאר'ן שמש. די באלעבוסטע האט אים געוואלט מרמז זיין אז ער פירט זיך נישט ווי עס פאסט, דעריבער האט זי זייער געזאלצן דאס געקעכץ, און ווען רבי יהושע האט דאס טועם געווען האט ער עס אפגעלאזט. האט אים די בעלת אכסניה געפרעגט: "רבי פארוואס עסטו נישט?" רבי יהושע, נישט וועלנדיג זאגן אז דאס געקעכץ איז צו געזאלצן, האט געזאגט: "איך האב שוין געגעסן בייטאג". האט זי אים געזאגט" אויב אזוי, וואלסטו אויך געדארפט אפלאזן די ברויט? אפשר האסטו היינט איבערגעלאזט אויך פאר די ערשטע טעג?" | |||
די מעשה מיט'ן תינוקת: אמאל איז רבי יהושע געגאנגען אין א וועג וואס גייט אריבער אין א פעלד. האט אים א קליין מיידל געזאגט: "רבי, איז דאס נישט קיין פעלד?" האט ער איר געזאגט: "איז עס נישט קיין דרך כבושה?. האט זי אים געזאגט: "ליסטים כמוך כבשוה!". | |||
די מעשה מיט'ן תינוק: אמאל איז רבי יהושע געגאנגען אין וועג און געזען א קליין קינד וואס זיצט ביי א שייד וועג. האט ער אים געזאגט: "וועלכע וועג גיי איך צום שטאט?" האט אים דאס קינד געענטפערט: "דער וועג איז א קורצע און א לאנגע, און דער איז א לאנגע און א קורצע". איז רבי יהושע געגאנגען אינעם קורצע און לאנגע וועג, וויבאלד ער איז אנגעקומען צום שטאט האט ער געזען אז ס'נעמען עס ארום גערטנער און פרדסים. איז ער צוריקגעגאנגען און געזאגט פאר יענעם קינד: "מיין זון, דו האסט דאך מיר געזאגט אז דער וועג איז א קורצע!" האט דאס קינד אים געזאגט: "האב איך דיר נישט געזאגט אז דאס איז אויך א לאנגע?". האט אים רבי יהושע געקישט אויפ'ן קאפ, און אים געזאגט: "וואויל איז ענק אידן אז עטס זענטס אלע גרויסע חכמים, פון ענקערע גרויסע ביז ענקערע קליינע"{{הערה|{{בבלי|עירובין|נג|ב}};{{ש}}זעט אן אנדערע גירסא אין {{מדרש רבה|איכה|א|יט}}, און דארט נאך פעלער אין וועלכע קינדער האבן געענטפערט פאר רבי יהושע א תשובה ניצחת.}}</blockquote> | |||
ער איז אויך געווען בקי אין אלע מיני ערמומיות פון די פאָפּערס, ווי דערציילט: | ער איז אויך געווען בקי אין אלע מיני ערמומיות פון די פאָפּערס, ווי דערציילט: | ||
<blockquote>מעשה ברבי יהושע אז ס'איז צו אים געקומען א מענטש, און ער האט אים געגעבן עסן און טרינקען און אים ארויפגעטראגן שלאפן אויפ'ן שטאק. רבי יהושע האט מיט זיין חכמה חושד געווען אז אפשר איז ער נישט קיין ערליכער מענטש, האט ער אוועקגענומען דעם לייטער פונעם בוידעם. האלבער נאכט איז דער מענטש אויפגעשטאנען און גענומען אלע כלים און זיי איינגעוויקלט אין זיין טלית, און ווען ער האט געוואלט אראפגיין איז ער אראפגעפאלן און זיין מפרקת האט זיך צעבראכן. צופרי איז רבי יהושע געקומען און אים געטראפן אראפגעפאלן האט ער אים געזאגט: "ריקא, אזוי טוען מענטשן ווי דיר?" האט ער אים געענטפערט "רבי, איך האב נישט געוואוסט אז דו האסט גענומען דעם לייטער פון אונטער מיר". האט אים רבי יהושע געזאגט: "ריקא, ווייסטו נישט אז שוין פון נעכטן זענען מיר געווען באווארנט מיט דיר". פון דא האט רבי יהושע געזאגט: "אייביג זאל יעדער מענטש זיין אין דיינע אויגן ווי א רויבער, און זיי זיי מכבד ווי רבן גמליאל{{הערה|{{מסכת קטנה|דרך ארץ רבה|ה}}. טייל זענען משער אז די ווערטער "רבן גמליאל" זענען א טעות און עס דארף שטיין "ריש גלותא" (זעט {{היברובוקס||שו"ת אבני חפץ|665|סימן כט אות יב|page=55}}).}}. פון דא איז ווארשיינלעך דער מקור פאר דעם באקאנטער אויסדרוק: "כבדהו וחשדהו"{{הערה|{{היברובוקס|רבי אהרן לעווין|שו"ת אבני חפץ|665|סימן כט אות יב|page=55}}}}.</blockquote> | |||
אויך זיינע חברים די חכמים האט רבי יהושע באוואונדערט מיט זיין חכמה. | אויך זיינע חברים די חכמים האט רבי יהושע באוואונדערט מיט זיין חכמה. | ||
<blockquote>אמאל זענען רבן גמליאל און רבי יהושע געפארן אין א שיף. רבן גמליאל האט גענומען מיט זיך ברויט אויפ'ן וועג, ווידער רבי יהושע האט גענומען מיט זיך ברויט און אויך מעל. אויפ'ן וועג האט זיך געענדיגט די ברויט פון רבן גמליאל, און רבי יהושע האט אים געגעבן פון די מעל וואס ער האט געהאט. האט רבן גמליאל געפרעגט רבי יהושע: "האסטו דען געוואוסט אז מיר וועלן זיך אזוי אויפהאלטן, אז דו האסט אויך געברענגט מיט דיר מעל?" האט ער אים געזאגט: ס'איז דא איין שטערן וואס קומט ארויף איינמאל און זיבעציג יאר און צעמישט די שיפס־קאפיטאנען, האב איך געטראכט, אפשר וועט עס ארויפקומען און אונז צעמישן". האט רבן גמליאל געזאגט מיט שטוינונג: "אזויפיל חכמה איז דא אין דיר און דו דארפסט ארויספארן אין א שיף (פאר דיין פרנסה)?"{{הערה|{{בבלי|הוריות|י|א}}}}.</blockquote> | |||
<blockquote>איין פילאזאף האט אוועקגעגעבן מערערע יארן כדי צו אנטפלעקן ווי לאנג ציט זיך דאס שוואנגערשאפט פון א שלאנג. ווען די חכמים זענען אמאל אנגעקומען קיין רוים, האט דער פילאזאף געפרעגט רבן גמליאל: "נאך וויפיל צייט געבוירט דאס שלאנג"? האט ער אים נישט געוואוסט צו ענטפערן, און זיין געזיכט איז פארכמארעט געווארן. האט רבי יהושע זיך אנגעשטויסן אין אים און אים געפרעגט: "פארוואס איז דיין פנים פארקרענקט?" האט אים רבן גמליאל געזאגט: "איין שאלה בין איך געפרעגט געווארן און איך האב נישט געוואוסט צו ענטפערן: נאך ווי לאנג געבוירט דאס שלאנג?". האט אים רבי יהושע געזאגו: "צו זיבן יאר", און אים געברענגט א ראיה פון די תורה. איז רבן גמליאל צוריק און געזאגט פאר'ן פילאזאף דעם ענטפער. האט ער אנגעהויבן רייבן זיין קאפ אין וואנט און געזאגט: "אלעס וואס איך האב מיך געפלאגט זיבן יאר איז דער געקומען און עס מיר אויסגעשטרעקט אין איין קנה"{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|כ|ד}}; זעט אויך {{בבלי|בכורות|ח|ב}}}}.</blockquote> | |||
דאס גאנצע גרויסקייט און קלוגשאפט פון רבי יהושע האט אים נישט געהאלפן רייך ווערן. ס'איז ביי אים מקויים געווארן דער פסוק: "{{מנוקד|וְגַם לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר}}"{{הערה|{{תנ"ך|קהלת|ט|יא}}}} און ער האט זיך מפרנס געווען בדוחק{{הערה|זעט אויבן און אין הערה}}. | דאס גאנצע גרויסקייט און קלוגשאפט פון רבי יהושע האט אים נישט געהאלפן רייך ווערן. ס'איז ביי אים מקויים געווארן דער פסוק: "{{מנוקד|וְגַם לֹא לַחֲכָמִים לֶחֶם וְגַם לֹא לַנְּבֹנִים עֹשֶׁר}}"{{הערה|{{תנ"ך|קהלת|ט|יא}}}} און ער האט זיך מפרנס געווען בדוחק{{הערה|זעט אויבן און אין הערה}}. | ||
| שורה 132: | שורה 132: | ||
== מיט'ן רוימיש'ן קייסער == | == מיט'ן רוימיש'ן קייסער == | ||
די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפט און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא און מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייסער (מערסטנס מיט'ן [[קייסער אדריינוס]]) און זיין פאמיליע: | די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפט און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא און מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייסער (מערסטנס מיט'ן [[קייסער אדריינוס]]) און זיין פאמיליע: | ||
<blockquote>אמאל האט דער קייסער אים געזאגט: "איך וויל זען דיין גא-ט". רבי יהושע האט אים געענטפערט אז א מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטן, און ווען דער קייסער האט זיך פאר'עקשנ'ט האט אים רבי יהושע געשטעלט אינדרויסן און אים געזאגט צו קוקן אינעם זון. דער קייסער האט פארשטייט זיך נישט מצליח געווען. האט אים רבי יהושע געזאגט: "אויב אין דער זון וואס איז איינע פון די שמשים פאר הקב"ה, קענסטו נישט קוקן איז דען נישט א כל שכן די שכינה?"{{הערה|{{בבלי|חולין|נט|ב}}}}.</blockquote> | |||
<blockquote>דער קייסער האט אים געפרעגט: "מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף?" האט ער געענטפערט: "תבלין אחד יש לנו ושבת שמו, שאנו מטילין לתוכו, וריחו נודף". האט ער אים געזאגט: "גיב אונז דערפון". האט ער געענטפערט: "דער וואס היט דער שבת, העלפט עס פאר אים, און דער וואס היט נישט דער שבת, העלפט עס נישט פאר אים"{{הערה|{{בבלי|שבת|קיט|ב}}}}.</blockquote> | |||
אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, [[פפוס ולוליאנוס]], האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די [[כותים]] (די מינים) די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן קייסער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דורך דעם ווידערשפּעניגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן רשות און קען מער נישט צוריקצוען, האט מען אים מייעץ געווען אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן דאס אוועקריקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען (וויבאלד די מקום המקדש און אירע פונקטליכע מאָסן זענען געווארן מקובל בנבואה און מ'קען זיי נישט ענדערן). ווען די ברייוון איבער די נייע גזירה זענען אנגעקומען האט דער גאנצער געמיינדע אהגעהויבן וויינען, און האבן געוואלט ווידערשפעניגן אין די רוימער. די חכמים, וואס האבן געוואוסט אז אזא שריט וועט אָנברענגען אן אומגליק, האבן זיי געזוכט א קלוגער מענטש וואס זאל קענען בארואיגן דעם ציבור, און האבן אויסגעקליבן רבי יהושע, וואס ער איז "אסכולוסטקיא דאורייתא" (האַר פון בית המדרש און בקי צו מסדר זיין דברי אגדה). איז רבי יהושע אריין און גע'דרש'נט פאר'ן קהל דאס פאלגנדע משל: | אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, [[פפוס ולוליאנוס]], האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די [[כותים]] (די מינים) די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן קייסער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דורך דעם ווידערשפּעניגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן רשות און קען מער נישט צוריקצוען, האט מען אים מייעץ געווען אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן דאס אוועקריקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען (וויבאלד די מקום המקדש און אירע פונקטליכע מאָסן זענען געווארן מקובל בנבואה און מ'קען זיי נישט ענדערן). ווען די ברייוון איבער די נייע גזירה זענען אנגעקומען האט דער גאנצער געמיינדע אהגעהויבן וויינען, און האבן געוואלט ווידערשפעניגן אין די רוימער. די חכמים, וואס האבן געוואוסט אז אזא שריט וועט אָנברענגען אן אומגליק, האבן זיי געזוכט א קלוגער מענטש וואס זאל קענען בארואיגן דעם ציבור, און האבן אויסגעקליבן רבי יהושע, וואס ער איז "אסכולוסטקיא דאורייתא" (האַר פון בית המדרש און בקי צו מסדר זיין דברי אגדה). איז רבי יהושע אריין און גע'דרש'נט פאר'ן קהל דאס פאלגנדע משל: | ||
<blockquote>דער לייב האט פארציקט א פארציקעניש און ס'איז אים שטעקן געבליבן א ביין אין האלז, האט ער אויסגערופן "ווער עס קען עס ארויסצוען וועל איך אים געבן זיין באלוין". איז געקומען אן עוף וואס זיין האלז איז לאנג און האט אריינגעשטעקט זיין האלז אינעם לייב'ס מויל און ארויסגענומען דעם ביין. ווען ער האט געבעטן זיין שכר, האט אים דער לייב געזאגט: "גענוג איז דיר אז דו קענסט זיך בארימען און דערציילן אז דו ביזט אריין אינעם מויל פון לייב און דו ביזט ארויס בשלום". "אזוי אויך אונז", האט רבי יהושע פארענדיגט, "גענוג אז מיר זענען אריין אין דעם געשעעניש בשלום און ארויס בשלום, און זיי האבן אונז נישט געטון קיין שום שלעכטס מער. לאמיר נישט אויפוועקן דעם לייב פון זיין הויערן"{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סד|י}}}}.</blockquote> | |||
אין גמרא ווערט דערציילט ווי רבי יהושע האט באזיגט די [[חכמי אתונה]], וואס זענען געווען באוואוסט אין דער אלטער וועלט מיט זייער קלוגשאפט. בי יהושע האט מיט זיין חכמה מצליח געווען אריינצוגיין צו זייער אפגעהיטן באהאלטן זיץ־פלאץ, און זיך פארגעשטעלט ווי דער חכם פון די אידן וואס איז געקומען לערנען חכמה פון זיי. נאך וואס ער האט זיי מנצח געווען אין א ריי טיפע חידות, האט ער זיי אריינגעטראגן אין א שיף און זיי געברענגט פאר דער קייסער אין רוים, און מיט'ן קייסער'ס באפעל, האט ער אויף זיי מיט זיין קלוגשאט געברענגט זייער ענדע{{הערה|{{בבלי|בכורות|ח|ב}} – ט, א}} | אין גמרא ווערט דערציילט ווי רבי יהושע האט באזיגט די [[חכמי אתונה]], וואס זענען געווען באוואוסט אין דער אלטער וועלט מיט זייער קלוגשאפט. בי יהושע האט מיט זיין חכמה מצליח געווען אריינצוגיין צו זייער אפגעהיטן באהאלטן זיץ־פלאץ, און זיך פארגעשטעלט ווי דער חכם פון די אידן וואס איז געקומען לערנען חכמה פון זיי. נאך וואס ער האט זיי מנצח געווען אין א ריי טיפע חידות, האט ער זיי אריינגעטראגן אין א שיף און זיי געברענגט פאר דער קייסער אין רוים, און מיט'ן קייסער'ס באפעל, האט ער אויף זיי מיט זיין קלוגשאט געברענגט זייער ענדע{{הערה|{{בבלי|בכורות|ח|ב}} – ט, א}} | ||
רעדאגירונגען