אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קעווין מעקארטי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(צוגעלייגט דעסקריפציע: "אמעריקאנער רעפובליקאנער פאליטיקאנט, 55'סטער ספיקער (1965–)")
(מוסטער cleanup)
שורה 3: שורה 3:
| שם בשפת המקור = {{משמאל לימין|Kevin McCarthy}}
| שם בשפת המקור = {{משמאל לימין|Kevin McCarthy}}
| תמונה = Kevin McCarthy, official photo, 118th Congress.jpg
| תמונה = Kevin McCarthy, official photo, 118th Congress.jpg
| תאריך לידה = [[26 יאנואר]] [[1965]]
| תאריך לידה = [[26 יאנואר]], [[1965]]
| געבורט ארט = בעיקערספילד, [[קאליפארניע]], [[פאראייניגטע שטאטן]]
| געבורט ארט = בעיקערספילד, [[קאליפארניע]], [[פאראייניגטע שטאטן]]
| פארטיי = [[רעפובליקאנער פארטיי|רעפובליקאנער]]
| פארטיי = [[רעפובליקאנער פארטיי|רעפובליקאנער]]
שורה 9: שורה 9:
| שם התפקיד = ספּיקער פון [[פאראייניגטע שטאטן רעפרעזענטאטן הויז]]
| שם התפקיד = ספּיקער פון [[פאראייניגטע שטאטן רעפרעזענטאטן הויז]]
| למניין = 55סטער
| למניין = 55סטער
| התחלת כהונה = [[יאנואר 7]] [[2023]]
| התחלת כהונה = [[יאנואר 7]], [[2023]]
| סיום כהונה = [[אקטאבער 3]] [[2023]]
| סיום כהונה = [[אקטאבער 3]], [[2023]]
| תואר סגן 1 = דעפּוטאַט
| תואר סגן 1 = דעפּוטאַט
| סגן 1 = [[סטיוו סקאליס]]
| סגן 1 = [[סטיוו סקאליס]]
שורה 20: שורה 20:
| תפקיד2 = {{תפקיד מנהיג
| תפקיד2 = {{תפקיד מנהיג
|שם התפקיד= הויז מינאריטעט פירער
|שם התפקיד= הויז מינאריטעט פירער
|התחלת כהונה=[[יאנואר 3]] [[2019]]
|התחלת כהונה=[[יאנואר 3]], [[2019]]
|סיום כהונה=יאנואר 3 2023
|סיום כהונה=יאנואר 3, 2023
|הקודם בתפקיד=[[נענסי פעלאסי]]
|הקודם בתפקיד=[[נענסי פעלאסי]]
|הבא בתפקיד=[[האקים דזשעפריס]]}}
|הבא בתפקיד=[[האקים דזשעפריס]]}}
| תפקיד3 = {{תפקיד מנהיג
| תפקיד3 = {{תפקיד מנהיג
|שם התפקיד= הויז מאיאריטעט פירער
|שם התפקיד= הויז מאיאריטעט פירער
|התחלת כהונה=[[אויגוסט 1]] [[2014]]
|התחלת כהונה=[[אויגוסט 1]], [[2014]]
|סיום כהונה=[[יאנואר 3]] [[2019]]
|סיום כהונה=[[יאנואר 3]], [[2019]]
|הקודם בתפקיד=[[עריק קאנטאר]]
|הקודם בתפקיד=[[עריק קאנטאר]]
|הבא בתפקיד=[[סטעני הויער]]
|הבא בתפקיד=[[סטעני הויער]]
שורה 34: שורה 34:
| תפקיד4 = {{תפקיד מנהיג
| תפקיד4 = {{תפקיד מנהיג
|שם התפקיד=הויז מאַיאָריטעט בייטש
|שם התפקיד=הויז מאַיאָריטעט בייטש
|התחלת כהונה=[[יאנואר 3]] [[2011]]
|התחלת כהונה=[[יאנואר 3]], [[2011]]
|סיום כהונה=[[אויגוסט 1]] [[2014]]
|סיום כהונה=[[אויגוסט 1]], [[2014]]
|הקודם בתפקיד=דזשים קלעיבורן
|הקודם בתפקיד=דזשים קלעיבורן
|הבא בתפקיד=סטיוו סקאליס
|הבא בתפקיד=סטיוו סקאליס
שורה 41: שורה 41:
| תפקיד5 = {{תפקיד מנהיג
| תפקיד5 = {{תפקיד מנהיג
| שם התפקיד = פאראייניגטע שטאטן רעפרעזענטאטן הויז מיטגליד פון [[קאליפארניע]]
| שם התפקיד = פאראייניגטע שטאטן רעפרעזענטאטן הויז מיטגליד פון [[קאליפארניע]]
| התחלת כהונה = [[יאנואר 3]] [[2007]]
| התחלת כהונה = [[יאנואר 3]], [[2007]]
| סיום כהונה =  
| סיום כהונה =  
| הקודם בתפקיד = ביל טאמאס
| הקודם בתפקיד = ביל טאמאס
| קאנסטיטשוענסי = 22טע דיסטריקט (2007–2013){{ש}}23טע דיסטריקט (2013–2023){{ש}}20טע דיסטריקט (2023–איצט)}}
| קאנסטיטשוענסי = 22טע דיסטריקט (2007–2013){{ש}}23טע דיסטריקט (2013–2023){{ש}}20טע דיסטריקט (2023–איצט)}}
| אונטערשריפט = Kevin McCarthy Signature.svg
| אונטערשריפט = [[טעקע:Kevin McCarthy Signature.svg|150px]]
}}
}}
'''קעווין מעקארטי''' (אין ענגליש: '''Kevin McCarthy'''; געבוירן יאנואר 26, 1965) איז אַן אמעריקאנער פּאָליטיקאנט וואס האט געדינט אלס דער 55'סטער [[ספּיקער]] פון די [[רעפּרעזענטאטן הויז]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]], פון יאנואר ביז אקטאבער 2023. ער איז א מיטגליד פון דער [[רעפובליקאנער]] פארטיי, און האט געדינט אלס הויז מינאָריטעט פירער פון 2019 ביז 2023 און אלס הויז מערהייט פירער פון 2014 ביז 2019 אונטער ספּיקערס דזשאן בעינאר און [[פאול רייען]]. מעקארטי איז אין זיין ניינטער קאנגרעסמאן טערמין, און האט פארטרעטן קאליפארניע'ס 22'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פון 2007 ביז 2013, די 23'סטע דיסטריקט פון 2013 ביז 2023 און ער פארטרעט די 20'סטע דיסטריקט זינט 2023.
'''קעווין מעקארטי''' (אין ענגליש: '''Kevin McCarthy'''; געבוירן יאנואר 26, 1965) איז אַן אמעריקאנער פּאָליטיקאנט וואס האט געדינט אלס דער 55'סטער [[ספּיקער]] פון די [[רעפּרעזענטאטן הויז]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]], פון יאנואר ביז אקטאבער 2023. ער איז א מיטגליד פון דער [[רעפובליקאנער]] פארטיי, און האט געדינט אלס הויז מינאָריטעט פירער פון 2019 ביז 2023 און אלס הויז מערהייט פירער פון 2014 ביז 2019 אונטער ספּיקערס דזשאן בעינאר און [[פאול רייען]]. מעקארטי איז אין זיין ניינטער קאנגרעסמאן טערמין, און האט פארטרעטן קאליפארניע'ס 22'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פון 2007 ביז 2013, די 23'סטע דיסטריקט פון 2013 ביז 2023 און ער פארטרעט די 20'סטע דיסטריקט זינט 2023.

רעוויזיע פון 17:45, 27 נאוועמבער 2023

קעווין מעקארטי
Kevin McCarthy
Kevin McCarthy, official photo, 118th Congress.jpg
געבורט 26 יאנואר, 1965 (יארגאנג: 59)
בעיקערספילד, קאליפארניע, פאראייניגטע שטאטן
פארטיי רעפובליקאנער
ווייב דזשודי מעקארטי
kevinmccarthy.house.gov
55סטער ספּיקער פון פאראייניגטע שטאטן רעפרעזענטאטן הויז
יאנואר 7, 2023אקטאבער 3, 2023
מייק דזשאנסאן ←
הויז מינאריטעט פירער
יאנואר 3, 2019 – יאנואר 3, 2023
הויז מאיאריטעט פירער
אויגוסט 1, 2014יאנואר 3, 2019
הויז מאַיאָריטעט בייטש
יאנואר 3, 2011אויגוסט 1, 2014
→ דזשים קלעיבורן
סטיוו סקאליס ←
פאראייניגטע שטאטן רעפרעזענטאטן הויז מיטגליד פון קאליפארניע
יאנואר 3, 2007
→ ביל טאמאס
קאנסטיטשוענסי 22טע דיסטריקט (2007–2013)
23טע דיסטריקט (2013–2023)
20טע דיסטריקט (2023–איצט)
אונטערשריפט Kevin McCarthy Signature.svg

קעווין מעקארטי (אין ענגליש: Kevin McCarthy; געבוירן יאנואר 26, 1965) איז אַן אמעריקאנער פּאָליטיקאנט וואס האט געדינט אלס דער 55'סטער ספּיקער פון די רעפּרעזענטאטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן, פון יאנואר ביז אקטאבער 2023. ער איז א מיטגליד פון דער רעפובליקאנער פארטיי, און האט געדינט אלס הויז מינאָריטעט פירער פון 2019 ביז 2023 און אלס הויז מערהייט פירער פון 2014 ביז 2019 אונטער ספּיקערס דזשאן בעינאר און פאול רייען. מעקארטי איז אין זיין ניינטער קאנגרעסמאן טערמין, און האט פארטרעטן קאליפארניע'ס 22'סטע קאנגרעסיאנאלע דיסטריקט פון 2007 ביז 2013, די 23'סטע דיסטריקט פון 2013 ביז 2023 און ער פארטרעט די 20'סטע דיסטריקט זינט 2023.

ביאגראפיע

יוגנט און ערציאונג

מעקארטי איז געבוירן געווארן אום כ"ג שבט תשכ"ה (למספרם יאנואר 26, 1965) אין בעיקערספיעלד, קאליפארניע, צו זיין טאטן אווען מעקארטי — וועלכער איז געווען א געהילף צום הויפט פונעם שטאטישן פייער דעפארטמענט, און צו זיין מאמען ראבערטאַ דארלין. זיין טאטע'ס טאטע איז געווען א קינד פון איירישע אימיגראנטן, און זיין מאמע'ס טאטע איז אליינס געווען אן אימיגראנט פון איטאליע. מעקארטי איז שוין א פערטער דור איינוואוינער פון קערן קאונטי, קאליפארניע, און די משפחה וואוינט שוין אין בעיקערספיעלד פאר איבער הונדערט יאר. מעקארטי איז דער ערשטער רעפובליקאנער צווישן זיין נאנטע פאמיליע, זיינע עלטערן זענען געווען מיטגלידער אין די דעמאקראטישע פארטיי.

אין יאר תשמ"ד, זייענדיג 19 יאר, האט ער זיך געעפנט א דעלי געשעפט וואו ער האט פארקויפט סענדוויטשעס, און צוויי יאר שפעטער ווען ער האט שוין געהאט גענוג געלט פאר קאלעדזש האט ער פארקויפט דאס געשעפט און איז געגאנגען שטודירן. ער האט שטודירט אין די קאליפארניע סטעיט יוניווערסיטעט אין בעיקערספיעלד וואו ער האט באקומען א באטשעלער'ס דעגרי אין מארקעטינג אין תשמ"ט און א מעסטער'ס דעגרי אין ביזנעס אדמיניסטראציע אין תשנ"ד. דורכאויס זיינע יאר אין קאלעדזש האט ער אויך געדינט אלס סעזאָנעלע פייערלעשער אין די קערן קאונטי פייער דעפארטמענט.

פאליטישע קאריערע

מעקאַרטי אויף אַ באַזוך אין מדינת ישראל, טרעפט זיך מיט פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו

מעקארטי איז געווען פארזיצער פון די קאליפארניע פליגל פון די "יונגע רעפובליקאנער" ארגאניזאציע, און די "יונגע רעפובליקאנער נאציאנאלע פעדעראציע". ער איז געווען אַ צוויי-טערמיניגער פארשטייער אין די קאליפארניע סטעיט אַסעמבלי פון 2002 ביז 2006, די לעצטע צוויי יאָר אלס מינאָריטעט פירער.

מעקארטי איז ערוויילט געווארן צום קאנגרעס אין 2006, און אין זיין צווייטן טערמין האט ער געדינט אלס רעפובליקאנער טשיף דעפּיוטי וויפּ פון 2009 ביז 2011. ווען רעפובליקאנער האבן גענומען קאנטראל פון די הויז אין 2011 איז ער געווארן מערהייט וויפּ, ביז אויגוסט 2014. נאך וואס הויז מערהייט פירער עריק קאנטאָר האט פארלוירן זיין הויז זיץ אין די 2014 רעפובליקאנער פריימערי איז מעקארטי ערוויילט געווארן אלס מערהייט פירער אונטער ספיקער דזשא בעינער.

נאך וואס רעפובליקאנער האבן פארלוירן די מערהייט אין די 2018 מידטערם וואלן, און ספּיקער פּאול רייען האט רעטייערט, איז מעקארטי ערוויילט געווארן אלס מינאָריטעט פירער אין יאנואר 2019, וואס האט אים געמאכט דער ערשטער רעפובליקאנער פון קאליפארניע צו האַלטן דעם פּאָסטן. מעקארטי איז געווען אַ שטארקע פאַרטיידיגער פונעם געוועזענער פּרעזידענט דאָנאַלד טראמפּ פאַר רוב פון זיין צייט אלס מערהייט פירער און מינאָריטעט פירער.

נאָך דזשאָו ביידען האט געוואונען די 2020 פּרעזידענטליכע וואַלן, האט מעקארטי געשטיצט טראמפּ'ס אָפּלייקענונג פון ביידענ'ס זיג און האט אנטייל גענומען אין פרואוון צו איבערקערן די רעזולטאַטן. אבער דערנאך ביי די יאנואר 6 איבערפאל אויפ'ן אמעריקאנער קעפיטאל האט ער עס פארדאמט, און האט באַשולדיגט טראמפּ פאר דעם טומל זאגנדיג אז די 2020 וואלן זענען יא געווען לעגיטימע. ער האט שפעטער צוריקגעצויגן פון די קאמענטארן און זיך אויסגעגליכן מיט טראמפ.

צוויי חדשים נאכדעם וואס רעפובליקאנער האבן באקומען א שמאלע הויז מערהייט אין די 2022 הויז וואלן, איז מעקארטי געווען דער רעפובליקאנער נאמינירטער פאר ספּיקער ווען דער 118'טער קאנגרעס איז פארזאמלט געווארן אין יאנואר 2023. צוליב צעטיילונג אין דער הויז רעפובליקאנער קאנפערענץ, האט ער נישט געקענט געווינען די ספּיקערשאפט ביזן 15'טן שטים צעטל, יאנואר דעם 7'טן. עס איז געווען די ערשטע מאל וואס א ספּיקער איז נישט ערוויילט געווארן אויפן ערשטן שטימצעטל זינט 1923, און די לענגסטע וואל-שטימצעטל ספּיקער וואלן זינט 1859.

דורכאויס דאס וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א קורצע אַמט־צייט אלס ספּיקער, האט מעקאַרטי זיך געמיטשעט צו געפינען א צוזאמענארבעט נישט בלויז מיט די ווייסע הויז און דעמאָקראטן, נאר אויך מיט אסאך פון די זעלבע רעכטע רעפובליקאנער הויז מיטגלידער וועלכע האבן זיך קעגנגעשטעלט זיין קאנדידאטור פאר ספּיקער. ווען דער דעדליין פארן דורכפירן א ווייטערדיגע רעזאלוציע צו אויפהאלטן פינאנצירונג פון דער רעגירונג האט זיך דערנענטערט, האט א גרופּע פון רעכטע רעפובליקאנער זיך אויסגעוויזן צו ערלויבן א רעגירונג אפּשטעל אויב זייערע פאדערונגען פאר בודזשעט שניטן און אנדערע אַספּעקטן פון זייער אַגענדע ווערן נישט נאָכגעגעבן. אַנשטאָט ערלויבן א פאליטיש און עקאנאמיש שאדנדע שאָטדאַון, האט מעקאַרטי אויף סעפטעמבער 30 אויסגעהמערט א לעצט מינוטיגן אפמאך מיט דעמאָקראטן אויף א סטאָפּגאַפּ ביל, וואָס האָט פארלענגערט פינאַנצירונג פון דער רעגירונג ביז מיטן נאוועמבער. דאָס איז דורכגעגאנגען מיט אַן אפּשטימונג פון 335 צו 91, מיט 126 רעפובליקאנער און 209 דעמאָקראַטן שטיצנדיג דעם ביל, בשעת 90 רעפובליקאנער און 1 דעמאָקראַט זענען קעגן עס. דער סענאט האט שנעל געשטימט עס צו באשטעטיגן.

אום אָקטאָבער 3, גלויבנדיג אַז זיי זענען פאַרראטן געוואָרן דורך מעקאַרטי, האָט אַ גרופּע רעכטע רעפובליקאנער הויז מיטגלידער געזוכט אים צו באַזייטיגן אלס ספּיקער. ווען די דעמאקראטן האבן אויסגעוועלט נישט צו טון עפעס צו פארמיידן מעקארטי'ס ארויסטרייבן, איז א ביל וועלכע האט געזוכט צו בלאקירן אַן אָפּשטימונג אויף מעקארטי'ס פירערשאפט דורכגעפאלן מיט 208 צו 218, וויבאלד 11 רעפובליקאנער האבן געשטימט נישט צו בלאקירן די אָפּשטימונג. אַכט רעפובליקאנער האבן זיך דאן צוזאמגעשטעלט מיט אלע דעמאקראטן אין שטימען 216 צו 210 צו באזייטיגן מעקארטי פון אמט.

רעפערענצן