אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חיים זעליג סלאנימסקי"
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ") |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע||ענגליש=Polish-Jewish mathematician and inventor|העב=מתמטיקאי רוסי|דייטש=polnischer hebräischer wissenschaftlicher Schriftsteller und Journalist|}} | {{דעסקריפציע||ענגליש = Polish-Jewish mathematician and inventor|העב=מתמטיקאי רוסי|דייטש=polnischer hebräischer wissenschaftlicher Schriftsteller und Journalist|}} | ||
{{יתום}} | {{יתום}} | ||
'''חיים זעליג סלאָנימסקי'''; [[ראשי תיבות]]: '''חז"ס''' או '''רחז"ס'''; [[כ"ה אדר ב']] [[ה'תק"ע|ה'תק"ע]], [[ביאליסטאק]], גראדנער גובערניע, [[רוסלענדישע אימפעריע]] – , [[א' סיון]] [[ה'תרס"ד]], [[ווארשע]], [[קאנגרעס פוילן]]) איז געווען א יידישער פארעפנטליכער, אסטראנאם, ערפינדער, און דער גרינדער און ערשטער רעדאקטאר פון דער צייטונג "[[הצפירה]]".[[טעקע:Slonimski_Chaim_Zelig.jpg|לינקס|קליין|180x180פיקס|חיים זעליג סלאנימסקי]] | '''חיים זעליג סלאָנימסקי'''; [[ראשי תיבות]]: '''חז"ס''' או '''רחז"ס'''; [[כ"ה אדר ב']] [[ה'תק"ע|ה'תק"ע]], [[ביאליסטאק]], גראדנער גובערניע, [[רוסלענדישע אימפעריע]] – , [[א' סיון]] [[ה'תרס"ד]], [[ווארשע]], [[קאנגרעס פוילן]]) איז געווען א יידישער פארעפנטליכער, אסטראנאם, ערפינדער, און דער גרינדער און ערשטער רעדאקטאר פון דער צייטונג "[[הצפירה]]".[[טעקע:Slonimski_Chaim_Zelig.jpg|לינקס|קליין|180x180פיקס|חיים זעליג סלאנימסקי]] |
רעוויזיע פון 16:14, 26 אקטאבער 2023
חיים זעליג סלאָנימסקי; ראשי תיבות: חז"ס או רחז"ס; כ"ה אדר ב' ה'תק"ע, ביאליסטאק, גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע – , א' סיון ה'תרס"ד, ווארשע, קאנגרעס פוילן) איז געווען א יידישער פארעפנטליכער, אסטראנאם, ערפינדער, און דער גרינדער און ערשטער רעדאקטאר פון דער צייטונג "הצפירה".
זיין לעבנס געשיכטע
סלאנימסקי האט געלערנט אין תלמוד תורה און ישיבה, און איז באצייכנט געווארן דורך נחום סאקאלאוו אין זיין ביאגראפיע אלס "דער עילוי" און "חריף". פּאַראַלעל צו זיין פאָרשונג אין דער גמרא האט ער עוסק געווען אין פיזיק און מאַטעמאַטיק. אויך האט ער געלערנט דייטש, פויליש, רוסיש און פראנצויזיש.
אין 1838 איז ארויס זיין בוך "תולדות השמים" וואס איז א פארשונג אויף דעם חשבון פון דעם אידישן לוח. דאס בוך איז ארויסגעקומען איבערגעדרוקט מיט דרייסיג יאר שפּעטער גערופן "יסודי העיבור".
אין פעברואר 1862 האט ער געגרינדעט אין ווארשע, די צייטונג "הצפירה". די צייטונג האט געלאזט ברייט פלאץ אין די ערשטע יאָרן פאר באריכטן נייעס אויף וויסנשאַפט און טעכנאָלאָגיע. סלאמניסקי האט געשריבן דערין אין זיין נאָמען און מיט א פסעוודאנים, אויך האט ער פארעפנטליכט ארטיקלען אין "המליץ", "הכרמל" און "האסיף". די צייטונג איז געווארן פארמאכט נאָך זעקס חדשים און איז געווארן באנייט אין 1874.
ער איז געשטארבן אין 1904 אין זיין היים פון א גריפע, אין טיפן עלטער. איז געווארן באערדיגט מיט אַ מאַסן לויה.
סלאנימסקי האט געהאלטן א איִדיש לעבן, אָבער, זיינע צוויי זין האבן ליידער געטויפט צו קריסטנטום.[1] זיינע אייניקלעך זענען קלעזמער ניקאלאַס סלאנימסקי, דער שרייבער מיכאַיל סלאנימסקי און דער דיכטער אַנטאָני סלאנימסקי.
פאר מער אינפארמאציע
- אלכסנדר גוטרמן, "על משפחה אחת (על משפחת סלונימסקי שאחד מבניה היה מדען ומן העורכים הראשונים של העתונות העברית ואילו הבנים המירו דתם)", עת-מול, י"ב, 2 (1986), 19–21.
- אברהם אריה עקביא, "חז"ס [חיים זליג סלונימסקי], חיים יחיאל בורנשטיין, פסח שפירא", ארשת: ספר שנה לחקר הספר העברי ה', ירושלים: מוסד הרב קוק, תשל"ב, 387–411.
- יעקב שביט ויהודה ריינהרץ, "האל המדעי": מדע פופולרי בעברית במזרח אירופה במחצית השנייה של המאה ה-19, הוצאת הקיבוץ המאוחד, 2011, עמ' 10–12, 113–122.
- ניקאלאס סלונימסקי, "My grandfather invented the telegraph", קומנטרי, ינואר 1977
דרויסנדע לינקס
- "סלאנימסקי, חיים זעליג", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק ז, עמודים 203–204, אויף היברובוקסאנציקלופדיה אוצר ישראל"סלאנימסקי, חיים זעליג", יהודה דוד אייזנשטיין (רעדאקטאר), אוצר ישראל, ניו יארק: פרדס, תשי"ב, חלק ז, עמודים 203–204, אויף היברובוקסHebrewBooks
- "חיים זעליג סלאנימסקי", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)Jewish Encyclopedia"חיים זעליג סלאנימסקי", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
- דוד פרישמן, חַיִּים-זֶלִיג סְלוֹנִימְסְקִי, באתר פרויקט בן יהודה
- נחום סוקולובנחום סוקולוב, חיים זעליג סלאָנימסקי, הצפירה, מאי 19, 1904הצפירה (מאמר נרחב בלווית תמונות; גרסת html בפרויקט בן-יהודה: חַיִּים זֶלִיג סְלוֹנִימְסְקִי)
- מכתבי בוקי בן-יגלי, משכיל צעיר מגלה את קופרניקוס באמצעות סלונימסקי
זיינע ווערק
- מוסדי חכמה, וילנה - הורדנה, תקצ"ד 1834
- כוכבא דשביט, וילנה, תקצ"ה
- מציאות הנפש: וקיומה חוץ לגוף, מבואר על פי ראיות נכוחות הלקוחות מן בחינות הטבע, ורשה, תרי"ח 1858
זייטיגע הערות
- ↑ אלינה צאלה, תנועת ההתבוללות בפולין" בתוך: ישראל ברטל וישראל גוטמן (עורכים), קיום ושבר: יהודי פולין לדורותיהם, כרך א', 1997, עמ' 344–345.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!