אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אסרו חג"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 19: | שורה 19: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:אסרו חג]] | [[he:אסרו חג]] | ||
רעוויזיע פון 05:57, 24 אקטאבער 2023
אסרו חג ווערט אנגערופן דער טאג וואס איז נאך די שלש רגלים: פסח, שבועות, סוכות.
דאס איז א שטיקל יום טוב, אין תלמוד ירושלמי שטייט אז אידן זענען זיך צוזאמען געקומען דעם פיר און צוואנציגסטן טאג אין חודש תשרי צו מאכן א פאסט טאג און עוסק זיין אין תשובה אויף די זינד. (נחמיה ט, א) פרעגט דער ירושלמי (עבודה זרה פ"א סוף ה"ב) פארוואס נישט אין דעם דריי און צוואנציגסטן טאג, ענטפערט דער ירושלמי משום חגא דמועדא, מען האט נישט געווואלט פאסטן אין דריי און צוואנציגסטן טאג פון תשרי צוליב אסרו חג.
תחנון
אין שלחן ערוך שטייט [1] אז אין דעם טאג עסט מען מער צוליב די שמחה פון דעם טאג. מען זאגט נישט דערין קיין תחנון. אל ארך אפים פארן ליינען די תורה, און למנצח פאר ובא לציון טייל זאגן נישט[2] און א טייל זאגן יא.
פאסטן
דער טעם פארוואס עס איז א יום טוב איז, וויבאלד ווען איינער איז מקריב קרבנות שלמים, און דעם קרבן שלמים קען מען עסן צוויי טעג, איז אויסגעקומען אז די וואס האבן געברענגט דעם לעצטען טאג פון יום טוב א שלמים האבן געהאט פלייש צו עסן א טאג נאך יום טוב, דעריבער האלט מען עס פאר א יום טוב (מהרי"ל). אינטערעסאנט וואס רבי שניאור זלמן מליאדי שרייבט אין שלחן ערוך הרב, אז אסרו חג פון שבועות איז געווען א יום טוב ווען דער בית המקדש איז געשטאנען דעריבער איז עס אויך היינט אסור מיט הספד ותענית, אבער אסרו חג פסח און שבועות אז עס נישט אסור פון שורש פונעם דין נאר צוליב א מנהג וואס מען פירט זיך אזוי.
רעפערענצן
- ↑ אורח חיים סי' תכ"ט אין רמ"א
- ↑ סידור בית יעקב פון רבי יעקב עמדין
אידישע צייטן און ימים טובים | ||
---|---|---|
ימים טובים מן התורה | ראש השנה • יום כיפור • סוכות • שמיני עצרת • ערב פסח • פסח • שביעי של פסח • פסח שני • שבועות • חול המועד | |
פייערטעג מדרבנן אדער מנהג | אסרו חג • הושענא רבא • שמחת תורה • חנוכה • חמשה עשר בשבט • פורים • ל"ג בעומר • חמשה עשר באב | |
ספעציעלע טעג | שבת • ראש חודש • חודש אלול • עשרת ימי תשובה • פורים קטן • ספירת העומר • בין המצרים • ראש השנה למלכים ולרגלים | |
תעניות חובה | צום גדליה • עשרה בטבת • תענית אסתר • שבעה עשר בתמוז • תשעה באב | |
תעניות רשות | יום כיפור קטן • תענית בכורים • כ' סיון • שובבי"ם • תענית בה"ב • תעניות גשמים • ז' אדר | |
ספעציעלע שבתים | שבת מברכים • שבת שובה • שבת שירה • שבת שקלים • שבת זכור • שבת פרה • שבת החודש • שבת הגדול • שבת חזון • שבת נחמו | |
פייערטעג פון קהילות | יום שמחת כהן • סיגד • י"ט כסלו • פורים שני • בסיסה • מימונה • סהרנה | |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!