אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי מנחם מענדל קראכמאל"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 23: | שורה 23: | ||
זונטאג בא, [[ב' שבט]] תכ"א, איז ער נסתלק געווארן אין ניקלשבורג און דארט באערדיגט געווארן. | זונטאג בא, [[ב' שבט]] תכ"א, איז ער נסתלק געווארן אין ניקלשבורג און דארט באערדיגט געווארן. | ||
== ביבליאגראפיע == | |||
* {{אוצר הספרים היהודי|שו"ת צמח צדק (קרוכמל)|סופיקס=יא}} | |||
* {{אוצר החכמה|2=צמח צדק|3=166236|4=תשס"ח, "תולדות רבינו" - עמ' 19-37|סופיקס=יא}} | |||
* {{חכמי ישראל|83|רבי מנחם מנדל קרוכמל מניקלשפורג (בעל שו"ת „צמח צדק”)}} | |||
* {{דף שער בספרייה הלאומית|987007311627105171|מנחם מנדל בן אברהם (1600-1661), מניקולסבורג}} | |||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
[[he:רבי מנחם מנדל קרוכמל]] |
רעוויזיע פון 14:48, 10 אויגוסט 2023
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
געבורט |
1600 ה'ש"ס קראקא, פוילן-ליטא |
---|---|
פטירה | ב' שבט ה'תכ"א (אלט: 61 בערך) |
מקום קבורה | ניקלשבורג |
מדינה | מעהרן |
רבי'ס | רבי יואל סירקיש |
תלמידים | רבי גרשון אשכנזי |
ספרים | שו"ת צמח צדק |
רבי מנחם מענדל קראָכמאַל זצ"ל (ה'תש"ס בערך – ב' שבט תכ"א) איז געווען ניקלשבורגער רב און הויפט רב פון מעהרין, א פוסק, און מחבר ספר שאלות ותשובות 'צמח צדק' הקדמון[1].
ביאגראפיע
רבי מנחם מענדל איז געבוירן אומגעפער יאר ש"ס אין קראקא, פוילן צו רבי אברהם קראכמאל. ער האט באקומען דעם נאמען מנחם מענדל נאך זיין מאמע'ס טאטע מנחם מענדיל שמעלקיש, פרנס אין פשעמישל, זון פון יהושע, א נדיב וואס האט געבויט די בית המדרש אין פשעמישל. רבי מענדל האט געלערנט ביי רבי יואל סירקיש (דער ב"ח). ער האט חתונה געהאט מיט מינקא, טאכטער פון רבי אברהם. אלס אינגערמאן איז ער באשטימט געווארן אלס דיין אין שטאָט און זיין רבי האט אים געשטעלט אלס ראש ישיבה. צווישן זיינע תלמידים זענען געווען רבי גרשון אשכנזי (שפעטער זיין איידעם), און רבי מנחם מענדל אויערבאך, דער עטרת זקנים.
נאך וואס עס האבן זיך אנגעהויבן די פּאָגראָמען פון די קאזאקן האט ער פארלאזט קראקא און אין שצ"ו איז ער באשטימט געווארן אלס רב אין קרעמזיר, מעהרן. שפּעטער האָט ער געדינט אין פּראָסטיץ און אין ת"ח האט ער אנגעהויבן דינען אלס רב פון ניקלשבורג און די גלילות, ביז זיין פטירה.
אין זיין צייט פון אמט האט ער אוועקגעשטעלט אסאך תקנות איבער מעהרן אין ענינים פון קהילה פירערשאפט און שטייערן, צווישן זיי א תקנה צו פארמיידן דאס ארויפשרויפן די פיש פּרייזן דורך די גוים, נישט צו קויפן פיש פאר א שטיק צייט ביז די פרייזן ווערן גענידערט[2]. ער האט געפירט די אסיפה אין דרעזניץ אין יאר תי"ט אין וועלכע ער איז געשטאנען לטובת די ארעמע און קעגן די ראשי קהילה און די רייכע. ער האט אויך געארבעט אויף התרת עגונות נאך די גזירות ת"ח ות"ט.
זונטאג בא, ב' שבט תכ"א, איז ער נסתלק געווארן אין ניקלשבורג און דארט באערדיגט געווארן.
ביבליאגראפיע
- שו"ת צמח צדק (קרוכמל), אויף אוצר הספרים היהודי השיתופי
- צמח צדק, תשס"ח, "תולדות רבינו" - עמ' 19-37, אויף אוצר החכמה
- דוד הלחמי, "רבי מנחם מנדל קרוכמל מניקלשפורג (בעל שו"ת „צמח צדק”)", חכמי ישראל, תל אביב תשי"ח, חלק א', עמ' ע"ז, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- מנחם מנדל בן אברהם (1600-1661), מניקולסבורג, אויפ'ן וועבזייטל פון דער מדינת ישראל נאציאנאלער ביבליאטעק