אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער"
ק (החלפת טקסט – "ק"ן" ב־"ק"נ") |
ק (החלפת טקסט – "[[יחזקאל לאנדא" ב־"[[רבי יחזקאל לאנדא") |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
== ביאגראפיע == | == ביאגראפיע == | ||
רבי יעקב שמשון איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב יצחק, רב פון [[שעפעטיווקע]]. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי חיים יעקב סג"ל חריף, רב פון [[שעפעטיווקע]]. | רבי יעקב שמשון איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב יצחק, רב פון [[שעפעטיווקע]]. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי חיים יעקב סג"ל חריף, רב פון [[שעפעטיווקע]]. | ||
ער האט געפירט די וויכוחים מיט די [[מתנגדים]] וועגן חסידות, און פאר דעם צוועק האט ער געטראפן דעם [[פראג]]ער רב, הרב [[יחזקאל לאנדא]], מחבר פון "נודע ביהודה". | ער האט געפירט די וויכוחים מיט די [[מתנגדים]] וועגן חסידות, און פאר דעם צוועק האט ער געטראפן דעם [[פראג]]ער רב, הרב [[רבי יחזקאל לאנדא]], מחבר פון "נודע ביהודה". | ||
אין יאר תק"נ איז ער אנגעקומען צום ערשטן מאל אין [[ארץ ישראל]]. אין יאר תקנ"ד איז ער אנגעקומען צום צווייטן מאל און האט זיך באזעצט אין [[טבריה]], וואו ער האט אויפגעשטעלט דעם [[וואהלינער כולל]]. אין תקנ"ט איז ער געפארן אין [[צפון אפריקע]] לטובת דעם יישוב אין ארץ ישראל. | אין יאר תק"נ איז ער אנגעקומען צום ערשטן מאל אין [[ארץ ישראל]]. אין יאר תקנ"ד איז ער אנגעקומען צום צווייטן מאל און האט זיך באזעצט אין [[טבריה]], וואו ער האט אויפגעשטעלט דעם [[וואהלינער כולל]]. אין תקנ"ט איז ער געפארן אין [[צפון אפריקע]] לטובת דעם יישוב אין ארץ ישראל. |
רעוויזיע פון 15:50, 26 יולי 2023
רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער (נפ' ג' סיון ה'תקס"א) איז געווען א רוסישער רב, א גרויסער למדן, וואס האט פארשפרייט חסידות צווישן די למדנים. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יעקב יוסף פון פאלאנע (דער "תולדות"), דער מעזריטשער מגיד און רבי פינחס קאריצער. אין זיינע לעצטע יארן האט ער געפירט א רעביסטעווע אין טבריה.
ביאגראפיע
רבי יעקב שמשון איז געבוירן געווארן צו זיין פאטער הרב יצחק, רב פון שעפעטיווקע. ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי חיים יעקב סג"ל חריף, רב פון שעפעטיווקע. ער האט געפירט די וויכוחים מיט די מתנגדים וועגן חסידות, און פאר דעם צוועק האט ער געטראפן דעם פראגער רב, הרב רבי יחזקאל לאנדא, מחבר פון "נודע ביהודה".
אין יאר תק"נ איז ער אנגעקומען צום ערשטן מאל אין ארץ ישראל. אין יאר תקנ"ד איז ער אנגעקומען צום צווייטן מאל און האט זיך באזעצט אין טבריה, וואו ער האט אויפגעשטעלט דעם וואהלינער כולל. אין תקנ"ט איז ער געפארן אין צפון אפריקע לטובת דעם יישוב אין ארץ ישראל.
ווען ער האט זיך געצויגן אין ארץ ישראל האט זיין איידעם רבי יהודה מאיר שפירא איבערגענומען דאס רבנות אין שעפעטיווקע.
ער איז נפטר געווארן אין טבריה ג' סיון תקס"א.
משפחה
רבי יעקב שמשון און זיין ווייב האבן געהאט איין זון און דריי טעכטער:
- רבי יהושע העשיל, איידעם ביי רבי אפרים (אן אייניקל פונעם חכם צבי; אוועק יונגערהייט.
- מרים, ווייב פון רבי יהודה מאיר שפירא, זון פון רבי פינחס קאריצער
- די ווייב פון רבי אפרים וואהל (נפ' ז' סיון תקצ"ד), אב"ד פון סודילקאוו
- די ווייב פון רבי ישראל יהודה לייב, זון פון רבי חיים פון קראסנע.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!