אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יהושע בן חנניה"

2,967 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 2 יאָר
(בס"ד)
 
שורה 41: שורה 41:


== מיט'ן רוימיש'ן קייסער ==
== מיט'ן רוימיש'ן קייסער ==
די רוימישע קיסרים האבן אנערקענט זיין קלוגשאפ און האבן פיל געשמועסט מיט אים. אין גמרא אין מדרש ווערן געברענגט פיל פון זיינע ויכוחים מיט'ן קייסער (מערסטנס מיט'ן [[קייסער אדריינוס]]) און זיין פאמיליע:
:אמאל האט דער קייסער אים געזאגט: "איך וויל זען דיין גא-ט". רבי יהושע האט אין געענטפערט אז א מענטש קען נישט זען דעם אויבערשטן, און ווען דער קייסער האט זיך פאר'עקשנ'ט האט אים רבי יהושע געשטעלט אינדרויסן און אים געזאגט צו קוקן אינעם זון. דער קייסער האט פארשטייט זיך נישט מצליח געווען. האט אים רבי יהושע געזאגט: "אויב אין דער זון וואס איז איינע פון די שמשים פאר הקב"ה, קענסטו נישט קוקן איז דען נישט א כל שכן די שכינה?"{{הערה|{{בבלי|חולין|נט|ב}}}}.
:א"ל קיסר לרבי יהושע בן חנניא: "מפני מה תבשיל של שבת ריחו נודף?" אמר לו: "תבלין אחד יש לנו ושבת שמו, שאנו מטילין לתוכו, וריחו נודף". אמר לו: "תן לנו הימנו". אמר לו: "כל המשמר את השבת, מועיל לו, ושאינו משמר את השבת אינו מועיל לו"{{הערה|{{בבלי|שבת|קיט|ב}}}}.
אין רבי יהושע'ס צייטן האט דער רוימישער קעניגרייך פלוצים געגעבן רשות צו בויען דעם בית המקדש. באלד האבן זיך צוזאמגענומען פילע אידן פון ארץ ישראל און גולה, און די פאלק'ס עשירים, [[פפוס ולוליאנוס]], האבן צוגעשטעלט גאלד און זילבער און אלע אנדערע זאכן וואס פעלן זיך אויס צום בויען. צום באדויערן איז די צייט נאכנישט רייף געווען, און די [[כותים]] די אנטיסעמיטן זענען געקומען פאר'ן רייסער און האבן מוציא דיבה געווען אויף די אידן אז זיי וועלן דאדורך ווידערשפּעיגן אין די רוימער. ווען דער קייזער האט געענטפערט אז ער האט שוין געגעבן אשות און קען מער נישט צוריקצוען, האט מען אין מייעץ געווען אז ער זאל אויסנעמען דאס בויען דעם מקדש מיט'ן דאס אוועקריקן פון איר פריערדיגן ארט אדער מיט'ן אביסל טוישן די מאָסן, און דערפאר וועלן זיך די אידן אליינס אפהאלטן פון עס בויען.
{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סד|י}}}}


== זיין פטירה==
== זיין פטירה==