אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ווארשע פאקט"
(פארברייטערט) |
(פארברייטערט) |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
| תחום = [[קובץ:Warsaw Pact in 1990 (orthographic projection).svg|150px|המדינות שהיו חברות בברית ורשה]] | | תחום = [[קובץ:Warsaw Pact in 1990 (orthographic projection).svg|150px|המדינות שהיו חברות בברית ורשה]] | ||
| חברים = | | חברים = | ||
* {{פאן|אונגארן (1957–1989)}} [[פאלק'ס רעפובליק פון אונגארן|אונגארן]] | |||
* {{דגל|אלבאניע (1946–1992)}} [[פאלק'ס סאציאליסטישע רעפובליק פון אלבאניע|אלבאניע]] (ארויסגעצויגן 1968) | |||
* {{דגל|בולגאריע (1971–1990)}} [[פאלק'ס רעפובליק פון בולגאריע|בולגאריע]] | |||
* {{דגל|מזרח דייטשלאנד||+}} (אנגעשלאסן 1956) | |||
* {{פאן|טשעכאסלאוואקיי}} [[טשעכאסלאוואקיע סאציאליסטישע רעפובליק|טשעכאסלאוואקיע]] | |||
* {{פאן|סאוויעטן פארבאנד||+}} | * {{פאן|סאוויעטן פארבאנד||+}} | ||
* {{פאן| | * {{פאן|פוילן|}} [[פוילישע פאלק'ס רעפובליק|פוילן]] | ||
* {{פאן|סאציאליסטישע רעפובליק פון רומעניע}} [[סאציאליסטישע רעפובליק פון רומעניע|רומעניע]] | |||
* {{פאן|סאציאליסטישע רעפובליק פון רומעניע | |||
| תאריך הקמה = [[מאי 14]] [[1955]] | | תאריך הקמה = [[מאי 14]] [[1955]] | ||
| תאריך פירוק = [[יולי 1]] [[1991]] | | תאריך פירוק = [[יולי 1]] [[1991]] | ||
שורה 20: | שורה 20: | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
[[טעקע:Pałac_Prezydencki_w_Warszawie_korpus_główny_2019.jpg|קליין|די פרעזידענטליכע פאלאץ אין ווארשע, פוילן, וואו דער ווארשע פאקט איז געשאפן און אונטערגעשריבן געווארן אום מאי 14 1955]] | [[טעקע:Pałac_Prezydencki_w_Warszawie_korpus_główny_2019.jpg|קליין|די פרעזידענטליכע פאלאץ אין ווארשע, פוילן, וואו דער ווארשע פאקט איז געשאפן און אונטערגעשריבן געווארן אום מאי 14 1955]] | ||
[[טעקע:Praga 11.jpg|קליין|סאוויעטישע טאנקען, באצייכנט מיט ווייסע קרייצן זיי צו פונאנדערשיידן פון טשעכאסלאוואקישע טאנקען, אויף די גאסן פון [[פראג]] דורכאויס די פאקט'ס אינוואזיע פון טשעכאסלאוואקיי, 1968]] | |||
אום [[מאי 9]] 1955, זענען אמעריקא און די איבריגע נאטא מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ, און דערמיט איר ווידער באוואפענען אונטער שטרענגע צוימונגען, טראץ אריגינעלע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. די סאוויעטן פאראיין, וועלכע האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין די מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטארקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד, געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, ווי אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט אלע שׁטאַטן באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר באוואפנט. | אום [[מאי 9]] 1955, זענען אמעריקא און די איבריגע נאטא מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ, און דערמיט איר ווידער באוואפענען אונטער שטרענגע צוימונגען, טראץ אריגינעלע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. די סאוויעטן פאראיין, וועלכע האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין די מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטארקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד, געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, ווי אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט אלע שׁטאַטן באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר באוואפנט. | ||
כאטש די אפמאך האט געלויטעט אז זי איז געשטעלט נאר אויף צום פארטיידיגן פון | כאטש די אפמאך האט געלויטעט אז זי איז געשטעלט נאר אויף צום פארטיידיגן פון דרויסנדע געפארן, און וועט זיין באזירט אויף געמיינזאמע באשלוסן פון אלע מיטגלידער שׁטאַטן, האט די סאוויעטן פאראיין אויסגעניצט די בונד צו פארפעסטיגן איר דאמינאנץ איבער אירע סאטעליט שׁטאַטן; די סאוויעטן האבן אויסגעארבעט האנדלס אפמאכן וואס האבן איר דירעקט בענעפעטירט; די קאמוניסטישע פארטייען אין אלע לענדער זענען געווען אונטער די קאנטראל פונעם קרעמלין. די איינציגסטע מיליטערישע אקציעס דורך די ווארשע פּאקט איז געווען נאר צו אונטערדרוקן רעוואלטן אין מיטגליד-לענדער, כאטש עס איז קיינמאל אנגעקומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע צווישן איר און נאטא, פאר וועלכע דער בונד איז אריגינעל געשאפן געווארן, נאר ביידע האבן זיך באוואפנט און איינגעפירט פאליסיס צו האלטן די צווייטע אין די ראמען, און זיך געשלאגן בלויז אומדירעקט דורך [[פראקסי מלחמות]]. | ||
אין [[נאוועמבער]] [[1956]], נאך די [[אונגארישע רעוואלוציע]] האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן, און סוקסעספול אונטערדרוקט די רעוואלט, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער. אין [[אויגוסט]] [[1968]] האט די [[ווארשע פאקט אינוואזיע פון טשעכאסלאוואקיי|ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי]], א קאלעגע פּאקט מיטגליד, נאך פרייהייט רעפארמען וואס די ארטיגע רעגירונג האט איינגעשטעלט. אלע מיטגלידער האבן אנטיילגענומען אויסער רומעניע און אלבאניא. אין רעאקציע צו די אינוואזיע האט זיך אלבאניע ארויסגעצויגן פונעם בונד. | אין [[נאוועמבער]] [[1956]], נאך די [[אונגארישע רעוואלוציע]] האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן, און סוקסעספול אונטערדרוקט די רעוואלט, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער. אין [[אויגוסט]] [[1968]] האט די [[ווארשע פאקט אינוואזיע פון טשעכאסלאוואקיי|ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי]], א קאלעגע פּאקט מיטגליד, נאך פרייהייט רעפארמען וואס די ארטיגע רעגירונג האט איינגעשטעלט. אלע מיטגלידער האבן אנטיילגענומען אויסער רומעניע און אלבאניא. אין רעאקציע צו די אינוואזיע האט זיך אלבאניע ארויסגעצויגן פונעם בונד. | ||
שורה 28: | שורה 29: | ||
אין די שפעטע אכציגער יארן האט אומצופרידנהייט און עקאנאמישע פראבלעמען איבערגענומען די באפעלקערונגען אין די מזרח בלאק, און האבן אנגעהויבן אונטערברעכן די ווארשע פּאקט. אין סעפטעמבער 1990 האט מזרח דייטשלאנד איבערגעלאזט דעם בונד אין צוגרייטונג צום פאראייניגונג מיט מערב. ביי אקטאבער, האבן זיך טשעכאסלאוואקיע, אונגארן און פוילן ארויסגעצויגן פון סיי וועלכע מיליטערישע איבונגען פונעם בונד, און סיגנאליזירט זייער ווילן זיך ארויסצוצוען דערפון. אום [[פעברואר 22]] 1991, האבן די אויסערן און פארטיידיגונגס מיניסטארן פון די פּאקט מיטגלידער געמאכט אפיציעל די אויפלעזונג פונעם בונד, ביי א זיצונג אין אונגארן. די סאוויעטישע פאראיין איז אויפגעלעזט געווארן אינעם נאכפאלגנדן דעצעמבער. | אין די שפעטע אכציגער יארן האט אומצופרידנהייט און עקאנאמישע פראבלעמען איבערגענומען די באפעלקערונגען אין די מזרח בלאק, און האבן אנגעהויבן אונטערברעכן די ווארשע פּאקט. אין סעפטעמבער 1990 האט מזרח דייטשלאנד איבערגעלאזט דעם בונד אין צוגרייטונג צום פאראייניגונג מיט מערב. ביי אקטאבער, האבן זיך טשעכאסלאוואקיע, אונגארן און פוילן ארויסגעצויגן פון סיי וועלכע מיליטערישע איבונגען פונעם בונד, און סיגנאליזירט זייער ווילן זיך ארויסצוצוען דערפון. אום [[פעברואר 22]] 1991, האבן די אויסערן און פארטיידיגונגס מיניסטארן פון די פּאקט מיטגלידער געמאכט אפיציעל די אויפלעזונג פונעם בונד, ביי א זיצונג אין אונגארן. די סאוויעטישע פאראיין איז אויפגעלעזט געווארן אינעם נאכפאלגנדן דעצעמבער. | ||
== | ==סטרוקטור== | ||
די פּאקט'ס פירערשאפט איז געווען צוזאמגעשטעלט פון א פאליטישע ראַט קאמיטע ({{טערמין|PCC|Political Consultative Committee}}), וועלכע האט פארפיגט איבער די פאליטישע אנגעלעגנהייטן, און די קאמבינירטע פירערשאפט פון פּאקט באוואפנטע קרעפטן, הויפטקווארטירט אין ווארשע, האט קאנטראלירט די מיליטערן פון די אנגעשלאסענע לענדער. אין שפיץ פון די מיליטערישע פירערשאפט איז געווען דער הויפט קאמאנדיר פון די פאראייניגטע קרעפטן. דורכאויס איר עקזיסטענץ זענען אלע קאמאנדירן פונעם פּאקט געווען, און גלייכצייטיג אויך געדינט אלס הויכראנגיגע אפיצירן אין די סאוויעטישע פאראיין, און געווען געשטעלט אויף זייערע פאזיציעס פאר אן אומבאשטימטע טערמין; די הויפט קאמאנדיר האט אלס גלייכצייטיג געדינט אלס אונטער-פארטיידיגונגס מיניסטער פון די סאוויעטישע פאראיין, און די שטאַב הויפט איז פונעם פּאקט איז געווען דער אונטער-שטאב הויפט. אלע באשלוסן זענען געמאכט געווארן אויסשליסליך דורך די סאוויעטישע פאראיין, און זיך אנשליסן אדער ארויסגיין פונעם פאקט איז אויך געווענליך נישט געווען אנגעוואנדן אין די באשלוס פון די אנדערע מיטגלידער. | |||
אין קעגנזאץ, אין נאטא זענען די הויפט פאזיציעס ווי סעקרעטאר גענעראל פאר באשטימטע טערמינען, פון אלע מיטגילד לענדער, געקליבן דורך קאנצענזוס. אלע באשלוסן אין די נאטא אליאנץ פארלאנגען אן איינשטימיגע באשלוס פון אלע מיטגלידער, אזוי אויך דאס ארייננעמען פרישע מיטגלידער און די אליאנץ גייט דורך א דעמאקראטישע פראצעדור. | |||
די מיליטערישע קראפט פון די ווארשע פּאקט איז באשטאנען פון 300 דיוויזיעס, אסאך מער ווי די פון נאטא. עס זענען אפגעהאלטן געווארן יערליכע מיליטערישע איבונגען צווישן די מיטגלידער. | |||
==מיטגלידער און אבזערווירער== | |||
===מיטגלידער=== | |||
[[טעקע:Bundesarchiv Bild 183-1987-0529-029, Berlin, Tagung Warschauer Pakt, Gruppenfoto.jpg|קליין|זיצונג פון די זיבן רעפרעזענטאטן פון די ווארשע פאקט לענדער אין מזרח דייטשלאנד, מאי 1987]] | |||
* {{פאן|אונגארן (1957–1989)}} [[פאלק'ס רעפובליק פון אונגארן]] קורצליך ארויסגעצויגן צווישן 1-4 נאוועמבער 1956 דורכאויס די אונגארישע רעוואלוציע. | |||
* {{דגל|אלבאניע (1946–1992)}} [[פאלק'ס סאציאליסטישע רעפובליק פון אלבאניע]] אפגעשטעלט באציאונגען אום 1961 צוליב די [[סאוויעט-אלבאנישע שטרייט]] אלס רעזולטאט פון פאליטישע רעפארמען און "דע-סטאליניזאציע" דורך די סאוויעטישע פירער [[ניקיטא כרוסטשעוו|כרוסטשעוו]] אין וואס זיי, אינאיינעם מיט כינע האבן געזען אן אפנויגונג פון [[וולאדימיר לענין|לענין'ס]] [[מארקסיזם|מארקסיסטישע]] טעאריעס. אפיציעל ארויסגעצויגן סעפטעמבער 13 1968 אין רעאקציע צו די פאקט אינוואזיע אין טשעכאסלאוואקיי. | |||
* {{דגל|בולגאריע (1971–1990)}} [[פאלק'ס רעפובליק פון בולגאריע]] | |||
* {{דגל|מזרח דייטשלאנד||+}} | |||
* {{פאן|טשעכאסלאוואקיי}} [[טשעכאסלאוואקיע סאציאליסטישע רעפובליק]] | |||
* {{פאן|סאוויעטן פארבאנד||+}} | |||
* {{פאן|פוילן|}} [[פוילישע פאלק'ס רעפובליק]] | |||
* {{פאן|סאציאליסטישע רעפובליק פון רומעניע||+}} די איינציגסטע מיטגליד וואס האט אנגעהאלטן זעלבסטשטענדיגקייט פון די סאוויעטן, צוליב נאציאנאליזם און אפענערע באציאונגען צו די איבריגע וועלט. זיי זענען געווען די איינציגסטע מיליטער מיט אן אייגענעם דאקטרינע און נישט אנגעוויזן אויף סאוויעטישע וואפן, נישט אריינגעלאזט סאוויעטישע קרעפטן ביי זיך אין לאנד, און זיך נישט באטייליגט אין די פּאקט'ס מיליטערישע איבונגען. רומעניע זיך געהאלטן נייטראל אין די כינע-סאוויעטישע שטרייט, בלאקירט די אנשליס פון [[מאנגאליע]] צום פּאקט, און נאך פיל אוטאנאמישע באשלוסן. | |||
===אבזערווירער=== | |||
{{פאן|מאנגאליע||+}}: אום יולי 1963 האט די [[מאנגאלישע פאלק'ס רעפובליק]] געבעטן זיך אנצושליסן אינעם בונד. פוילן און ראמעניע האבן זיך קעגנגעשטעלט צו ארייננעמען אן אזיאנער לאנד צוליב די כינע-סאוויעטישע שטרייט, און כדי צו האלטן דעם בונד אלס א אייראפעאישער אליאנץ. ראמעניע האט עס ענדע באוויזן צו אפשטעלן, און מאנגאליע איז געבליבן מיט אבזערווירער סטאטוס. די סאוויעטן האבן אבער סטאנציאנירט טרופן אין מאנגאליע אין 1966. | |||
פון אנפאנג זענען [[כינע]], [[צפון קארעא]], און [[צפון וויעטנאם]] געווען אבזערווירער פונעם פּאקט, אבער דאס האט זיך געענדיגט מיט'ן כינע-סאוויעטישע שטרייט אום 1961. | |||
==נאטא און ווארשע פאקט: פארגלייכונג פון קרעפטן== | ==נאטא און ווארשע פאקט: פארגלייכונג פון קרעפטן== | ||
===נאטא און ווארשע פאקט קרעפטן אין אייראפע=== | ===נאטא און ווארשע פאקט קרעפטן אין אייראפע=== | ||
[[טעקע:Soviet big 7.jpg|קליין|אן אנשרעק פלאקאט "סאוויעטישע גרויסע 7" צייגט די וואפנס אין ווארשע פאקט ארסענאל]] | |||
{| class="wikitable" | {| class="wikitable" | ||
|+ דאטא פובליצירט דורך די צוויי אליאנצן (1988–1989){{הערה|{{cite book |title=The future of U.S.-Soviet relations hearings before the Committee on Foreign Relations, United States Senate, One Hundred First Congress, first session, April 4, 12, 19 and May 3, 15, 18 and June 1 and 20, 1989 |publisher=Washington : U.S. G.P.O |pages=325 |edition=National government publication |url=https://link.springer.com/content/pdf/bbm%3A978-1-349-20462-5%2F1.pdf |access-date=11 May 2021 |format=Microfiche}}.}} | |+ דאטא פובליצירט דורך די צוויי אליאנצן (1988–1989){{הערה|{{cite book |title=The future of U.S.-Soviet relations hearings before the Committee on Foreign Relations, United States Senate, One Hundred First Congress, first session, April 4, 12, 19 and May 3, 15, 18 and June 1 and 20, 1989 |publisher=Washington : U.S. G.P.O |pages=325 |edition=National government publication |url=https://link.springer.com/content/pdf/bbm%3A978-1-349-20462-5%2F1.pdf |access-date=11 May 2021 |format=Microfiche}}.}} | ||
שורה 80: | שורה 103: | ||
==נאכ'ן פּאקט== | ==נאכ'ן פּאקט== | ||
[[טעקע:History_of_NATO_enlargement.svg|קליין|אויסברייטערונג פון נאטא בעפאר און נאך די צוזאמפאל פון קאמוניזם, איבער צענטראל און מזרח אייראפע]] | |||
מזרח דייטשלאנד איז געווארן א טייל פון נאטא מיטן פאראייניגונג מיט מערב אין 1990. אום [[מערץ 12]] [[1999]], האבן זיך טשעכיי, אונגארן און פוילן אנגעשלאסן אין נאטא. בולגאריע, [[עסטאניע]], [[לאטוויע]], [[ליטע]], רומעניע און [[סלאוואקיי]] האבן זיך אנגעשלאסן אין מערץ 2004; אלבאניע האט זיך אנגעשלאסן אום [[אפריל 1]] [[2009]]. | מזרח דייטשלאנד איז געווארן א טייל פון נאטא מיטן פאראייניגונג מיט מערב אין 1990. אום [[מערץ 12]] [[1999]], האבן זיך טשעכיי, אונגארן און פוילן אנגעשלאסן אין נאטא. בולגאריע, [[עסטאניע]], [[לאטוויע]], [[ליטע]], רומעניע און [[סלאוואקיי]] האבן זיך אנגעשלאסן אין מערץ 2004; אלבאניע האט זיך אנגעשלאסן אום [[אפריל 1]] [[2009]]. | ||
שורה 85: | שורה 109: | ||
אום [[נאוועמבער 5]] [[2005]], האט די פוילישע רעגירונג געעפנט אירע ווארשע פּאקט ארכיוון צו די אינסטיטוציע פון נאציאנאלע אנדענק. צווישן די ארויסגעגעבענע דאקומענטן איז געווען די ווארשע פּאקט'ס נוקלעארע קריג פלאן, [[זיבן טעג צום טייך רהיין]] - א פלאן פאר א שנעלע אינוואזיע צו פארכאפן עסטרייך, דענמארק, דייטשלאנד און האלאנד מזרח פונעם רהיין, ניצנדיג נוקלעארע וואפן נאך א מעגליכע נאטא אטאקע. | אום [[נאוועמבער 5]] [[2005]], האט די פוילישע רעגירונג געעפנט אירע ווארשע פּאקט ארכיוון צו די אינסטיטוציע פון נאציאנאלע אנדענק. צווישן די ארויסגעגעבענע דאקומענטן איז געווען די ווארשע פּאקט'ס נוקלעארע קריג פלאן, [[זיבן טעג צום טייך רהיין]] - א פלאן פאר א שנעלע אינוואזיע צו פארכאפן עסטרייך, דענמארק, דייטשלאנד און האלאנד מזרח פונעם רהיין, ניצנדיג נוקלעארע וואפן נאך א מעגליכע נאטא אטאקע. | ||
==זעט אויך== | |||
* [[נאטא]] | |||
==דרויסנדע לינקס== | |||
* [https://loveman.sdsu.edu/docs/1955Warsaw_Pact.pdf דער געשריבענער אפמאך פונעם פאקט (loveman.sdsu.edu)] | |||
* {{Cite web|url=http://www.nato.int/cps/en/natohq/declassified_138294.htm|title=וואס איז געווען די ווארשע פּאקט?|publisher=צפון אטלאנטישער בונד ארגאניזאציע (נאטא)}} | |||
* [http://omniatlas.com/maps/russia/19550921/ מאפע פון ווארשע פּאקט (omniatlas.com)] | |||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
שורה 94: | שורה 126: | ||
[[he:ברית ורשה]] | [[he:ברית ורשה]] | ||
{{קרד/ויקי/אנגלית|Warsaw Pact}} | |||
{{דרעפט}} | {{דרעפט}} |
רעוויזיע פון 05:20, 19 מאי 2023
תחום | |
---|---|
חברים |
|
תקופת הפעילות | מאי 14 1955 – יולי 1 1991 (36 יאָרן) |
די ווארשע פּאקט (רוסיש: Варшавский договор) איז געווען א געמיינזאמע מיליטערישע בונד אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, אונטערגעשריבן אין ווארשע, פוילן. די פּאקט איז פארמירט געווארן דורך די סאוויעטן פאראיין און 7 לענדער פון די מזרח אייראפעאישע בלאק אום מאי 14 1955 אלס טייל פונעם קאלטער קריג, אין ליכט פון די בערלין קריזיס, אלס ענטפער און קאנטער-באלאנס צו נאטא, איבערהויפט דאס באוואפענען און אנשלוס פון מערב דייטשלאנד אין די אליאנץ. די טערמין "ווארשע פּאקט" באציט זיך סיי צום אפמאך, און אויך צום דאן-געשאפענעם מיליטערישע בונד, די ווארשע בונד ארגאניזאציע (WTO). די מיליטערישע ארגאניזאציע האט קאמפלימענטירט די עקנאמישע אפמאך, די "קאנסיל פאר געמיינזאמע עקאנאמישע הילף" (העב').
אין 1990 איז מזרח דייטשלאנד ארויס פונעם בונד מיט די ווידער-פאראייניגונג פון דייטשלאנד. אום פעברואר 25 1991, נאך די די צעברעקלונג פון די קאמוניסטישע בלאק אין די שפעטע אכציגער יארן, האבן זיך די פארטיידיגונגס און אויסערן מיניסטארן פון די זעקס פארבליבענע לענדער געטראפן ביי א זיצונג אין אונגארן, און געמאכט אפיציעל די אפשאפונג פונעם פּאקט. די לענדער אנגעשלאסן אינעם סאוויעטן פאראיין האבן קורץ דערויף געשאפן די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO), און אלע איבריגע לענדער פון די קאמוניסטישע בלאק אויסער די פאראיין, האבן זיך אנגעלאסן דורכאויס די קומענדיגע 20 יאר אין נאטא, אריינגערעכנט די באלטישע לענדער וועלכע זענען אנעקסירט געווארן ביים צווייטן וועלט קריג דורך די סאוויעטן פאראיין.
היסטאריע
אום מאי 9 1955, זענען אמעריקא און די איבריגע נאטא מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ, און דערמיט איר ווידער באוואפענען אונטער שטרענגע צוימונגען, טראץ אריגינעלע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. די סאוויעטן פאראיין, וועלכע האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין די מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטארקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד, געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, ווי אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט אלע שׁטאַטן באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר באוואפנט.
כאטש די אפמאך האט געלויטעט אז זי איז געשטעלט נאר אויף צום פארטיידיגן פון דרויסנדע געפארן, און וועט זיין באזירט אויף געמיינזאמע באשלוסן פון אלע מיטגלידער שׁטאַטן, האט די סאוויעטן פאראיין אויסגעניצט די בונד צו פארפעסטיגן איר דאמינאנץ איבער אירע סאטעליט שׁטאַטן; די סאוויעטן האבן אויסגעארבעט האנדלס אפמאכן וואס האבן איר דירעקט בענעפעטירט; די קאמוניסטישע פארטייען אין אלע לענדער זענען געווען אונטער די קאנטראל פונעם קרעמלין. די איינציגסטע מיליטערישע אקציעס דורך די ווארשע פּאקט איז געווען נאר צו אונטערדרוקן רעוואלטן אין מיטגליד-לענדער, כאטש עס איז קיינמאל אנגעקומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע צווישן איר און נאטא, פאר וועלכע דער בונד איז אריגינעל געשאפן געווארן, נאר ביידע האבן זיך באוואפנט און איינגעפירט פאליסיס צו האלטן די צווייטע אין די ראמען, און זיך געשלאגן בלויז אומדירעקט דורך פראקסי מלחמות.
אין נאוועמבער 1956, נאך די אונגארישע רעוואלוציע האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן, און סוקסעספול אונטערדרוקט די רעוואלט, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער. אין אויגוסט 1968 האט די ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי, א קאלעגע פּאקט מיטגליד, נאך פרייהייט רעפארמען וואס די ארטיגע רעגירונג האט איינגעשטעלט. אלע מיטגלידער האבן אנטיילגענומען אויסער רומעניע און אלבאניא. אין רעאקציע צו די אינוואזיע האט זיך אלבאניע ארויסגעצויגן פונעם בונד.
אין די שפעטע אכציגער יארן האט אומצופרידנהייט און עקאנאמישע פראבלעמען איבערגענומען די באפעלקערונגען אין די מזרח בלאק, און האבן אנגעהויבן אונטערברעכן די ווארשע פּאקט. אין סעפטעמבער 1990 האט מזרח דייטשלאנד איבערגעלאזט דעם בונד אין צוגרייטונג צום פאראייניגונג מיט מערב. ביי אקטאבער, האבן זיך טשעכאסלאוואקיע, אונגארן און פוילן ארויסגעצויגן פון סיי וועלכע מיליטערישע איבונגען פונעם בונד, און סיגנאליזירט זייער ווילן זיך ארויסצוצוען דערפון. אום פעברואר 22 1991, האבן די אויסערן און פארטיידיגונגס מיניסטארן פון די פּאקט מיטגלידער געמאכט אפיציעל די אויפלעזונג פונעם בונד, ביי א זיצונג אין אונגארן. די סאוויעטישע פאראיין איז אויפגעלעזט געווארן אינעם נאכפאלגנדן דעצעמבער.
סטרוקטור
די פּאקט'ס פירערשאפט איז געווען צוזאמגעשטעלט פון א פאליטישע ראַט קאמיטע (PCC), וועלכע האט פארפיגט איבער די פאליטישע אנגעלעגנהייטן, און די קאמבינירטע פירערשאפט פון פּאקט באוואפנטע קרעפטן, הויפטקווארטירט אין ווארשע, האט קאנטראלירט די מיליטערן פון די אנגעשלאסענע לענדער. אין שפיץ פון די מיליטערישע פירערשאפט איז געווען דער הויפט קאמאנדיר פון די פאראייניגטע קרעפטן. דורכאויס איר עקזיסטענץ זענען אלע קאמאנדירן פונעם פּאקט געווען, און גלייכצייטיג אויך געדינט אלס הויכראנגיגע אפיצירן אין די סאוויעטישע פאראיין, און געווען געשטעלט אויף זייערע פאזיציעס פאר אן אומבאשטימטע טערמין; די הויפט קאמאנדיר האט אלס גלייכצייטיג געדינט אלס אונטער-פארטיידיגונגס מיניסטער פון די סאוויעטישע פאראיין, און די שטאַב הויפט איז פונעם פּאקט איז געווען דער אונטער-שטאב הויפט. אלע באשלוסן זענען געמאכט געווארן אויסשליסליך דורך די סאוויעטישע פאראיין, און זיך אנשליסן אדער ארויסגיין פונעם פאקט איז אויך געווענליך נישט געווען אנגעוואנדן אין די באשלוס פון די אנדערע מיטגלידער.
אין קעגנזאץ, אין נאטא זענען די הויפט פאזיציעס ווי סעקרעטאר גענעראל פאר באשטימטע טערמינען, פון אלע מיטגילד לענדער, געקליבן דורך קאנצענזוס. אלע באשלוסן אין די נאטא אליאנץ פארלאנגען אן איינשטימיגע באשלוס פון אלע מיטגלידער, אזוי אויך דאס ארייננעמען פרישע מיטגלידער און די אליאנץ גייט דורך א דעמאקראטישע פראצעדור.
די מיליטערישע קראפט פון די ווארשע פּאקט איז באשטאנען פון 300 דיוויזיעס, אסאך מער ווי די פון נאטא. עס זענען אפגעהאלטן געווארן יערליכע מיליטערישע איבונגען צווישן די מיטגלידער.
מיטגלידער און אבזערווירער
מיטגלידער
- פאלק'ס רעפובליק פון אונגארן קורצליך ארויסגעצויגן צווישן 1-4 נאוועמבער 1956 דורכאויס די אונגארישע רעוואלוציע.
- פאלק'ס סאציאליסטישע רעפובליק פון אלבאניע אפגעשטעלט באציאונגען אום 1961 צוליב די סאוויעט-אלבאנישע שטרייט אלס רעזולטאט פון פאליטישע רעפארמען און "דע-סטאליניזאציע" דורך די סאוויעטישע פירער כרוסטשעוו אין וואס זיי, אינאיינעם מיט כינע האבן געזען אן אפנויגונג פון לענין'ס מארקסיסטישע טעאריעס. אפיציעל ארויסגעצויגן סעפטעמבער 13 1968 אין רעאקציע צו די פאקט אינוואזיע אין טשעכאסלאוואקיי.
- פאלק'ס רעפובליק פון בולגאריע
- מזרח דייטשלאנד
- טשעכאסלאוואקיע סאציאליסטישע רעפובליק
- סאוויעטן פארבאנד
- פוילישע פאלק'ס רעפובליק
- סאציאליסטישע רעפובליק פון רומעניע די איינציגסטע מיטגליד וואס האט אנגעהאלטן זעלבסטשטענדיגקייט פון די סאוויעטן, צוליב נאציאנאליזם און אפענערע באציאונגען צו די איבריגע וועלט. זיי זענען געווען די איינציגסטע מיליטער מיט אן אייגענעם דאקטרינע און נישט אנגעוויזן אויף סאוויעטישע וואפן, נישט אריינגעלאזט סאוויעטישע קרעפטן ביי זיך אין לאנד, און זיך נישט באטייליגט אין די פּאקט'ס מיליטערישע איבונגען. רומעניע זיך געהאלטן נייטראל אין די כינע-סאוויעטישע שטרייט, בלאקירט די אנשליס פון מאנגאליע צום פּאקט, און נאך פיל אוטאנאמישע באשלוסן.
אבזערווירער
מאנגאליע: אום יולי 1963 האט די מאנגאלישע פאלק'ס רעפובליק געבעטן זיך אנצושליסן אינעם בונד. פוילן און ראמעניע האבן זיך קעגנגעשטעלט צו ארייננעמען אן אזיאנער לאנד צוליב די כינע-סאוויעטישע שטרייט, און כדי צו האלטן דעם בונד אלס א אייראפעאישער אליאנץ. ראמעניע האט עס ענדע באוויזן צו אפשטעלן, און מאנגאליע איז געבליבן מיט אבזערווירער סטאטוס. די סאוויעטן האבן אבער סטאנציאנירט טרופן אין מאנגאליע אין 1966.
פון אנפאנג זענען כינע, צפון קארעא, און צפון וויעטנאם געווען אבזערווירער פונעם פּאקט, אבער דאס האט זיך געענדיגט מיט'ן כינע-סאוויעטישע שטרייט אום 1961.
נאטא און ווארשע פאקט: פארגלייכונג פון קרעפטן
נאטא און ווארשע פאקט קרעפטן אין אייראפע
נאטא שאצונגען | ווארשע פאקט שאצונגען | |||
טיפּ | נאטא | ווארשע פאקט | נאטא | ווארשע פאקט |
מאנסקראפט | 2,213,593 | 3,090,000 | 3,660,200 | 3,573,100 |
מיליטערישע לופט קרעפטן | 3,977 | 8,250 | 7,130 | 7,876 |
ס"ה אטאקע לופט קרעפטן | NA | NA | 4,075 | 2,783 |
העליקאפטער | 2,419 | 3,700 | 5,720 | 2,785 |
טאקטישע מיסיל ארויסשיסער | NA | NA | 136 | 1,608 |
טאנקען | 16,424 | 51,500 | 30,690 | 59,470 |
אנטי טאנק וואפנס | 18,240 | 44,200 | 18,070 | 11,465 |
געפאנצערטע פיסגייער שלאכט אויטאס | 4,153 | 22,400 | 46,900 | 70,330 |
ארטילעריע | 14,458 | 43,400 | 57,060 | 71,560 |
אנדערע געפאנצערטע אויטאס | 35,351 | 71,000 | ||
געפאנצערטע בריקן אויטאס | 454 | 2,550 | ||
לופט פארטיידיגונג סיסטעמען | 10,309 | 24,400 | ||
סובמארינען | 200 | 228 | ||
סובמארינען (נוקלעאר געטריבן) | 76 | 80 | ||
גרויסע אויבערפלאך שיפן | 499 | 102 | ||
פליגער-טרעגער שיפן | 15 | 2 | ||
פליגער-טרעגער שיפן באוואפנט מיט קרוז מיסילס | 274 | 23 | ||
אמפיביען לאנדונגס שיפן | 84 | 24 |
נאכ'ן פּאקט
מזרח דייטשלאנד איז געווארן א טייל פון נאטא מיטן פאראייניגונג מיט מערב אין 1990. אום מערץ 12 1999, האבן זיך טשעכיי, אונגארן און פוילן אנגעשלאסן אין נאטא. בולגאריע, עסטאניע, לאטוויע, ליטע, רומעניע און סלאוואקיי האבן זיך אנגעשלאסן אין מערץ 2004; אלבאניע האט זיך אנגעשלאסן אום אפריל 1 2009.
רוסלאנד און די איבריגע שטאַטן פון די סאוויעטן פארבאנד, האבן זיך אנגעשלאסן אין די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO) אין 1992, און אין די שאנכיי פינף אין 1996.
אום נאוועמבער 5 2005, האט די פוילישע רעגירונג געעפנט אירע ווארשע פּאקט ארכיוון צו די אינסטיטוציע פון נאציאנאלע אנדענק. צווישן די ארויסגעגעבענע דאקומענטן איז געווען די ווארשע פּאקט'ס נוקלעארע קריג פלאן, זיבן טעג צום טייך רהיין - א פלאן פאר א שנעלע אינוואזיע צו פארכאפן עסטרייך, דענמארק, דייטשלאנד און האלאנד מזרח פונעם רהיין, ניצנדיג נוקלעארע וואפן נאך א מעגליכע נאטא אטאקע.
זעט אויך
דרויסנדע לינקס
- דער געשריבענער אפמאך פונעם פאקט (loveman.sdsu.edu)
- "וואס איז געווען די ווארשע פּאקט?". צפון אטלאנטישער בונד ארגאניזאציע (נאטא).
- מאפע פון ווארשע פּאקט (omniatlas.com)
רעפערענצן
- ↑ The future of U.S.-Soviet relations hearings before the Committee on Foreign Relations, United States Senate, One Hundred First Congress, first session, April 4, 12, 19 and May 3, 15, 18 and June 1 and 20, 1989 (Microfiche) (National government publication ed.). Washington : U.S. G.P.O. p. 325. Retrieved 11 May 2021..
קאטעגאריע:קאמוניזם קאטעגאריע:ווארשע קאטעגאריע:ראטנפארבאנד מוסטער:קרד/ויקי/אנגלית