אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מודה אני"
ק (←די תפילה: טעות סופר) |
(←די תפילה: אויסדרוק) |
||
שורה 18: | שורה 18: | ||
די תפילה איז באזירט אויפ'ן געדאנק אז ביים [[שלאף|שלאפן]] געבט מען איבער די נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז אלזא ווי [[טויט]]{{הערה|{{בבלי|ברכות|נז|ב}}}}, און דאס צוריקקער פונעם נשמה אינדערפרי איז ווי [[תחיית המתים]]. יעדן צופרי איז דער מענטש ווי ניי באשאפן, ווי ירמיה הנביא זאגט "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"{{הערה|{{תנ"ך|איכה|ג|כג}}}}. דעריבער, ווען דער מענטש ערוועקט זיך פון שלאף, דארף ער דאנקן צום באשעפער אויף דעם מיט'ן גאנצן הארץ{{הערה|קיצור שולחן ערוך סימן א', ועוד}}. דער [[ליובאוויטש (חסידות)|ליובאוויטשער]] רבי, [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן]], האט געשריבן א קונטרס 'ענינה של תורת החסידות', וואו אין צענטער איז ער מבאר די תפילה מודה אני בדרך פשט, רמז, דרוש, סוד, און חסידות. | די תפילה איז באזירט אויפ'ן געדאנק אז ביים [[שלאף|שלאפן]] געבט מען איבער די נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז אלזא ווי [[טויט]]{{הערה|{{בבלי|ברכות|נז|ב}}}}, און דאס צוריקקער פונעם נשמה אינדערפרי איז ווי [[תחיית המתים]]. יעדן צופרי איז דער מענטש ווי ניי באשאפן, ווי ירמיה הנביא זאגט "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"{{הערה|{{תנ"ך|איכה|ג|כג}}}}. דעריבער, ווען דער מענטש ערוועקט זיך פון שלאף, דארף ער דאנקן צום באשעפער אויף דעם מיט'ן גאנצן הארץ{{הערה|קיצור שולחן ערוך סימן א', ועוד}}. דער [[ליובאוויטש (חסידות)|ליובאוויטשער]] רבי, [[רבי מנחם מענדל שניאורסאהן]], האט געשריבן א קונטרס 'ענינה של תורת החסידות', וואו אין צענטער איז ער מבאר די תפילה מודה אני בדרך פשט, רמז, דרוש, סוד, און חסידות. | ||
מען זאגט דאס גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי זיך צו דערמאנען וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער זיך און מען זאל אויפשטיין געשווינד{{הערה|שם=הרב|שולחן ערוך הרב, אורח חיים [https://chabadlibrary.org/books/adhaz/sh/sh1/1/1/6.htm מהדורה תניינא א, א]; סידור התניא}}. א מענטש זאל זיין געווארנט נישט צו רעדן סיי וואס אנדערש איידער ער זאגט מודה אני{{הערה|הנהגות טובות מרבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג, אות א'}}. מען מעג זאגן די תפילה נאך איידער'ן זיך וואשן [[נעגל וואסער]], וויבאלד עס האט נישט דעם באשעפער'ס נאמען אדער כינוי{{הערה|שם=סדר היום}}. אנדערע זאגן אז אויב איז מען נישט געשלאפן מיט הענטשיך זאל מען עס נישט זאגן נאר טראכטן | מען זאגט דאס גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי זיך צו דערמאנען וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער זיך און מען זאל אויפשטיין געשווינד{{הערה|שם=הרב|שולחן ערוך הרב, אורח חיים [https://chabadlibrary.org/books/adhaz/sh/sh1/1/1/6.htm מהדורה תניינא א, א]; סידור התניא}}. א מענטש זאל זיין געווארנט נישט צו רעדן סיי וואס אנדערש איידער ער זאגט מודה אני{{הערה|הנהגות טובות מרבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג, אות א'}}. מען מעג זאגן די תפילה נאך איידער'ן זיך וואשן [[נעגל וואסער]], אפילו די הענט זענען נישט ריין, וויבאלד עס האט נישט דעם באשעפער'ס נאמען אדער כינוי{{הערה|שם=סדר היום}}. אנדערע זאגן אז אויב איז מען נישט געשלאפן מיט הענטשיך זאל מען עס נישט זאגן נאר טראכטן{{הערה|שם=יעבץ}}. | ||
מען זאל זיך נישט אויפזעצן גלייך, נאר ווארטן{{הערה|לחם חמודות פ"ט דברכות אות סט; עטרת זקנים סי' א ס"ק ב; מגן אברהם ס"ק ג}} ביז מען ענדיגט זאגן מודה אני ליגנדיג אדער זיצנדיג{{הערה|שם=הרב}}{{הערה|מאנכע שטעלן צו אן אנגעבליכע פאסירונג ביי א קאנפערענץ פון [[ניוראלאגיע|ניוראלאגן]] אין די פאראייניגטע שטאטן ווי א דאקטאר, Linda McMaron פון גרויס בריטאניע, האט געזאגט אז מען זאל ליגן 12 סעקונדן איידער מען שטעלט זיך אויף, און א צווייטער האט אויפגעברענגט אז מודה אני האט 12 ווערטער. זעט: {{קישור כללי|כתובת=https://www.huffpost.com/entry/12-seconds-to-a-better-you-beyond-thanksgiving_b_2171966|כותרת=12 Seconds To A Better You: Beyond Thanksgiving|אתר=HuffPost|תאריך=2012-11-26|שפה=en|תאריך_וידוא=2023-4-18}}.}}, ווייל אויב שטעלט מען זיך אויף גלייך איז מען נענטער צום טויט ווי צום לעבן{{הערה|{{בבלי|שבת|קכט|ב}} און {{בבלי|גיטין|ע|א|ללא=שם}}: "ה' דברים קרובין למיתה יותר מן החיים ... ישן ועמד".}}. אנדערע לאזן יא אויפשטיין גלייך, ווייל "שומר מצוה לא ידע דבר רע"{{הערה|{{תנ"ך|קהלת|ח|ה}}}}, אויב שטייט מען אויף לעבודת הבורא{{הערה|{{היברובוקס|רבי אפרים העקשער|אדני פז|633|אלטונא תק"ג|עמוד=9}}. זעט {{היברובוקס|רבי חיים חזקיהו מדיני|שדי חמד - חלק ט|14151|דברי חכמים, סימן פ"ב|עמוד=69}} וואס פרעגט אים אפ.}}. | מען זאל זיך נישט אויפזעצן גלייך, נאר ווארטן{{הערה|לחם חמודות פ"ט דברכות אות סט; עטרת זקנים סי' א ס"ק ב; מגן אברהם ס"ק ג}} ביז מען ענדיגט זאגן מודה אני ליגנדיג אדער זיצנדיג{{הערה|שם=הרב}}{{הערה|מאנכע שטעלן צו אן אנגעבליכע פאסירונג ביי א קאנפערענץ פון [[ניוראלאגיע|ניוראלאגן]] אין די פאראייניגטע שטאטן ווי א דאקטאר, Linda McMaron פון גרויס בריטאניע, האט געזאגט אז מען זאל ליגן 12 סעקונדן איידער מען שטעלט זיך אויף, און א צווייטער האט אויפגעברענגט אז מודה אני האט 12 ווערטער. זעט: {{קישור כללי|כתובת=https://www.huffpost.com/entry/12-seconds-to-a-better-you-beyond-thanksgiving_b_2171966|כותרת=12 Seconds To A Better You: Beyond Thanksgiving|אתר=HuffPost|תאריך=2012-11-26|שפה=en|תאריך_וידוא=2023-4-18}}.}}, ווייל אויב שטעלט מען זיך אויף גלייך איז מען נענטער צום טויט ווי צום לעבן{{הערה|{{בבלי|שבת|קכט|ב}} און {{בבלי|גיטין|ע|א|ללא=שם}}: "ה' דברים קרובין למיתה יותר מן החיים ... ישן ועמד".}}. אנדערע לאזן יא אויפשטיין גלייך, ווייל "שומר מצוה לא ידע דבר רע"{{הערה|{{תנ"ך|קהלת|ח|ה}}}}, אויב שטייט מען אויף לעבודת הבורא{{הערה|{{היברובוקס|רבי אפרים העקשער|אדני פז|633|אלטונא תק"ג|עמוד=9}}. זעט {{היברובוקס|רבי חיים חזקיהו מדיני|שדי חמד - חלק ט|14151|דברי חכמים, סימן פ"ב|עמוד=69}} וואס פרעגט אים אפ.}}. |
רעוויזיע פון 01:18, 8 מאי 2023
מוֹדֶה אֲנִי
|
---|
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם. שֶׁהֶחֱזַרְתָּ בִּי נִשְׁמָתִי בְּחֶמְלָה. רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ: |
מודה אני איז א קורצע און רעלאטיוו-נייע דאנק תפילה צום אויבערשטן פאר'ן צוריקגעבן די נשמה, וואס ווערט געזאגט ביים זיך ערוועקן אינדערפרי.
מקור
מודה אני געפונט זיך נישט אין גמרא אדער שולחן ערוך און איז נישט געזאגט געווארן בימי חז"ל[1]. דאס ערשטע מקור איז אין ספר סדר היום פון דער צפת'ער מקובל רבי משה בן מכיר[2]. די תפילה איז א קיצור פון די ברכה אלקי נשמה וואס חז"ל האבן מתקן געווען צו זאגן ווען א מענטש ערוועקט זיך פון שלאף[3]. וויבאלד היינט זאגט מען אלקי נשמה שפעטער, צוזאמען מיט די אנדערע ברכות השחר, איז געווארן אנגענומען צו זאגן מודה אני אלס ערזאץ[1]. אין תלמוד ירושלמי שטייט אן ענליכן נוסח: "מודה אני לפניך ה' אלקי ואלקי אבותי שהוצאתני מאפילה לאורה"[4], אבער די תפילה אין ירושלמי איז א חלק פון דריי תפילות וועלכע ווערן געזאגט אין דריי צייטן פון טאג.
טראץ איר לעצטיגקייט איז מודה אני פון די באקאנטסטע תפילות, אנגענומען אין רוב תפוצות ישראל, און ווערט געלערנט מיט קינדער פון א יונגע יארגאנג.
די תפילה
דער נוסח התפילה איז: ”מודה אני לפניך, מלך חי וקיים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה. רבה אמונתך.” (איך דאנק פאר דיר, לעבעדיגער און עקזיסטירנדער קעניג, אז דו האסט אין מיר צוריקגעקערט מיין נשמה מיט רחמנות. גרויס איז דיין באגלייבטקייט). אין סידור רבי קאפל ווערט געברענגט אן אנדערע נוסח געבויט אויף די עשר ספירות: "מודה אני לפניך מלך חי וקיים אדיר ונאור המפואר בגבורה וגדולה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו"[5]. דער חיד"א שרייבט א נוסח: ״מלך רחום״ אנשטאט "מלך חי וקיים"[6]. למעשה איז אנגענומען און געדרוקט אין די סידורים דער נוסח פון סדר היום[7].
די תפילה איז באזירט אויפ'ן געדאנק אז ביים שלאפן געבט מען איבער די נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז אלזא ווי טויט[8], און דאס צוריקקער פונעם נשמה אינדערפרי איז ווי תחיית המתים. יעדן צופרי איז דער מענטש ווי ניי באשאפן, ווי ירמיה הנביא זאגט "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[9]. דעריבער, ווען דער מענטש ערוועקט זיך פון שלאף, דארף ער דאנקן צום באשעפער אויף דעם מיט'ן גאנצן הארץ[10]. דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, האט געשריבן א קונטרס 'ענינה של תורת החסידות', וואו אין צענטער איז ער מבאר די תפילה מודה אני בדרך פשט, רמז, דרוש, סוד, און חסידות.
מען זאגט דאס גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי זיך צו דערמאנען וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער זיך און מען זאל אויפשטיין געשווינד[11]. א מענטש זאל זיין געווארנט נישט צו רעדן סיי וואס אנדערש איידער ער זאגט מודה אני[12]. מען מעג זאגן די תפילה נאך איידער'ן זיך וואשן נעגל וואסער, אפילו די הענט זענען נישט ריין, וויבאלד עס האט נישט דעם באשעפער'ס נאמען אדער כינוי[2]. אנדערע זאגן אז אויב איז מען נישט געשלאפן מיט הענטשיך זאל מען עס נישט זאגן נאר טראכטן[13].
מען זאל זיך נישט אויפזעצן גלייך, נאר ווארטן[14] ביז מען ענדיגט זאגן מודה אני ליגנדיג אדער זיצנדיג[11][15], ווייל אויב שטעלט מען זיך אויף גלייך איז מען נענטער צום טויט ווי צום לעבן[16]. אנדערע לאזן יא אויפשטיין גלייך, ווייל "שומר מצוה לא ידע דבר רע"[17], אויב שטייט מען אויף לעבודת הבורא[18].
ווען א פרוי זאגט די תפילה, קומט גראמאטיש אז זי זאל עס זאגן מיט א קמץ, "מודָה אני"[19]. טייל זאגן אז וויבאלד עס איז בלויז לויב ווערטער, אן קיין שם ומלכות, קען א פרוי זאגן ווי זי איז געוואוינט[20].
מען דארף מפסיק זיין צווישן די ווערטער בחמלה און רבה[13], אבער צווישן רבה און אמונתך זאל מען נישט, וויבאלד רבה גייט אויף אראפ, ווי אין פסוק "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[21].
הוספות
טייל פירן אויס די תפילה מיט'ן ווארט "סלה", און געוויסע לייגן נאך צו אז מען זאל זיך וואשן די הענט בעפאר מען זאגט ארויס סלה וויבאלד עס איז גימטריה ווי די שמות הקודש הוי"ה און א-ד-נ-י צוזאמען. עס איז נישט קלאר דער מקור, ווי אויך וועלכע באדייט דאס ווארט פארמאגט אין צוזאמענהאנג מיט די תפילה[22].
אין סידור היעב"ץ שטייט, אז פאר מודה אני זאל מען זאגן "ברוך שנתן תורה לעמו ישראל בקדושתו"[13]; דאס גייט לכאורה אין איינקלאנג מיט דעם וואס דער של"ה שרייבט אז תיכף ווען א מענטש שטייט אויף זאל ער טראכטן אין גדלות הבורא און מתן תורה, און מיט דעם נוסח איז מען מקיים ביידע. אויך ברענגט ער פון זוהר חדש[23] אז מען זאל זאגן נאך מודה אני "יהי רצון מלפניך ה' אלקי ואלוקי אבותי, שיהא לבי נכון ומסור בידי, שלא אשכחך ולא אכעוס, ולא אכעיסך"[24], און מען זאל געווארנט זיין דאס צו זאגן מיט ריינע הענט.
רבי אליעזר צבי סאפרין שרייבט מען זאל זאגן פאר מודה אני און נעגל וואסער "ברוך הוא וברוך שמו חי וקיים לעד ולעולמי עולמים"[25].
רבי אלימלך פון ליזענסק שרייבט אין צעטיל קטן, נאך וואס ער ברענגט די מודה אני, אז א מענטש זאל זאגן אפילו אויף זשארגאן, מיט א פרייליך הארץ, "געלויבט איז גאט וואס ער האט מיר געגעבן די מצוה פון די ציצית וואס איך בין ארום גערינגלט מיט זיי, און די מצוה פון זיך וואשן נעגל וואסער אינדערפרי צו אראפנעמען דעם שלעכטן רוח און די שווערע קליפה פון מיינע צוויי הענט"[26].
צו ליינען מער
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע משה חלמיש, ""מודה אני" והסמוכות", חקרי קבלה ותפילה, באר שבע תשע"ב- רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ענינה של תורת החסידות
דרויסנדע לינקס
- מרדכי ברוצקי, ניגון "מודה אני", ניגוני חב"ד עתיקים 2, תשס"ו (2006)
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ענינה של תורת החסידות
- ↑ 2.0 2.1 סדר היום א, געברענגט אין מגן אברהם סוף סימן ד' און אין אליה זוטא סק"ב
- ↑ ברכות ס, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ד', הלכה א' (דפוס וילנא: דף כ"ט, עמוד ב') - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יעקב קאפל ליפשיץ, סדור קול יעקב - ↑ קשר גודל א, א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי ישראל חיים פרידמאן, לקוטי מהרי"ח - חלק א - ↑ ברכות נז, ב
- ↑ איכה ג, כג
- ↑ קיצור שולחן ערוך סימן א', ועוד
- ↑ 11.0 11.1 שולחן ערוך הרב, אורח חיים מהדורה תניינא א, א; סידור התניא
- ↑ הנהגות טובות מרבי שמואל שמעלקא מניקלשבורג, אות א'
- ↑ 13.0 13.1 13.2
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי יעקב עמדין, סידור בית יעקב, הנהגת הבוקר סק"א - ↑ לחם חמודות פ"ט דברכות אות סט; עטרת זקנים סי' א ס"ק ב; מגן אברהם ס"ק ג
- ↑ מאנכע שטעלן צו אן אנגעבליכע פאסירונג ביי א קאנפערענץ פון ניוראלאגן אין די פאראייניגטע שטאטן ווי א דאקטאר, Linda McMaron פון גרויס בריטאניע, האט געזאגט אז מען זאל ליגן 12 סעקונדן איידער מען שטעלט זיך אויף, און א צווייטער האט אויפגעברענגט אז מודה אני האט 12 ווערטער. זעט: 12 Seconds To A Better You: Beyond Thanksgiving, אויף HuffPost, 2012-11-26 (ענגליש).
- ↑ שבת קכט, ב און
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".גיטין ע, א: "ה' דברים קרובין למיתה יותר מן החיים ... ישן ועמד". - ↑ קהלת ח, ה
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי אפרים העקשער, אדני פז, אלטונא תק"ג. זעט
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע רבי חיים חזקיהו מדיני, שדי חמד - חלק ט, דברי חכמים, סימן פ"ב וואס פרעגט אים אפ. - ↑ הליכות שלמה פרק ב', דבר הלכה ס"ק ה
- ↑ שאלות ותשובות שבט הלוי, חלק י' סימן ח'
- ↑ רבי אפרים זלמן מרגליות,
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר הספרים היהודי
פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע יד אפרים, אורח חיים, ד'; רבי חיים מרדכי מרגליות, שערי תשובה, א, ה - ↑ זעט:
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע קובץ אור ישראל (מאנסי) - סז, עמוד שע"ט;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אברהם יעקב קאפל לויפער, מכתב למשמרת ח, תשס"ז; קובץ בית ועד חכמים ד', עמוד ת"ד; א שמועס אויף פארום אוצר החכמה - ↑ פרשת נח לז ע"א
- ↑ דער חיד"א ברענגט דאס אויך אין קשר גודל א, א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע אור עינים - חלק ב, הקדמת המחבר, כלל ב, לעמבערג תרמ"ו - ↑ צעטיל קטן אות ט'