אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי יעקב קאפיל חסיד"
ק (←אפשטאם: פארראכטן לינק) |
ק (←אריינפיר: הגהה) |
||
שורה 1: | שורה 1: | ||
'''רבי יעקב קאָפל חסיד''' (? - [[ט"ו אלול]] [[ה'תקמ"ז]]) איז געווען | '''רבי יעקב קאָפל חסיד''' (? - [[ט"ו אלול]] [[ה'תקמ"ז]]) איז געווען א תלמיד פון [[בעל שם טוב]], דער טאטע פון [[רבי מנחם מענדיל האגער (קאסוב)|דער אהבת שלום]] וואס פון אים שטאמען די [[קאסוב (חסידות)|קאסוב]]ע און [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניצע]] חסידות'ן. מען פלעגט אים רופן "דער שויתי'ניק". | ||
== אפשטאם == | == אפשטאם == |
רעוויזיע פון 12:40, 4 מאי 2023
רבי יעקב קאָפל חסיד (? - ט"ו אלול ה'תקמ"ז) איז געווען א תלמיד פון בעל שם טוב, דער טאטע פון דער אהבת שלום וואס פון אים שטאמען די קאסובע און וויזשניצע חסידות'ן. מען פלעגט אים רופן "דער שויתי'ניק".
אפשטאם
געבוירן געווארן צו זיין פאטער רבי נחמיה פייוול, א זון פון רבי יעקב קאפל קאמיאל פון קאלאמייע, א שוואגער מיטן תוספות יום טוב.
האט געהייראט חנה, טאכטער פון זיין פעטער רבי זלמן.
ער איז נישט געווען קיין רב, נאר געווען באקאנט אלץ א צדיק. צו זיין פרנסה האט ער געהאט א קליין געשעפט, און ער פלעגט פארן צו די מארק.[1] מענטשען פלעגן אים רופן דער שיויתי'ניק וויבאלד ער האט כסדר געזאגט צו זיך דעם פסוק שויתי ה' לנגדי תמיד (תהלים טז, ח), אויך ביים האנדלן.[2] ער איז געווען א נסתר, ביז דער בעל שם טוב האט אים מגלה געווען און אים מקרב געווען צו זיין נייע דרך החסידות, און ער איז געווארן פון זיינע תלמידים.
עס איז מקובל ביי וויזשניצע חסידים אז ער איז געווען בעל תפילה ביים בעל שם טוב.[3]
און זיינע לעצטע יארן האט ער געוואוינט און טיסמעניץ, נסתלק געווארן ט"ו אלול תקמ"ז און באגראבן געווארן און טיסמעניץ.
טייל פון זיינע תורות ווערן אראפ געברענגט ביי זיין זוהנ'ס ספר "אהבת שלום".
זיין זוהן רבי מנחם מענדיל האגער איז געווארן רבי און קאסוב און אוועק געשטעלט די קאסובע און וויזשניצע שושלת. זיין טאכטער בלומא האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי אורי פון סטרעליסק.
דרויסנדע לינקס
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דוד הלחמי, רבי יעקב קופל חסיד מקולומיי, ערכו בספר "חכמי ישראל", תל אביב תשי"ח
רעפערענצן
- ↑ כהנא, חיים בן יהודה מנחם, ראשון, אבן שתיה החדש ראשון, ירושלים: מעיין החסידות, ה'תשנ"ד, מערכה ראשונה, עמ' כ"ג
- ↑ חיים כהנא, ראשון, אבן שתיה החדש ראשון, ירושלים: מעיין החסידות, ה'תשנ"ד, מערכה ראשונה, עמ' כ"ז-כ"ח; רבי מרדכי חיים סלאנים, כתבי הרמ"ח, ערך קוסוב ויזניץ; רבי יאשע שו"ב, כתבי ר"י שו"ב, עמוד כ"ב
- ↑ כתר מלכות, נתן אליהו רוט, בני ברק, תשנ"ו, פרק א'