אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מנחם מענדל בייליס"

קיין רעדאגירונג באמערקונג
ק (החלפת טקסט – "==\s?וועבלינקען\s?==" ב־"==דרויסנדע לינקס==")
אין תקציר עריכה
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 266: שורה 266:
צוויי-און-א-האלב יאר זענען שוין אריבער פון דעם שרעקליכן טאג וואס קולייבקו, דער הויפט פונ'ן אוכראנא אין קיעוו, האט עם צוגענומען פון זיין משפחה.  [אינצווישן האט קולייבקו פארלוירן זיין אמט און זיין גדולה, ווען דער צאר איז געווען אין קיעוו און עס איז געלונגען פאר די מורדים אריינצוקומען אינ'ם זאל ווי ער איז געווען און פרובירן צו הרג'נען דעם ראש ממשלה - זעה קאפיטל י"ג.  דאס האט אבער נישט בעסער געמאכט די מצב פון ר' מענדל]. יעצט קומט שוין נאנט די טאג פונ'ם משפט. דעם טאג וואס נישט נאר ר' מענדל מיט זיין משפחה ווארטן דערויף נאר גאנץ כלל ישראל שטייט מיט א קורצן אטעם צו זען וואס וועט דא זיין.. נישט נאר כלל ישראל נאר די גאנצע וועלט. ר' מענדל האט געוויסט אז די בעסטע אדוואקאטן אין רוסלאנד וועלן שוצן אויף עם, ער האט אויך געוויסט אז אסאך פון די רוסישע פאלט שטייט צו זיין זייט [אסאך פון די באוויסטע נעמען אין רוסלאנד האבן אפן מוחה געווען קעגן די פארקרומטע חשדות קעגן ר' מענדל.  זיי האבן דערמיט פרובירט צו ראטעווען די כבוד פון רוסלאנד קעגן די אויגן פון די וועלט], אבער וויפיל דאס וועט העלפן קעגן די שלוחים פון די ממשלה.. דאס קען מען נישט וויסן..
צוויי-און-א-האלב יאר זענען שוין אריבער פון דעם שרעקליכן טאג וואס קולייבקו, דער הויפט פונ'ן אוכראנא אין קיעוו, האט עם צוגענומען פון זיין משפחה.  [אינצווישן האט קולייבקו פארלוירן זיין אמט און זיין גדולה, ווען דער צאר איז געווען אין קיעוו און עס איז געלונגען פאר די מורדים אריינצוקומען אינ'ם זאל ווי ער איז געווען און פרובירן צו הרג'נען דעם ראש ממשלה - זעה קאפיטל י"ג.  דאס האט אבער נישט בעסער געמאכט די מצב פון ר' מענדל]. יעצט קומט שוין נאנט די טאג פונ'ם משפט. דעם טאג וואס נישט נאר ר' מענדל מיט זיין משפחה ווארטן דערויף נאר גאנץ כלל ישראל שטייט מיט א קורצן אטעם צו זען וואס וועט דא זיין.. נישט נאר כלל ישראל נאר די גאנצע וועלט. ר' מענדל האט געוויסט אז די בעסטע אדוואקאטן אין רוסלאנד וועלן שוצן אויף עם, ער האט אויך געוויסט אז אסאך פון די רוסישע פאלט שטייט צו זיין זייט [אסאך פון די באוויסטע נעמען אין רוסלאנד האבן אפן מוחה געווען קעגן די פארקרומטע חשדות קעגן ר' מענדל.  זיי האבן דערמיט פרובירט צו ראטעווען די כבוד פון רוסלאנד קעגן די אויגן פון די וועלט], אבער וויפיל דאס וועט העלפן קעגן די שלוחים פון די ממשלה.. דאס קען מען נישט וויסן..


{{:מנחם מענדל בייליס/כד}}
== דער וועג צום משפט ==
איין טאג האט ר' מענדל באקומען די אפיציעלע הזמנה צום משפט, וועלכע וועט פארקומען אין צוויי חדשים ארום, אום חודש [[תשרי]] תרע"ג.  די הזמנה איז אנגעקומען צוויי חדשים פאר דעם זמן.  די מצב רוח פון ר' מענדל איז אסאך בעסער געווארן.  סוף כל סוף קומט עס שוין, עס וועט בעז"ה אלץ נתגלה ווערן און זיין מצב וועט זיך טוישן מן הקצה אל הקצה.  ער האט פרובירט מתאר זיין ביי זיך וויאזוי דאס וועט זיין, וויאזוי וועט מען אויסליינען די באשולדיגונג, וועלכע שאלות מ'וועט עם פרעגן און וואס ער וועט ענטפערן.  אלע זיינע מחשבות זענען געווען פארנומען מיט'ן משפט, ער האט פון גארנישט אנדערש נישט געקענט טראכטן.  צוויי וואכן פאר'ן צייט האט ר' מענדל איינגעגעבן א בקשה ער זאל קענען גיין אנגעטון מיט זיינע אייגענע בגדים ביים משפט, ער האט זיך זייער געשעמט צו קומען פאר אזויפיל מענטשן מיט די תפיסה קליידער.  ער האט נישט באקומען קיין תשובה אויף דעם בקשה.  א טאג פאר'ן משפט איז זיין ווייב עם געקומען באזוכן.  די טרערן זענען געקומען אן אויפהער.  ביידע האבן געהאפט אז בקרוב וועלן שוין אלע צרות זיין אינ'ם פארגאנגנהייט און ר' מענדל וועט שוין קענען צוריק אהיים גיין.  פאר זי איז אוועק געגאנגען האט זי עם מבשר געווען אז מ'וועט עם לאזן האבן די אייגענע בגדים, און אז מ'וועט זיי געבן צו עם אויפ'ן טאג פון די משפט.  צומארגנס הערט ער די באקאנטע קולות, ווי מ'עפנט אויף די דרייצן שלעסער פון זיין צימערל..  יעדעס מאל האט דאס עם אנגעפילט מיט פחד און שרעק, דאסמאל איז אבער אנדערש, ער האט געפילט אז די קלאפערייען ברענגען אים בשורות טובות..


{{:מנחם מענדל בייליס/כה}}
"אט זענען דיינע בגדים" זאגט דער שומר, "דיין משפט הייבט זיך אן היינט"..  ר' מענדל שפירט זיך זייער רוהיג, קודם שפירט ער זיך שוין נישט ווי אן איינגעשפארטער.. ער האט אבער מורא צו טראכטן אז אפשר וועט ער דאס נאכאמאל דארפן אנטון..  קודם איז ער צופרידן אויף יעצט..  יענעם טאג האבן די שומרים זיך מתייחס געווען צו ר' מענדל מיט פריינדשאפט און מיט כבוד..  אלע פריערדיגע רשעות איז ווי א וואלקן נעלם געווארן..  עס איז שווער געווען פאר עם צו פארשטיין די פלוצלינגדיגע ידידות נאך אלע צער און ליידן וואס זיי האבן עם גורם געווען במשך די צייט וואס ער איז געווען איינגעשפארט. 
 
ווען ער איז געווען גרייט האט מען אים איבערגעגעבן צו די שומרים וועלכע דארפן עם באגלייטן צום בית המשפט.  ווען ער איז ארויס אינ'ם חצר, האט ער קוים געקענט גלייבן וואס זיינע אויגן זעהן..  געווענליך, ווען ער איז ארויסגעפירט געווארן צום חצר, איז עס געווען ליידיג, היינט איז עס געווען פיל מפה און פה כאילו דא גייט פארקומען א גרויסע מיליטערישע מארש..  עס זענען געווען עטליכע גרופעס פון געווענדליכע מיליטער מענטשן ווי אויך די גאנצע שטאב פון דער תפיסה.  עטליכע האבן געשמייכלט אבער רוב זענען געשטאנען ערנסטערהייט.  אויסער דעם זענען געשטאנען אינ'ם חצר אפאר הונדערט [[קאזאק]]ן [העכערע סאלדאטן] מיט שיינעדיגע שווערדן, וועלכע זענען געווען אפצוהיטן ר' מענדל פון א "שלעכט אויג"...  מ'האט עם געזעצט אין א שווארצע וואגן ארומגענומען מיט א גאנצער שורה פון וועכטערס און באגלייט מיט א ספעציעלע גרופע מיליטערישע רייטער.  דאס אלץ איז מיטגעגאנגען ביז צום בנין פונ'ם הויך-געריכט, א וועג פון זעקס קילאמעטער!
 
פון די פענסטערס פונ'ם וואגן האט ער געקענט זען אז די געסער זענען פון מיט מענטשן.  די רעגן און ווינט האבן זיי נישט געשטערט.  על פי רוב זענען דאס געווען געווענדליכע לייט וועלכע האבן געוועלט זען וואס טוט זיך.  אויך פון די "שווארצע הונדערטער" זענען דארט געווען לרוב.  ווען ער איז ווייטער געגאנגען, האט ער דערקענט צווישן דעם עולם עטליכע יודן, עטליכע פון זיי האבן געטריקנט זייער אויגן מיט טאשנטוכער.  אויך ר' מענדל האט תורם געווען זיין חלק אינ'ם געוויין..  נאכ'ן אדורך גיין אלע שורות פון מענטשן, זענען זיי ענדליך אנגעקומען צום בית המשפט, וועלכע איז אויך געווען ארומגענומען מיט טויזנטער מענטשן.  די טויערן פון די חצר האבן זיך געעפנט און די וואגן איז אריין.
 
"איך וועל דיר באצאלן אויפ'ן וועג צוריק" האט ר' מענדל געזאגט מיט א שמייכל.  דער הויפט פון פאליציי האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן..  ווען זיי זענען אריין אינ'ם בנין האט מען באלד געפירט ר' מענדל צו א ספעציעלע צימער, ווי די איינגעשפארטע דארפן זיין דורכ'ן מהלך פונ'ם משפט.  אן קיין געדולד האט ער געווארט מ'זאל עם אריינפירן אינ'ם געריכט-זאל.  ער ווארט שוין אזוי לאנג אויף דעם טאג, און יעצט ווען עס איז שוין דא האט ער קוים געקענט גלייבן אז ער חלומ'ט נישט..  די יארן מיט חדשים לויפן עם אריבער פאר די אויגן.. קולייבקו רייסט עם אוועק פון זיין משפחה, דער אוכראנא, די חוקרים, די 'צדיקים', דער '[[[[אפיקומן]]]]', דער תפיסה, הונגער, נעכט אן שלאפן, שומרים, פענענקו, מאשקעוויץ, אלע אלע פיינונגען אן קיין סוף.  רבונו של עולם! ווען גייט זיך שוין אלעס ענדיגן!!
 
די טיר עפנט זיך און א עלעגאנטער מענטש קומט אריין און באגריסט אים.  ווי איינער וואס וועקט זיך אויף פון א בייזן חלום, קוקט ר' מענדל אן דער מענטש וואס באגריסט עם אזוי פריינדליך מיט א שמייכל אויפ'ן פנים.  "א גוט מארגן מר בייליס", הייבט ער אן, "שרעקט אייך נישט, מיין נאמען איז קאראבטשעווסקי און איך בין אייער [[אדוואקאט]]".  ר' מענדל האט שוין געוויסט אז ער גייט זיין איינער פון די אדוואקאטן [זעה פריערדיגע קאפיטל], אבער ביז יעצט האט ער פערזענליך געזען נאר די פיר אדוואקאטן, בארסקי, גרוזענבערג, זארודני און מארגאלין, ער האט נאכנישט געהאט געטראפן די אנדערע צוויי, קאראבטשעווסקי און מאקלאקוב.  זיין פלוצלינגע ערשיינונג האט געמאכט א שטארקן רושם אויף ר' מענדל.  דאס איז געווען ווי א שטראל פון ליכט קומט אריין אינם צימער.  זיין פריינדליכע באגריס און שמייכל האבן נישט נאר אוועק געשטיפט די טרויעריגע מחשבות פון עם נאר זיי האבן עם אויך געגעבן דער הרגשה אז אט אט וועט ער באפרייט ווערן.  דער באוויסטע אדוואקאט האט זיך דערנענטערט און ממשיך געווען: "זיי גוט געלאהנט מר ביילוס, און האלט זיך שטארק.  איך וואלט זייער געוואלט קומען נענטער, אבער עס איז ארויס א ספעציעלע תקנה פאר דיין פאל, א יוצא מן הכלל, אז קיינער טאר נישט אריין גיין אין אייער ד' אמות! אפילו נישט דיינע אדוואקאטן.. אויב וועל איך דאס נישט איינהאלטן, וועל איך באקומען א גרויסן פסק.  זאגט מיר אויב אזוי, וויאזוי פילט איר זיך, וואס מאכט איר"?  זיינע ווארעמע רייד האבן אזוי משפיע געווען אויף ר' מענדל אז ער האט כמעט פארגעסן אז ער איז איינגעשפארט.. ער האט געפילט אז ער איז פריי און ארומגענומען מיט ידידים.  ער האט אבער נאר געדארפט א קוק טון אויף די וואס היטן עם אפ בשבעה עינים דאס גאנצע צייט צו געדענקען אז ער איז נאך אונטער זייערע הענט.  ער איז געווען הונגעריג און ער האט געבעטן קאראבטשעווסקי אויב עס איז שייך עפעס צו שאפן פאר אים צו עסן.  אויב ער וועט ווארטן אויף דעם עסן פון דער תפיסה קען ער אויסגיין פאר הונגער.  פונקט דאן איז אריין אין צימער דער גענעראל וועלכע איז געווען ממונה אויף דער שמירה אויף ר' מענדל, און דער אדוואקאט האט אים איבערגעגעבן די בקשה.
 
== דער משפט הייבט זיך אן ==
"דער משפט גייט זיך באלד אנפאנגען און עס וועט זיין לאנג און מיין קליענט וועט ווערן זייער אפגעשוואכט, ער מוז האבן אלע כח וואס איז נאר מעגליך.  דאס איז אן ערנסטע זאך"..  אזוי ווענדעט זיך קאראבטשעווסקי צום ממונה, נאך יענער זאגט אז ער קען נישט ערפילן זיין בקשה.  "אויב וועט איר נישט אויספירן וואס מיר האבן געבעטן, וועל איך מוזן מוחה זיין אויף דעם ברבים בשעת'ן משפט.  מיר קענען נישט צולאזן אז א מענשט ווי בייליס זאל זיין א קרבן צו אזא מין אויפגעפירעכץ".. 
 
די רייד פון מר קאראבטשעווסקי האבן געמאכט א שטארקן רושם אויפ'ן גענעראל.  ער האט באלד געכאפט אז דא האט ער נישט א געשעפט מיט'ן איד בייליס, נאר מיט'ן באוואוסטן רוסישן [[אדוואקאט]] קאראבטשעווסקי.  דאס סטראשע זיינע מוחה צו זיין ברבים איז אויך נישט עפעס אוועק צו מאכן אזוי גרינג.. דער גענעראל האט באלד געבעטן אפאר מינוט זיך דורכרעדן מיט זיינע ממונים.. זעט אויס די שאלה איז נישט אזוי פשוט..  ווען ער איז צוריק האט ער מודיע געווען אז די 'ריכטיגע מענטשן' האבן מחליט געווען צוצולאזן צו געבן ר' מענדל צו עסן.  :גוט! מר בייליס!" זאגט קאראבטשעווסקי מיט א צופרינדהייט, אויב עס איז דא נאך עפעס וואס דו ווילסט, דארפסטו נאר אונז וויסן לאזן.  זיי זיכער אז מיר וועלן טון וואס עס איז נאר מעגליך דיר צו העלפן.  איר זאלט נאר נישט הייבן הענט מיט יאוש.  אחרי ככלות הכל וויסטו אז די וועלכע האבן דיר איינגעשפארט זענען נישט די געוועלטיגער אויף דיין גורל.  דו ביסט אין די הענט פון די באשעפער.  מיינע חברים און איך ווילן זייער זען א גוטע תוצאה פון דעם משפט.  מיר דאווענען צום באשעפער אז אזעלכע משפטים זאלן מער נישט פארקומען אין רוסלאנד, און עס וועט צוריקגעהאלטן ווערן די בושה פון אונזער באליבטן לאנד.  וויבאלד אבער מיר דארפן געווינען דעם דאזיגן משפט, וויל איך אז איר זאלט וויסן: מיר פילן אז עס איז אונז א כבוד צו העלפן אויפדעקן די שקר פון די נארישע שולד קעגן דיר.  דו וועסט אליינס זען, דאס אמת וועט זיגן!  איך מוז יעצט גיין, אבער מיר וועלן זיך נאכאמאל באגעגענען.  דאסוועדאניא! [אויף ווידערזען].  די ווערטער, קומענדיג פון אזא פערזענליכקייט, האבן אריינגעלייגט פרישע האפענונג און כח אין ר' מענדל, און ער האט געגלייבט אין זיין נאנטע ישועה. 
 
נאך דעם באגעגעניש מיט קאראבטשעווסקי, האט זיך געטוישט די פירונג פון די סאלדאטן וועלכע האבן עם באוואכט.  זיי זענען פלוצלינג גרייט צו העלפן מיט סיי וואס.. זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פשוט'ע איינגעשפארטער צו וועמען מ'פירט זיך אויף מיט אזא כבוד!  האט דען דער אדוואקאט נישט אליינס מסדר געווען אז דער גענעראל זאל גיין זוכן אן עצה פאר עם? זיי האבן פארשטאנען אז דא רעדט זיך פון א ספעציעלן מצב, און זיי האבן זיך צוגעשטעלט.
 
כאטש די טעג פון ליידן און פיין זענען [ביזדערווייל] אריבער, שטייט ער דאך אבער דא פאר דעם גרעסטן נסיון פון אלעם, דער משפט אליינס.  ווייטער פון דעם וויל ער בכלל נישט קלערן..  מיט דעם אלעם, פאר איינער וואס איז שוין יארן אליינס אין תפיסה, אליינס אין די וועלט און אוועק פון נארמאלע לעבן, איז אפילו אביסל צייט פון הנאה אויך א גרויסע זאך.  בשעת ר' מענדל איז נאך פארטיפט אין אזעלכע מחשבות, עפנט זיך די טיר און דער גענעראל רופט אויס "ברענגט דעם איינגעשפארטער צום זאל פונ'ם משפט! דער משפט גייט זיך אנהייבן!  ר' מענדל חזר'ט איבער די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל.
 
***
 
מ'האט עם אריינגעפירט אינ'ם ריזיגן זאל, און עם געהייסן זיצן אינ'ם שטוב פון די באשולדיגטער.  [אין דעם זאל איז דא קליינע ווענט אזויווי א קליינעם שטיבל און דארט זיך דער וואס איז באשולדיגט].  פון ביידע זיינע זייט שטייען סאלדאטן מיט ארויסגעשטרעקטע שווערד, אבער ער שרעקט זיך נישט פון דעם, זיי טון זייער ארבעט..  דאס איז דעם טאג אויף וואס ער האט געווארט.. דעם טאג וואס סוף סוף וועט די וועלט זען אז אלע חשדות קעגן עם זענען הבל וריק, וואס איז אויפגעטראכט דורך די "שווארצע הונדערעט" כדי עם צו צושמעטערן.  דער זאל האט אויסגעזען ווי עפעס א חגיגה..  עס איז פיל געווען מיט טויזנטער מענטשן וועלכע זענען געקומען פון אלע עקן פון רוסלאנד און פון ווייטערע לענדער.  ווי אויך זענען דארט געווען אסאך גענעראלן וכו' אנגעטון מיט זייערע בליטשעדיגע אנצוגער און זייערע מעדאלן.  עס זענען דארט געווען הונדערטער צייטונג-שרייבער, וועלכע זענען געקומען מכל רחבי תבל צו דעקן דעם משפט.
 
די אלע מענטשן פון די תביעה [אנקלאגן] האבן גערעדט איינער מיט'ן צווייטן, בשעת די שופטים, וועלכע זענען געזעצן אויפ'ן גרויסן בימה אינדערמיט, האבן זיך געגרייט אנצוהייבן.  עס האט אויסגעזען ווי א גרויסן שפיל.. אין וואס א טייל זענען דארט צו ערפילן זייער תפקיד, און א טייל צו ערפילן זייער נייגעריגקייט.  סיי אזוי און סיי אזוי אבער, איז אלעס שטיל געווארן אינ'ם רגע וואס ר' מענדל איז אריין אינ'ם זאל.  זיין פלאץ איז געווארן דעם צענטער פון די גאנצע געביידע.
 
ר' מענדל האט זיך באטראכט אויף די "צוועלעף באשוואוירענע" וועלכע וועלן בפועל מחליט זיין דעם משפט.  [אין אסאך מדינות - כולל אין [[ענגלאנד]] - זיצן ביי א משפט צוועלף מענטשן, וועלכע זענען נישט קיין שופטים וכדומה, און זיי פסק'נען למעשה דעם פסק.  די שופטים זענען די וואס נעמען צוזאם אלע עדיות וכו' און זיי פרובירן מדריך זיין די באשוואוירענע וויאזוי זיי זאלן דן זיין.  די סיבות אויף דעם איז א שמועס פאר זיך].  ר' מענדל האט א קוק געטון אויף זיי און זיין הארץ איז געפאלן.  זיין ערשטע רושם איז געווען אז עס איז נישטא קיין מעגליכקייט [ח"ו] אז זיי זאלן עם מזכה זיין.  ער האט נישט געקענט גלייבן אז די באשוואוירענע זענען פשוט'ע פויערן, וועלכע וועלן זיכער נישט קענען פארשטיין און משיג זיין דעם קאמפליצירטע פרשה.  [די ממשלה האט בכוונה מסדר געווען אז דאס זאלן זיין מוזשיק'ן, פויערן, וועלכע זענען שוין מסתמא אנגעקלעבט מיט שנאת ישראל].  אויב די באשוואוירענע וואלטן געווען אינטעליגענטע געלערנטע מענטשן, אזוי ווי ר' מענדל האט זיך פארגעשטעלט, וואלט מען געקענט האפן אז זיי וועלן שוקל זיין די ראיות ווען עס קומט למעשה, און וועלן אוודאי זען דורך די אפענע שקרים.  אבער מוזשיק'ן! זיי וועלן דאך נישט פארשטיין די ערשטע ווארט פון די אדוואקאטן! ווי גרינג איז עס פאר די 'הויכע פענסטערס' צו באאיינפלוסן די פויערן אז דער יוד איז זייער שונא! אמת אז זיי זען פון די אנדערע זייט גרויסע חשוב'ע אדוואקאטן, אבער דאס קען דאך יעדער דינגען פאר זיך און דאס מיינט גארנישט, פון די אנדערע זייט אבער זענען פארהאן אזעלכע 'חשוב'ע' מענטשן.. גענעראלן, אנקלאגערס וכו' פון די גרעסטע אין לאנד.  די מוזשיק'ן זענען דאך די ערשטע וואס וועלן גלייבן אזא שטות אז יודן נוצן בלוט פאר מצות.. אפשר גאר גלייבן זיי דאס שוין יעצט.. די רוסיש'ע תמימות איז באוויסט, ווי מער די זאך איז אפגעפרעגט גלייבט מען עס מער...  ר' מענדל האט געלייגט זיין בטחון אינ'ם בורא עולם און געהאפט אויף גוטס.


== באשווערן די עדים ==
== באשווערן די עדים ==