אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ראצפערט (חסידות)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (תנא קמא האט אריבערגעפירט בלאט ראצפערט (הויף) צו ראצפערט: ס'איז א בילדינג, נישט קיין הויף)

רעוויזיע פון 19:39, 5 פעברואר 2023

בילד פון ראצפערטער רב, רבי שלום אליעזר'ל, אויפן דעקל פון זיין ביאגראפיע ביכל "רבינו הקדוש מראצפערט", בני ברק, תשס"ז

דער ראצפערטער הויף איז א צאנזער חסידות, געגרינדעט געווארן אין שטאט ראצפערט, אונגארן, דורך רבי שלום אליעזר האלבערשטאם, דער זעקסטער זון פון רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב.

איר גרינדער

דער גרינדער פונעם ראצפערטער הויף איז געווען רבי שלום אליעזר האלבערשטאם (גערופן: רבי שלום אליעזר'ל, אדער: דער ראצפערטער רב; ניסן תרכ"ב - סיון תש"ד), זון פונעם צאנזער רב און פון רעכיל דבורה, טאכטער פון רבי יחיאל צבי הירש אונגער פון טארנא[1]. רבי שלום אליעזר'ל האט חתונה געהאט אום ד' אלול תרל"ו מיט שרה מרים, טאכטער פון זיין שוואגער[2] רבי מרדכי דוב טווערסקי פון הארנאסטייפל. נאך דער חתונה איז ער געבליבן וואוינען אין הארנאסטייפל פאר צען יאר, און נישט פארמאגנדיג קיין רוסישע בירגערשאפט, האט אים די ארטיגע רעגירונג פארטריבן פון לאנד. אין יאר תרמ"ו איז ער צוריקגעפארן קיין גאליציע, וואו ער האט געוואוינט פאר א קורצע וויילע אין שינאווא און דערנאך זיך באזעצט אין טארנא[3].

די שטאט ראצפערט, תשס"ח

אין ראצפערט ("אויפאהערטאו", אין אונגאריש), אונגארן, איז פריער געווען א חסידישער הויף, געפירט דורך רבי נפתלי הירצקא הלוי זילבערמאן (רבי הירצקא'לע ראצפערטער; ? - ט' תשרי תרנ"ח), א תלמיד פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה, אום ערב יום כיפור תרנ"ח, האט רבי שלום אליעזר'ל, אויף דער איינלאדענונג פון פילע אונגארישער צאנזער חסידים, זיך אריבערגעצויגן קיין אונגארן. צוערשט האט ער זיך באזעצט אין טעגלאש, א שטעטל נעבן ראצפערט, פאר א קורצע וויילע, און אום ענדע זומער פון תרנ"ח, האט ער זיך ענדגילטיג אריבערגעצויגן קיין ראצפערט[4] - די שטאט אויף וועמענ'ס נאמען זיין חסידישער הויף איז באקאנט.

אין ראצפערט, האט ער צוערשט געפירט אין א קליינעם בית המדרש, ביז די חסידים האבן אים געבויט נעבן זיין הויז א גרויסע שול, צו וואו טויזנטער אידן פלעגן קומען אויף שבתים און ימים טובים[5], איבערהויפט אויפן יום טוב שבועות. שפעטער האבן די חסידים אויך געבויט דארט אין הויף א גרויסע סוכה, אזוי אויך א גרויסן שאטער צו קענען אקאמאדירן די פילע געסט אויף די ימים נוראים און שמחת תורה[6].

רבי שלום אליעזר'ל איז אוועק אויף קידוש השם אין אוישוויץ-בירקענאו, בערך אום ט"ז סיון תש"ד.

חסידות ראצפערט נאכן קריג

רבי שלום אליעזר'ס צווייטער זון, רבי משולם זושא יצחק הלברשטאם (תרנ"ד - כ"ג אייר תש"ד), וועלכער האט געוואוינט נעבן זיין פאטער אין שטאט ראצפערט, איז אויך גע'הרג'עט געווארן אין אושוויץ ביים צווייטן וועלט קריג. זיין דריטע טאכטער, רייצא, האט נאכן קריג חתונה געהאט אין ניו יארק מיט רבי יואל בעער[7], וועלכער האט פאר א תקופה פון צוויי יאר געדינט אלס רב פון "שומרי הדת" אין ברוקלין. רבי יואל בעער האט אויפגעשטעלט אין וויליאמסבורג דעם בית-המדרש קהל עדת שלום אויפן נאמען פון זיין עלטער-שווער רבי שלום אליעזר'ל, און נאך עטליכע יאר האט ער אריבערגעפירט דעם בית-המדרש צו בעדפארד הייטס, ברוקלין. אין יאר תשי"ח האט ער זיך געצויגן קיין סאן פאולא, בראזיל, וואו ער האט ווידער אויפגעשטעלט א בית המדרש און קהילה אויפן נאמען ראצפערט. אין סאן פאולא איז ער געווען באקאנט אלס גרויסער בעל חסד, ער האט אנגעפירט דעם הכנסת אורחים אין שטאט און אסאך געטון אין קירוב[8].

רבי יואל איז נפטר געווארן כ"ט אדר תשנ"ג און פון זיינע שריפטן זענען אין יאר תשע"ו ערשינען צוויי בענדער "שיורי מנחת עני" מיט חידושי תורה און סיפורי צדיקים. נאך זיין פטירה, האט זיין עלטסטער איידעם, רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, דער קרעטשניפער רבי אין רחובות, מכתיר געווען זיין בן יחיד, רבי משולם זושא בעער, אלס ראצפערטער רבי, און זיין יונגסטן איידעם, רבי יצחק דוד הורוויץ, אלס רב פון קהילת ראצפערט סאן-פאולא.

זיינע אנדערע איידעמער זענען: רבי יחיאל אשר זעליג פאנעט, קארלסבורגער רבי אין מאנטריאל; רבי אליעזר ליבער שנעעבאלג, דער רב פון עדזשעווער, לאנדאן; רבי יצחק אייזיק ראזנבוים, קליוולאנדער רבי אין וויליאמסבורג; רבי חיים יהודה בעק[9], טשערקאסער רבי אין מאנסי; און רבי חיים אלעזר ווייס, חמעלניקער רבי אין מאנסי.

קהילות ראצפערט

דער ראצפערטער רבי, רבי משולם זושא בעער, האט אין כסלו תשפ"ב זיך אריבערגעצויגן קיין עירמאנט, ניו יארק, וואו ער האט געעפנט א בית המדרש ראצפערט[10].

דער ראצפערטער רב, רבי יצחק דוד הורוויץ, האט דורכאויס די יארן געעפנט קהילות און מוסדות[אויסקלארונג פארלאנגט] מיטן נאמען ראצפערט, אין וויליאמסבורג, בני ברק, בית שמש און אלעד. זיין איידעם, רבי מאיר האגער[11], איז רב פון דער קהילה אין בית שמש; און זיין אנדערער איידעם, רבי חיים מערץ, דינט אלס רב פון דער קהילה אין וויליאמסבורג.

תפארת שמואל קהל ראצפערט

אנהייב יאר תשכ"ג, האט זיך געגרינדעט אין וויליאמסבורג א קהילה מיטן נאמען תפארת שמואל קהל ראצפערט[12], געצילט צוזאמצוברענגען ראצפערטער איינוואוינער און חסידים פון רבי שלום אליעזר'ל. אלס רב פון דער קהילה איז אויפגענומען געווארן רבי אשר אנשיל קרויז, אליין א ראצפערטער געבוירענער, וועלכער איז אויפגעוואקסן אונטער דער השפעה פון רבי שלום אליעזר'ל. רבי אשר אנשיל איז געווען א זון פון רבי שמואל דוד קרויז, דער אודוואריער רב, וועלכער האט געבויט פאר רבי שלום אליעזר'ל דעם גרויסן בית-המדרש אין ראצפערט[5][13].

בית המדרש מהרש"א דראצפערט

אין יאר תשע"ט האט זיך אין בארא פארק געגרינדעט א קהילה און בית המדרש מיטן נאמען מהרש"א דראצפערט, וואו עס האט געדינט אלס רב, רבי חיים צבי טייטלבוים, זון פון רבי מנחם מענדל טייטלבוים, אן אפשטאמיגער פון רבי שלום אליעזר'ל[14]; עטליכע יאר דערויף, אום ניסן תשפ"ב, ווען קהל יטב לב בנשיאות זיין זיידן, רבי אהרן טייטלבוים, האט געעפנט א בית המדרש אין בארא-פארק מיט דעם נאמען, איז רבי חיים צבי אריבער אנפירן דעם בית המדרש[15].

אין שטאט קרית יואל, ניו יארק, האבן די ווילעדזש פירער א נאמען געגעבן א גאס "ראצפערט" (אין ענגליש: Ratzfert Wy), אין אנדענק פון רבי שלום אליעזר'ל.

וועבלינקען

רעפערענצן

  1. זון פון רבי מרדכי דוד אונגער פון דאמבראווא
  2. איידעם פון זיין פאטער

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי יואל בעער, ספר זכרונות המאור, חלק ב', זייט ת"ה, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), ברוקלין, תשל"ד; רבי משה טייטלבוים, מהר"ם ט"ב, חלק א', זייט ע'

  4. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יצחק בן ימיני, "ראצפערטער רבי הרה"ק רבי שלום אליעזר'ל זצוק"ל הי"ד", דאס אידישע ווארט, אייר-סיון תשנ"ד;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    י' יוסף כהן, המעין, יונה עמנואל (רעדאקטאר), תשרי תשל"ז
  5. 5.0 5.1
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ד.ש. ראטמאן, קובץ המאור, מאיר אמסעל (רעדאקטאר), סיון-תמוז תשמ"ט

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    ליידיגע פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    צבי ברינער, רבינו הקדוש מראצפערט, פרק א', זייט נ"ו-נ"ז
  7. אן אפשטאמיגער פון בעל שם טוב, רבי משה חיים אפרים פון סאדילקאוו, רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב און פון רבי חיים טשערנאוויצער

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מאיר אמסעל, ספר זכרונות המאור, חלק ב', זייט ת"ו, ברוקלין, תשל"ד
  9. זון פון רבי אברהם צבי בעק
  10. חנוכת הבית פאר נייעם בית המדרש ראצפערט אין עירמאנט, אויף אין "the Monsey view"
  11. אייניקל פון רבי משה האגער, דער סערעט וויזשניצער ראש ישיבה

  12. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    גרינדונגס-מעלדונג פון דער קהילה, קובץ המאור, תשרי-חשון תשכ"ג

  13. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי שמואל דוד קרויז, יד שמואל, הקדמה פון רבי שלום קרויז אודוואריער רב
  14. זיין עלטער זיידע, רבי משה טייטלבוים, איז געווען א זון פון רבי חיים צבי טייטלבוים, איידעם פון רבי שלום אליעזר'ל
  15. צענטער סאטמארער בית המדרש אין בארא פארק ווערט די וואך געעפנט, אויף אויף boropark24, ‏May 5 2022