אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראנקפורט"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (הוספת קישור בינוויקי he:פרנקפורט) |
||
שורה 62: | שורה 62: | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:פרנקפורט]] |
רעוויזיע פון 14:33, 20 אפריל 2023
|
פראנקפורט אם מיין (דייטש: Frankfurt am Main; אין ספרים פרנקפורט דמיין אדער פפד"מ) איז די גרעסטע שטאט אין העסע, דייטשלאנד, און די פינפטע גרעסטע שטאט אין דייטשלאנד, מיט א באפעלקערונג פון 687,775 (2012). די שטאט געפינט זיך אויף די ברעגן פונעם מיין, א בייטייך פונעם ריין.
פראנקפורט איז דער פינאנציעלער צענטער פון דייטשלאנד. אויך געפינט זיך דארטן דער אייראפעישער צענטראלבאנק.
אין די ספרים ווערט זי גערופן "פראנקפורט דמיין", ווייל עס איז אויך דא א באקאנטע שטאט פראנקפורט דאדר.
עקאנאמיע
מיט א קאנצענטראציע פון פינאנציעלע אינסטיטוציעס, איז פראנקפורט איינער פון דער וועלטס וויכטיגסטע פינאנציעלע צענטערס, און דער פירנדיקער פינאנציעלער צענטער אין דייטשלאנד, מיט מינכן א שטיק וועג דער צווייטער.
אויך איז פארהאנען דער אפציעלער נאציאנאלער לופטפעלד אין פראנקפורט.
צענטראל־בענק
פראנקפורט איז די היים פון צוויי וויכטיגע צענטראלבענק.
- אייראפעישער צענטראל־באנק
דער אייראפעישער צענטראל־באנק (Europäische Zentralbank) איז איינער פון די וויכטיגסטע צענטראלבענק אין דער וועלט. דער באנק באשטימט די געלט־פאליטיק פאר דער אייראזאנע, וואס באשטייט פון 18 אייראפעישער פארבאנד מיטגלידשטאַטן וואס האבן אדאפטירט דעם איירא (€) ווי זייער געמיינזאמע וואלוטע און איינציקער לעגאלער אנבאט. זייט זיין גרינדונג אין 1998 געפינען זיך די הויפטקווארטיר פונעם באנק אינעם אייראטורעם ביי ווילי־בראנד־פלאץ און, צוליב א מאנגל אין פלאץ, אויך אין נאך צוויי הויכע ביורא געביידעס אין פראנקפורטס פינאנציעלן דיסטריקט.
די שטאט פון פראנקפורט ערט די וויכטיגקייט פונעם באנק מיטן אפיציעלן סלאגן "די שטאט פונעם איירא" זייט 1998.
- דייטשער פעדעראלער באנק
דער דייטשער פעדעראלער באנק (Deutsche Bundesbank), פלאצירט אין באקנהיים, איז געגרינדעט געווארן אין 1957 ווי דער צענטראלבאנק פאר דער פעדעראלער רעפובליק פון דייטשלאנד.
אידן אין פראנקפורט
היינט אין פראנקפורט געפינען זיך צוויי שולן.
אין די צוויי אידישע בתי החיים, ליגן די גרויסע באקאנטע אידן ווי דער פני יהושע, רב שמואל שאטין, רבי נתן אדלער (דער רבי פונעם חת"ם סופר), די מאמע פון חת"ם סופר, דער בעל ההפלאה, דער מחנה לוי, דער סטאלינער רבי דער ינוקא, וואס מ'רופט דער פראנפורטער, ר' שמשון רפאל הירש, און נאך, אבער דער בית החיים איז איבערגעווארפן געווארן ביים צווייטן וועלט קריג, עס איז דא בלויז א צוים ארום דעם פלאץ פונעם בית החיים, און אויך אסאך מצבות זענען דערין, אבער זיי זענען נישט אויף זייער ארגינאלן פלאץ.
עס איז אינטערעסאנט די צוים פונעם בית החיים אין פראנקפורט, עס איז ארום גענומען מיט זעקס מיליאן קליינע שטיינער, און יעדע שטיינדל איז צום געדענקען אויף איינעם פון די זעקס מיליאן קדושים וואס נאצי-דייטשלאנד האט געמארדעט.
צווילינג שטעט
- טאראנטא, קאַנאַדע
- ליאן, פראַנקרייך, זייט 1960.
- בירמינגהאם, פאראייניגטע קעניגרייך, זייט 1966.
- מילאן, איטאַליע, זייט 1971.
- גוואנזשו, כינע, זייט 1988.
- פראג, טשעכיי, זייט 1990.
- בודאפעשט, אונגאַרן, זייט 1990.
- קראקע, פוילן, זייט 1991.
- גרענאדע, ניקאראגוא, זייט 1991.
- תל אביב-יפו, מדינת ישראל, זייט 1980.
דרויסנדיגע פארבינדונג
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!