אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"
ק (←די חשבון פאר די תקופת שמואל: הגהה) |
ק (הגהה) |
||
שורה 15: | שורה 15: | ||
ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט (איידער יאר ד'קי"ט), איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}} און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}. | ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט (איידער יאר ד'קי"ט), איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}} און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}. | ||
אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע| | אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע|או"ח|קיז|א}}}}, און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים{{הערה|{{שוע|או"ח|תקעה|ז}}}}. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל{{הערה|{{בבלי|ברכות|נט|ב}}}}. | ||
עס איז דא אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה{{הערה|רמ"א אין {{שוע|יוד|קטז|ה}}}}. | עס איז דא אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה{{הערה|רמ"א אין {{שוע|יוד|קטז|ה}}}}. |
רעוויזיע פון 02:48, 15 יאנואר 2023
די פיר תקופות זענען די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינעם פון אירע ווענדפונקטן, און זיי ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, אדער תמוז. די פיר תקופות זענען אינעם צענטער פון די פיר סעזאנען און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר.
אין גמרא און אין רמב"ם ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. אין גמרא ווערט געברענגט תקופת שמואל, און די ראשונים ברענגען אראפ אויך תקופת רב אדא, וואס שטאמט פון א ברייתא, היינט פארלוירן, וואס האט געהייסן אויפ'ן נאמען פון רב אדא בר אהבה. דער רמב"ם שרייבט אז די ביידע זענען נאר א דורכשניטליכע תקופה, וואס ס'קומט אויס ווען מ'צעטיילט אלע יארן אייניג, אבער די אמת'ע אסטראמאנישע תקופה קען זיין אוועקגערוקט מיט עטליכע טעג פון דער דורכשניטליכער תקופה. די פארשידענע מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער דער פראגע ווען דער ערשטער מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.
די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויט זייערע חשבונות אויף דער אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.
נעמען און הגדרה
די פיר תקופות זענען די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און זיי ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"[1], א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח[2].
תקופת תשרי (הערבסט) איז איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז איבער דער קו המשווה, און די זון איז דאן ביי אנהייב מאזניים[א]. תקופת טבת (ווינטער) איז די זון ביים סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה, און ביי אנהייב דלי. תקופת ניסן (פרילינג) איז דאס צווייטע מאל ווען די זון איז איבער דער קו המשווה, און די זון איז דאן ביי אנהייב טלה. תקופת תמוז (זומער) איז די זון ביים סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה און די זון איז דאן ביי אנהייב סרטן. די תקופת האמיתיות זענען אויך די קורצסטע און לענגסטע טעג (Solstices) אין יאר, און די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes).
די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דוקא אייניג. די גענויע צייטן ווען די זון קומט אן צו די ווענדפונקטן זענען באקאנט אלץ די "תקופות האמיתיות". טעכניש אבער, ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופות האמצעיות"[4].
די לענג פון די יאר לויט די וויסנשפאטליכער טוישט זיך אלס, און איז אין די 21'שטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס[5]. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלס לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלס קערצער[6].
הלכות און מנהגים
ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט (איידער יאר ד'קי"ט), איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו האלטן פסח נאך תקופת ניסן[7] און סוכות נאך תקופת תשרי[8].
אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[9], און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים[10]. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל[11].
עס איז דא אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה[12].
תקופת שמואל
די מימרא פון שמואל
אין די גמרא מסכת עירובין[13] ווערט געברענגט א מימרא פון דעם אמורא שמואל, מיט די פאלגענדע כללים איבער די תקופות:
- תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביי די אנהייב אדער חצות פון די טאג אדער די נאכט: 0:00, 6:00, 12:00 אדער 18:00. דער סיבה דערצו איז וויבאלד די זון איז געהאנגען געווארן אין הימל באלד אנהייב מיטוואך פון ששת ימי בראשית, דהיינו 18:00, און פון איין יאר צום צווייטן רוקט זיך די תקופה מיט א פערטל טאג, ווי שפעטער ערווענט[14].
- תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 1.5 אדער 7.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 1:30, 7:30, 13:30 אדער 19:30. ווי שפעטער ערווענט, איז די צייט אין טאג פון איין תקופה גערוקט מיט 7.5 שעה פון די צייט אין טאג פון צווייטן. אלזא, איז דער ערשטער תקופת תמוז געווען 1:30, און יעדער יאר רוקט זיך עס א פערטל טאג[15].
- תקופת תשרי געפאלט אלעמאל ביי 3 אדער 9 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 3:00, 9:00, 15:00 אדער 21:00.
- תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 4.5 אדער 10.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 4:30, 10:30, 16:30 אדער 22:30.
- פון איין תקופה צום צווייטן איז דא 91 טעג און 7.5 שעה. געדרינגן פון דער כלל איז די לענג פון די יאר לויט שמואל: 365 טעג און 6 שעה.
- איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער פון צווייטן אין די ציקל פון די 7 שעה'דיגע מזלות (שצ"ם חנכ"ל). 91 טעג און 7 שעה זענען 313 ציקלען, און די רעשט איז בלויז איין האלבע שעה[16].
דער חשבון, לויט וועלכע א יאר איז 365.25 טעג לאנג, און וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער[17], איז באקאנט אלץ תקופת שמואל. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים[18], און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות[19]. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען[20].
רש"י ברענגט א סימן פאר די תקופות: אזג"י ואט"ד. ווען תקופת ניסן פאלט אויס אנהייב טאג/נאכט (=א), וועט תקופת תמוז אויספאלן ביי 7.5 שעה אין טאג/נאכט (=ז), תשרי ביי 3 (=ג) און טבת ביי 10.5 (=י). ווען ניסן פאלט אויס ביי 6 שעה (=ו), וועט תמוז וועט אויספאלן ביי 1.5 (א), תשרי ביי 9 (=ט) און טבת ביי 4.5 (=ד). אויב א"ז איז בייטאג איז ג"י ביינאכט, און אזוי אויך פארקערט און לגבי ואט"ד[15].
די זייגער פון תקופת ניסן רוקט זיך יעדן יאר מיט א פערטל טאג, צוריקקומענדיג יעדער פיר יאר, א "מחזור קטן של חמה", צום זעלבן צייט אין טאג, אבער אין אן אנדערע טאג אין די וואך. עס גייט פון איין טאג אין די וואך צום צווייטן אין די סדר פון דב"ז הגא"ו, און נאך 7 מחזורים קטנים קומט עס צוריק אן צו מיטוואך צונאכטס, וואו עס האט אנגעהויבן ביי ששת ימי בראשית. דאס געדויערט 28 יאר, א "מחזור גדול", און דאן איז דער צייט פון ברכת החמה[21].
די פונקטליכקייט פון דער חשבון
תקופת שמואל איז אפיציעל אומפונקטליך; א יאר לויט דעם איז ארום 11 מינוט לענגער ווי די נומערן פון די רמב"ם און היינטיגע וויסנשפאליכער, און ארום 4.6 מינוט לענגער ווי לויט רב אדא. פילע ראשונים[22] זענען מסביר אז דאס איז אזוי צו פארגרינגערן דאס מאכן די חשבונות פארן המון עם, אינדערצייט וואס די פונקטליכערע תקופת רב אדא איז געווען באקאנט בלויז פאר די סנהדרין. א מימרא אין רב אדא'ס ברייתא לויטעט: ”תקופת רב אדא בצנעא, ותקופת שמואל בפרהסיא”. דער חזון איש[23] שרייבט אז אזוי האט מען עס מקובל מסיני: א פונקטליכע פאר די סנהדרין, און א גרינגערע פארן המון. ער געבט צו אז אין אלגעמיין ”אינו מפסיד אם הקביעות של גבולי הצמצום יהיה בקירוב כדי שיוכלו לקיים מצוות המעשיות אף חלושי הדעת”. דער תקופה איז נויטיג פארן המון עם כדי צו וויסן ווען אנצוהייבן זאגן "ותן טל ומטר"[20].
דער סיבה פארן פארהוילן תקופת רב אדא, ברענגט רבי אברהם בן חייא הנשיא בשם "אחד מספרי הקדמונים" אז עס איז ווייל מכשפים וואלטן געקענט חרוב מאכן דער וועלט מיט דעם[24]. די אבן עזרא זאגט אז מען האט עס באהאלטן צו פארשווערן פאראויסצושאצן עתידות מיט די מזלות[25]. דער בני יששכר דרוקט זיך אויס דערויף "מטעם הכמוס אתם"[26].
דער רמ"ע מפאנו שרייבט אז שמואל האט זיך גערעכנט אז שפעטערע סנהדרין'ס וועלן כסדר צוריק רוקן די תקופה לויט ווי מען דארף, אבער גענוג חשוב'ע בתי דינים דערפאר זענען נישט נאכגעקומען[27]. שמואל האט מעגליך אויך מייסד געווען א סדר וויאזוי אראפצורעכענען א טאג יעדעס יאר צוויי צי וויפיל, כדי צו פאררעכטן דעם חשבון, און די פרטים זענען פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן[28]. וועלכע דארפן עס האבן צו דער האנט צו וויסן ווען אנצוהייבן זאגן "ותן טל ומטר"[20].
אין שמואל'ס צייטן (ארום שנת ד' אלפים) איז תקופת ניסן געווען איבער 5 טעג גערוקט פון תקופת רב אדא, און 4 פון די אבזערוויטע גלייכנאכט. טייל האבן מחדש געווען אז די חשבון איז געבויעט אויף תקופת תשרי וואס האט יענע צייטן יא אויסגעפאלן נאנט צום אסטראנאמישן, ווייל מען וואלט נישט אנגענומען א חשבון וואס איז קענטיג נישט ריכטיג. רבי משה חיים רימיני האט גערעכנט לויט די אסטראנאמיע פון זיין צייט, און געטראפן אז אז די אסראנאמישע תקופה האט זיך געטראפן מיט שמואל'ס אום שנת 244 למספרם (ד' אלפים ד'). ער שרייבט אז שמואל האט גערעכנט פון תשרי ווייל ער פסק'נט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם[29]. יעקב לעווינגער האט איבערגעמאכט די חשבונות לויט די היינטיגע וויסנשאפט, און געטראפן אז דאס האט פארסירט איבסל איידער שמואל'ס צייטן, נעמליך אין יאר 158, (ג'תתקי"ח), אין די צייטן פון חנניה בן אחי רבי יהושע. ער האלט אז די חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי ווייל מען האט עס צוערשט געניצט לגבי דאס זאגן "ותן טל ומטר", וואס ווענד זיך אויף תקופת תשרי[20].
תקופת רב אדא
תקופת רב אדא בר אהבה ווערט געברענגט אין די ראשונים, בשם א ברייתא אויף זיין נאמען[30]. די חשבון פון תקופת רב אדא איז באזירט אויף די הנחה אז א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים.
19 יאר לויט, קומען אויס גענוי 235 חודשים. די 19 יעריגע מחזור פון עיבור יארן איז געבויט אויף דער פאקט. 19 מאל 12 איז 228, בלייבן איבער זיבן חודשים, וואס זענען די אדר-ב'ען פון די 7 עיבור יארן. לויט טייל ראשונים[31], טוט די 'יום התקופה' פון תקופת ניסן דיקטירן אויך די סדר פון די עיבור יארן: אויב פאלט עס אויס מער ווי 16 טעג מעת לעת נאך א מולד, מוז יענער זיין די מולד פון חודש אדר. דאס איז לויט דער שיטה פשט פון רב הונא בר אבין'ס כלל אין מסכת ראש השנה: ”כד חזית דמשכה תקופת טבת עד שיתסר בניסן עברה לההיא שתא ולא תיחוש לה, דכתיב שמור את חדש האביב, אביב של תקופה שיהא בחודש ניסן” (
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
ליידיגע פאראמעטער [ 4 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) יש להעביר לכל היותר 3 פרמטרים.ראש השנה כא, א). אנדערע ראשונים לערנען אבער פשט אין די גמרא אנדערש[32].
דער רמב"ם שרייבט אז די סנהדרין האט געניצט תקופת רב אדא ביים דן זיין צי מען זאל מעבר זיין די יאר, אין די צייטן ווען דאס איז נישט געטון געווארן לויט די קביעות'ידע חשבון, נאר דיסקוסירט געווארן יעדער עיבור יאר באזודער[33].
אין ספר עתים לבינה[34] ווערט געברענגט א סברא בשם רבי עזריה מן האדומים[35] אז רב אדא האט גענומען זיין חשבון פון דער גריכשע היפרכוס, וועמענס חשבון ווערט געברענגט דורך בטלמיוס אין זיין 'אלמגסט'. היפרכוס האט געהאלטן אז די יאר איז 365 טעג מיט 6 שעה, וויניגער א 1/300 פון א טאג; דאס איז מיט בלויז 4 חלקים און 2.4 רגעים קורצער ווי תקופת רב אדא – אן ענדליכקייט וואס איז שוין דערמאנט געווארן דרוך די ראשונים{{[36]. דער חזון איש קריטיריט שטארק דער שטעלונג, און רופט עס אן "מינות"[37]. אנדערע ווילן זאגן אז רב אדא האט נישט אנטוויקלט אן אייגענע שיטה, נאר סך הכל צוטיילט 235 חודשים אויף 76 גלייכע טיילן, פאר די 4 תקופות אין די 19 יאר פון די מחזור[38].
תקופת הרמב"ם
אין די צווייטע טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יא און ווייטער) ברענגט די רמב"ם אראפ די חשבונות הראיה, וואס די סנהדרין וואלט געקענט ניצו צו וויסן אויב די נייע לבנה וועט געזען ווערן אין א געוויסע נאכט. ביים ענדע פון קאפיטל יג, וואס איז געווידמעט פאר די זון'ס פאזיציע, ערווענט די רמב"ם די תקופה, זאגענדיג אז מיט די חשבונות דארט קען אויסרעכענען די "תקופה האמיתי"[39].
לויט די רמב"ם'ס אסטראנאמישע מאדעל, טוט די זון קרייזן ארום דער וועלט, אבער די וועלט איז נישט פונקט אינדערמיט פונעם קרייז, נאר אפגערוקט דערפון אביסל. דאס מאכט אז צומאל זאל די זון זיין נענטער צום וועלט און אמאל ווייטער, און די פאראלאקס איז גורם אז די זון זאל אויסזען ווי עס האט אן אנדערע פאזיציע. די חשבון פון די רמב"ם האט אלזא צוויי שטאפלען: איינס, אויס רעכענען וואו דער זון וואלט געווען ווען די וועלט איז אין צענטער פון די קרייז – די "מקום השמש האמצעי"; צווייטנס, פאררעכטן די פאזיציע צו די "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע "מנות". אבער אידערצייט וואס די חשבונות הראיה רעכענען אויס וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט, איז די חשבון פון די תקופה פארקערט: מ'רעכענט אויס ווען די זון וועט זיין אין א געוויסע פלאץ; א פאקטאר וואס האט פארלאנגט פון די מפרשים אויפן רמב"ם אויסצוארבעטן די חשבון[40].
די רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס יעדען טאג, יעדע 10, 100, 1000 און 10000 טעג, און אויך וויפיל עס רוקט זיך יעדע 30 און יעדע 354 טעג. עס איז אבער די א שטיקל א סתירה צווישן די נומערן פון 100, 1000 און 10000 טעג, און די נומערן פאר 30 און 354 טעג. אזוי ארום זענען דא צוויי "תקופת הרמב"ם"ס, איינס ("שיטה א' ") באזירט אויף די נומערן פאר 30 און 354 טעג, און דער צווייטע ("שיטה ב' ") באזירט אויף די נומערן פאר 100, 1000 און 10000.
אין לוח דבר בעתו ווערט יעדער יאר זינט תשע"ג פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.
ביי די כת פון קומראן
אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישע באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדער תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא".
די חשבון פאר די תקופת שמואל
די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה[41]. די חשבון געבט די צייט אפשניט, ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. די חשבון איז ווי פאלגענד[ב]:
- צוערשט דארף מען וויסן וויפיל גאנצע מחזורים פון 19 יאר זענען שוין אריבער פון בריאת העולם ביז היי יאר, ולא עד בכלל. פאר תשרי און טבת דארף מען רעכענען ביז פאראיאר ולא עד בכלל.
- דערנאך, וויפיל יאר עס זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר, און פאר תשרי און טבת ביז פאראיאר
- דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן, ווען אין יעדער מחזור פון 19 יאר זענען די 3'טע, 6טע, 8'טע, 11'טע, 14'טע, 17'טע און 19'טע יארן עיבור יארן; וסימנך גו"ח אדז"ט.
- דערנאך, רעכענט מען:
- פאר יעדער מחזור: 1 שעה און 485 חלקים (1080'טלעך פון א שעה)
- פאר יעדער יאר אין די מחזור: 10 טעג, 21 שעה און 204 חלקים.
- צו אלעס צוזאמען לייגט מען צו 22 טעג, 3 שעה און 151 חלקים,
- דערפון רעכענט מען אראפ פאר יעדער עיבור יאר: 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
- פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה און 321 חלקים;
- פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה און 642 חלקים;
- און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה און 963 חלקים.
א סימן זיכער צו מאכן אז מען האט גוטגערעכנט, איז צו זען אויב עס שטימט מיט די אויבנדערמאנטע כללים פון שמואל.
נאטיצן
- ↑ די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען שוין אבער פון לאנג אפגערוקט[3]
- ↑ די חשבון איז לויט ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא. די רמב"ם געבט אביסל אן אנדערע חשבון, אבער עס איז נישט אזוי פראקטיש צוליב דעם וואס מען קען נישט היינטיגע צייטן וויסן פון וועלכע מולד מ'רעדט[42]
רעפערענצן
- ↑ סנהדרין יג, א
- ↑ מגילה 4Q324d
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק יסודי התור"ה, הלכות ג'–ז' - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ז'; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34. - ↑ יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
- ↑ מרדכי גנוט, 'לוח דבר בעתו תש"ע, בני ברק, תש"ע, זייט 1375; און אין אלע נאכפאלגענדע לוחות אין יענעם קאפיטל
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ד'–ד"א - ↑ סנהדרין יג, א
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: או"ח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן קי"ז, סעיף א' - ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: או"ח' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק או"ח, האם הכוונה היא לאורח חיים?.שולחן ערוך, או"ח, סימן תקע"ה, סעיף ז' - ↑ ברכות נט, ב
- ↑ רמ"א אין
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:שלחן ערוך
'1: יוד' אינו ערך חוקי לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:שולחן ערוך) נישטא קיין חלק יוד.שולחן ערוך, יוד, סימן קט"ז, סעיף ה' - ↑ עירובין נו, א
- ↑ רש"י, עירובין נו, א, ד"ה לפי שהמאורות
- ↑ 15.0 15.1 רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופת תמוז
- ↑ רש"י, עירובין נו, א, ד"ה ואין תקופה
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–א'; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה - ↑ ברכות סג, א; תלמוד ירושלמי, מסכת סנהדרין, פרק ה', הלכה ב'
- ↑ תענית י, א
- ↑ 20.0 20.1 20.2 20.3 יעקב לוינגר, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.
- ↑ ברכות נט, ב און רש"י אויפן פלאץ.
- ↑ שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב;
- ↑ רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד; לויט ווי ס'איז עס מסביר רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, הלכות קידוש החודש פרק י סעיף קטן יח
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק י הלכה א
- ↑ ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ו עמוד ב
- ↑ בני יששכר, מאמרי חדשי כסלו טבת מאמר ד אות פו
- ↑ אלפסי זוטא, ברכות פ"ט
- ↑ יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 272
- ↑ רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ג
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך; יסוד עולם לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב
- ↑ רש"י, תוספות, יד רמ"ה אויף סנהדרין דף יג עמוד א און נאך. זע מער ביי משה הסגל, מגיד הרקיע, קרית ספר, תשס"ב, זייט 96–110 און ביי יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 24
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י'–ו' - ↑ יוסף משה גינזבורג, עתים לבינה, ווארשא, תרנ"א, זייט 270
- ↑ רבי עזריה מן האדומים, מאור עינים, ימי עולם פרק מ
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי
- ↑ רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד
- ↑ רבי משה חיים רימיני, מחר חדש, פירינצי, תקנ"ד, דף ד; יעקב לעווינגער, על השמינית, תל אביב, תשמ"ו, זייט 28
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות י"ג–י"א - ↑ איתן ציקונובסקי, חזון שמים, תשנ"א, עמוד נה; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.
- ↑ ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם
פארלאנגטע פאראמעטער [ 1 ] פעלן לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) פעלט נאמען פון הלכות.משנה תורה לרמב"ם, הלכות חמץ ומצה, פרק קידוש החוד"ש, הלכות ט'–ד' - ↑ רבי חיים קנייבסקי, שקל הקדש, בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג