אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שריפט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט שריפט צו רוי:שריפט אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (הוספת קישור בינוויקי he:כתב)
שורה 14: שורה 14:
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:כתב]]

רעוויזיע פון 19:57, 20 אפריל 2023

א שריפט איז א סיסטעם פון סימבאלן וואס מען שרייבט צו רעפרעזענטירן א שפראך. די סימבאלן קענען זיין בילדער אדער אותיות. עס זענען פאראן פארשידענע שריפט סיסטעמען. אויך זענען פאראן שריפטן פאר געוויסע צוועקן, ווי למשל ברייל פאר בלינדע מענטשן.

נישט יעדע שפראך האט א באזונדערן שריפט. למשל, ענגליש, דייטש, שפאניש און נאך א סך שפראכן שרייבט מען מיטן לאטיינישן אלפאבעט.

אוראלט עגיפטיש פלעג מען שרייבן מיט היעראגליפן, וואס זענען בילדער. היינט ניצט מען דאס מער נישט.

אין אן אלפאבעטישער שריפט באדייט יעדער אות א פאנעם, אדער א קאנסאנאנט אדער א וואקאל. טייל שריפטן, ווי לשון הקודש און להבדיל אראביש, האבן נישט קיין אותיות פאר וואקאלן.

די מעטאד און סינטאקס פון צאמשטעלן די סימבאלן צו שאפן ווערטער רופט מען ארטאגראפיע.

דער ערשטער אלפאבעט פון קאנסאנאנטן איז דער אלף בית פון כתב עברי צו שרייבן לשון קודש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!