אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סאס-פע"
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat) צייכן: באקוקט |
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט סאס-פע צו רוי:סאס-פע אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון) |
רעוויזיע פון 21:33, 8 יאנואר 2023
|
סאַס-פע (דייטש: Saas-Fee) איז א נארטל־דארף און דאס גרעסטע דארף אין דעם סאַס טאָל (Saastal), אין וויספּ (Visp) באצירק פון וואַליס קאַנטאָן, וואס איז אין דרום זייט פון דער שווייץ. דאס שטעטל ליגט ביי דער הייך פון 1,800 מ' און האט 1,600 איינוואוינער.
פון דרום זייט צו סאס-פע געפינט זיך דער אַלאַלינהאָרן בארג (Allalinhorn) וואס איז הויך 4,027 מ', און דער פע גלעטשער (Feegletscher) אויף אים זענען דא סקי שפורן וואס זענען אקטיוו דאס גאנצע יאר, און פארשלאגן זומער נארטלען. דער גלעטשער איז א טייל פון סאַס-פע'ס סקי פלאץ, וואס אין אים זענען דא שפורן לאנג 100 קילאמעטער מיט נאך 45 קילאמעטער לענג אין אנדערע פלעצער אינעם טאל. פון מערב זייט צו אים, אין דער מאַטער־טאָל (Mattertal), ליגט דאס סקי שטעטל צערמאַט (Zermatt), ער פארמאגט אויך אן גלעטשער פאר זומער סקי אנטקעגן דעם מאַטערהאָרן בארג (Matterhorn).
פאראן א ציינער אינטער־באן מיטן נאמען מעטראָ אַלפּן (Metro-alpine), ארבעט שוין פון יאר 1984, און טראגט ארויף די סקי גליטשערס און די רייזנדע צו מיטל־אַלאַלין (Mittelallalin) אין 3,500 מ' הייך, וואס דאס איז דאס העכסטע פונקט אין דער סקי פלאץ. אין מיטל־אַלאַלין איז אויך דא א גרויסע אייזן־הייל און א רעסטאראן וועלכע דרייט זיך אויף איר איקסוס, און איז דער גרעסטער פון זיין סארט אויף דער וועלט.
אין זומער פארשלאגט די געגנט פיל גייען מארשרוטן, בערג קריכן, קעלדז קריכן, בערג גליטשער, בערג ביציקלעך, קארקינעטן, שטריקן פארקן, פאראשוטן און נאך.
צו סאס-פע קענמען אנקומען מיט אן אויטאבוס פון די וויספּ אדער בריג באן סטאנציעס. אין דער שטעטל געגנט איז נישט ערלויבט אנצוקומען מיט א מאטארן אויטא, אחוץ עלעקטרישע אויטאס.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!