אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אליה שוויי"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "לייקוואוד" ב־"לעיקוואד")
ק (אוועקגענומען קאַטעגאָריע:אומבאקוקט דורך HotCat)
צייכן: באקוקט
שורה 37: שורה 37:
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 20:48, 25 דעצעמבער 2022

רבי אליה שוויי
געבורט קאוונע

רבי אליה שוויי ( י"ג אדר ב' ה'תרפ"ד, 19טן מאַרץ, 1924, קאוונע, ליטע - א' ניסן ה'תשס"ט, 26סטן מאַרץ, 2009, פאַרייניקטע שטאַטן ) איז געווען דער ראש ישיבה אין פילאַדעלפיע און פּרעזידענט פון דער מועצת גדולי התורה אין די פאַרייניקטע שטאַטן.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין קאָוונע צו רב שמועל לייב שוויי וואס איז געווען אַ תּלמיד פונעם קאָוונער כולל אונטער דער פירערשאַפט פון רבי ישראל סאַלאָנטער, וואו ער פארבראכט זיין קינדשאַפט.

ער איז אנגעקומען אין די פאַרייניקטע שטאַטן אין זיינע יונגע יארן, און האָט געלערנט אין דער רבי יעקב יוסף שולע פון און שפּעטער אין ישיבת תורה ודעת אוטנער רבי שלמה היימאן, פון דאָרט האָט ער ממשיך געווען לערנען אין לעיקוואד און איז געווארן א תלמיד מובהק פון דעם ראש ישיבה רבי אהרן קאטלער.

אין 1955 האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון דער פילאדעלפיע ישיבה (וואס איז געגרינדעט געווארן צוויי יאר פריער דורך רבי אהרן קאטלער) אנשטאט רבי דוב שווארצמאן, צוזאמען מיט רבי שמואל קאמינעצקי, א שטעלע וואס ער האט געהאלטן ביז זיין טויט.

משפחה

ער איז געווען דער איידעם פון רבי אברהם קאלמאנאוויטש, גרינדער פון דער מירער ישיבה אין די פאַרייניקטע שטאַטן, און א שוואגער פון רבי שמואל בירנבוים . זיין ווייב דבורה איז נפטר געווארן ו' אדר א' ה'תשע"ט, 11טן פעברואַר 2019 ).[1]

זייער קינדער זענען געווען:[2]

  • הרב שמעון יהודה, ראש ישיבה פון פילאדעלפיע ישיבה.
  • מרת לייקי, ווייב פון הרב איסר זלמן גארעליק, ראש ישיבה אין סאט פאלזבורג
  • מרת שרה, ווייב פון הרב מאטל דיק
  • מרת נחמה, ווייב פון הרב יוסף ליפשוץ (ישיבת נחלת צבי, טאראנטא)
  • הרב מאיר שמחה, לעיקוואד
  • הרב אברהם, ירושלים
  • הרב אהרו שלמה
  • הרב חיים יוסף
  • הרב מלכיאל

רעפערענצן

  1. חזקי שטרן, ‏הגרי"י קלמנוביץ לא עודכן על פטירת אחותו עד לסיום חתונת נכדתו, אויף כיכר השבת, 12טן פעברואר 2019
  2. רביצין דבורה שוויי, ע"ה, המודיע] (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!