בדוקי עריכות אוטומטית, אינטערפעיס רעדאקטארן, אינטערפעיס אדמיניסטראַטאָרן, סיסאפן, מייבאים, מעדכנים, מייבא, אספקלריה רעדאקטארן
46,365
רעדאגירונגען
(פרק רעפערענצן) |
אין תקציר עריכה |
||
| שורה 20: | שורה 20: | ||
=== אין די ראשונים === | === אין די ראשונים === | ||
==== שיטת המהר"ם מרוטנבורג ==== | ==== שיטת המהר"ם מרוטנבורג ==== | ||
פון די ראשונים קומט אויך אויס אז גיין צוגעדעקט דעם קאפ איז נישט מעיקר הדין נאר א מידת חסידות. אין דער | פון די ראשונים קומט אויך אויס אז גיין צוגעדעקט דעם קאפ איז נישט מעיקר הדין נאר א מידת חסידות. איינער פון די פילע פסקים וואס [[רבי שמשון בר צדוק]] ברענגט אראפ אין תשב"ץ קטן, וואס ער האט געפרעגט פון זיין רבי'ן דער [[מהר"ם פון רוטנבורג]] זייענדיג אין טורמע, איז דעם פסק וואס ער שרייבט{{הערה|סימ תקמז}}: עס איז נישט אסור צו גיין מיט אן אנטבלויזטן קאפ. און דאס וואס רב כהנא בריה דרב יהושע זאגט אז ער וועט באקומען שכר פארן נישט גיין מיט קיין אויפגעדעקטן קאפ פיר אמות, דאס איז א מידת חסידות, ע"כ. אויך דער [[כל בו]]{{הערה|סימן יא}} ברענגט אראפ דעם פסק פונעם מהר"ם פון רוטנבורג. | ||
אין תשובות [[מהרי"ט צהלון]]{{הערה|החדשות, סי' ר}} שרייבט ער שארף אויף מקילים וואס האבן ארויסגענומען פון מהר"ם מרוטנבורג און [[רבינו פרץ]] ז"ל א היתר צו גיין אן א קאפל: "איך האב געהערט און איך בין אויפגעשוידערט געווארן אויף די תלמידי חכמים מיט שווארצע (אנטבלויזטע) קעפ וואס זוכן אינעם [[בית יוסף]] צו טרעפן א שיטה וואס איז מקיל, צו קענען נאכלאזן פון איינגעפירטע הלכות, און אראפפירן פון וועג די אידישע קינדער וואס גייען נאך אויף גלייכע וועגן, און זיי אויסלערנען פארקרומטע וועגן, און די פרומקייטן וואס אידן פירן זיך שוין, לערנען זיי אויס עס אפצולאזן…". | |||
און דאן איז ער מסביר אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף דעם מהר"ם און רבינו פרץ מקיל צו זיין, ווייך דער מהר"ם רעדט נאר פון א מרחץ, אדער נישט-ריינע ערטער, וואס די הלכה ערלויבט נישט צו טראכטן דארט אין לערנען, דארט איז נישט דא די בחינה אז די שכינה איז העכער דעם קאפ, דארט איז דא דעם היתר נישט אנצוטון א קאפל. אבער סתם גיין אין גאסאן א קאפל, איז אן איסור גמור. מען דארף אויף דעם מוחה זיין פונקט ווי אויף יעדן איסור דאורייתא. | |||
== רעפערענצן == | == רעפערענצן == | ||
{{רעפערענצן}} | {{רעפערענצן}} | ||
רעדאגירונגען