אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבא גלוסקער"

גע'רודפ'טער משכיל
אין תקציר עריכה
ק (←‏ביאגראפיע: טעות סופר)
 
(27 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|משכיל}}
{{דעסקריפציע|גע'רודפ'טער משכיל}}
'''אברהם אבא גלוסק''' ('''הלוסק'''; צווייטער העלפט פונעם [[18טער יארהונדערט|18טן יארהונדערט]]) איז געווען א [[השכלה]]-פיאנער.
'''אברהם אבא גלוסקער'''{{ביאור| עס זענען דא חילוקי דעות לגבי פון וועלכע גלוסק ער איז געקומען, צי דער פון דער [[לובלינער וואיעוואדעשאפט]]{{הערה|[https://www.epaveldas.lt/preview?id=C1B0001347733-1872-Nr.9 אנאנימער שרייבער אין '''הכרמל''' ט (סיון תרל"ב)], 462}}, אדער דער [[האלוסק]] פון דער [[מינסקער גובערניע]]{{הערה|{{אוצר החכמה|ישראל יעקב דינסטג|תלפיות|51461|page=266|קעפל=האם התנגד הגר"א למשנתו הפילוסופית של הרמב"ם?|באנד=ד [א-ב]|שנת הוצאה=תש"ט|עמ=266}}}}.}} ('''הלוסקער'''; צווייטער העלפט פונעם [[18טער יארהונדערט|18טן יארהונדערט]]), אויך באקאנט אלס דער "הלוסקער מגיד", איז געווען א פריע [[השכלה]]-פיגור און פריידענקער, וועלכע איז באקאנט געווען פאר'ן ווערן גע'רודפ'ט דורך פרומע קהילות. ער איז געווען באפריינדעט מיט [[משה מענדלסאן]]. ער איז געשטעלט געווארן אויפ'ן [[קונע]] פונעם שול אין [[ווילנע]], און פארשיקט געווארן פון שטאט מיט שאנדע.


לויט איין מיינונג, איז ער געבוירן געווארן אין גלוסק ([[לובלינער וואיעוואדעשאפט]]), און לויט אַן אנדערער, ​​אין שטעטל וואס טראגט דעם זעלבן נאמען אין דער [[מינסקער גובערניע|פּראווינץ פון מינסק]]. ער ווערט אויך אידענטיפיצירט מיטן "גלוסקער מגיד", וועמענס ווערק זענען פארברענט געווארן פאר אפיקורסות אויפן הויף פונעם ווילנער שול.
==ביאגראפיע==
גלוסקער האט געדינט אלס א מגיד, אבער אין זיינע דרשות האט ער גערעדט אפיקורסות וועלכער האט געברענגט אז מ'זאל אים פארטרייבן פון שטאט צו שטאט. נאכן ארומוואנדערן א לאנגער צייט איז ער אנגעקומען קיין [[בערלין]], וואו ער האט באגעגנט [[משה מענדלסאן]]. ער איז אבער גע'רודפ'ט געווארן דורך די לאקאלע ארטאדאקסישע קרייזן, און דער הויפט פון דער בערלינער געמיינדע האט פארלאנגט ביי די אויטאריטעטן אים ארויסצואווארפן פון שטאט מיטן אויסרייד אז ער האט נישט קיין וואוינרעכט. מענדלסאן, אבער, וועלכער האט געהאלטן גלוסק פאר א טיפער [[דענקער]], האט אים ערמעגליכט צו בלייבן.


גלוסק, וועלכער האט זיך ערווארבן א ברייטער קענטעניס פון [[פילאזאפיע]] און וועלטליכע בילדונג, האט פארלאזט זיין געבורט לאנד צו זוכן פרייע אידעען. נאך א לאנגער צייט, וואס ער האט ארומגעוואנדערט פון שטאט צו שטאט, האט ער דערגרייכט [[בערלין]], וואו ער האט באגעגנט [[משה מענדלסאן]]. ער איז אבער גע'רודפ'ט געווארן דורך די לאקאלע ארטאדאקסישע קרייזן און דער הויפט פון דער בערלינער געמיינדע האט געבעטן ביי די אויטאריטעטן אים ארויסצואווארפן פון שטאט מיטן אויסרייד אז ער האט נישט קיין וואוינרעכט. מענדלסאן, אבער, וועלכער האט געהאלטן גלוסק פאר א טיפער [[דענקער]], האט אים ערמעגליכט צו בלייבן.
[[רבי יעקב עמדין]] האט, לויט געוויסע, מרמז געווען אויף גלוסק אין א בריוו צו מענדלסאן פון תקל"ב שרייבנדיג: "רבו המתלוננים על מעלתו שמגדל כלב רע בתוך ביתו". מאיר לעטעריס ציטירט א פּאַראָדיע, וואס אבא זאל האבן אימפּראָוויזירט ווען ער איז אראפּגעווארפן געווארן די טרעפּ דורך יעב"ץ אין [[אלטאנע|אַלטאָנע]]{{הערה|{{עיתונות יהודית היסטורית|המגיד|MGD|מאיר לעטעריס|הצופה להמגיד|18770214|15|שנה כא, נו' 7}}}}.


גלוסק האט געהערט וועגן [[ווילנער גאון]], אז ער איז נישט נאר גרויס אין לערנען, נאר אויך אין די וועלטליכע חכמות, און איז געקומען אים באזוכן. בעת'ן שמועס האט זיך ארויסגעכאפט ביים אורח א פראזע, אז דער גרויסער מפרש [[רש"י]] פלעגט נישט שטענדיג אויסטייטשן דעם פסוק לויטן פשט און אויך די בעלי-המדרש זענען נישט אויסן געווען אויסצוטייטשן לויטן דקדוק. איז דער גאון געווארן א פארציטערטער, אז ער האט געהערט אזא אפיקורסות, און האט תיכף אפגעהאקט דעם שמועס. וואס עס האט ווייטער פאסירט, דערציילט אבא הלוסק אין זיין בריוו צו מענדלסאנען:
נאכן הערן איבער די חכמה פונעם [[ווילנער גאון]], איז גלוסקער געגאנגען אים באזוכן. אינעם שמועס האט ער זיך ארויסגעכאפט א פראזע, אז דער גרויסער מפרש [[רש"י]] פלעגט נישט שטענדיג אויסטייטשן דעם פסוק לויט'ן פשט, און אויך די בעלי-המדרש זענען נישט אויסן געווען אויסצוטייטשן לויט דקדוק. דער גאון האט תיכף אפגעהאקט דעם שמועס, און געהייסן אים געבן מלקות און שטעלן אין די [[קונע]] ביז נאך מנחה, ווען דער ציבור האט אים אנגעשפיגן און פארשריגן אלס פושע ישראל. דערנאך האט מען אים פארטריבן פון שטאט{{הערה|1=גלוסקער'ס בריוו צו מענדלסאן, ציטירט אין {{היברובוקס||עליות אליהו|46776|page=36|מקום הוצאה=ווילנע|שנת הוצאה=תרל"ד|עמ=47—50}}, אין דער אנמערקונג פון ר' יעקב צבי פון מעקלענבורג. איבערגעזעצט אין: {{היברובוקס|שמואל מאַלצאַן|אבן שלמה: תולדות הגאון רבינו אליהו זצ"ל מווילנא|49286|page=89|מקום הוצאה=ווילנע|שנת הוצאה=תרפ"ד|עמ=90–98}}}}.
:"איך בין אוועק אין מיין אכסניא. אבער איידער איך בין געקומען צו מיין רו, האבן זיך שוין געפעדערט צוויי מלאכי חבלה און האבן מיך גערופן צו קומען צו די פרנסים פון שטאט און זייער בית-דין... בין איך געגאנגען און געשטעלט זיך פאר זיי. זענען פאר מיר געזעסן זיבן זקנים אנגעטון אין טלית און תפילין. האט איין זקן זיך אויפגעשטעלט פאר מיר און געזאגט: דו ביסט דאס יענער, וואס דו האסט מחרף ומגדף געווען אויף די חכמי המדרש ז"ל און אויף די רייד פון רש"י ז"ל? האָב איך געענטפערט: איך האב נישט מחרף ומגדף געווען. זאגט ער צו מיר: און וואס האסטו געזאגט דעם גאון? דעמאלט האב איך געזאגט, אז זיי טיישן נישט איין אויפן דרך הפשט. האט דער אלטער א מאך געטון מיט דער האַנט, און די צוויי מחבלים האבן מיך גענומען און ארויס געפירט אין דרויסן... און דער זקן איז אויפגעשטאנען און האט מיר פארגעליינט דאס קוויטל פון בית-דין, אז איך מוז קריגן פערציג מלקות, ווי עס איז דער דין פון דעם וואס איז מבזה תלמידי חכמים. און די צוויי מלאכי חבלה האבן מיך געשלאגן טאקע די דאזיגע קלעפּ. נאר דערמיט האט זיך זייער כעס נישט איינגעשטילט, נייערט זיי האבן מיך געבראכט פארן אריינגאנג פון שול און האבן אריינגעטון מיין האלז אין אן אייזערנער קייט, וואָס איז געווען איינגעפעסטיגט אין וואנט פון שול (דאס איז די בארימטע [[קונע]]), איך זאל שטיין אַזוי פארן עולם, און איבער מיין קאפּ האבן זיי צוגעקלעפּט א פּאפּיר, וואו עס איז געווען אנגעשריבן, אז דער דאזיגער מענטש ווערט באשטראפט, ווייל ער האט געשפּעט איבער די רי רייד פון אונזערע הייליגע חכמים. און איטליכער ווער עס איז געקומען דאוואונען מנחה האט מיך גערופן: פושע ישראל: און מען האט מיר קיין שפיי אין פנים נישט געזשאלעוועט, און פון דעם וואס מען האט מיר אָנגעשפיגן אין פנים איז געווארן כמעט א טייכל ווי דער ירדן. דו ווייסט דאך, אז ווילנע איז נישט ווי בערלין, וואָרום אין ווילנע קומט א גרויסער עולם אין דער צייט פון דאוונען. אז מען האט געענדיגט דאוונען מנחה, האט מען מיך אַרויסגעפירט אויסערן שטאט און געהייסן גיין"{{הערה|1={{היברובוקס||עליות אליהו|46776|page=36|מקום הוצאה=ווילנע|שנת הוצאה=תרל"ד|עמ=47—50}}, אין דער אנמערקונג פון ר' יעקב צבי פון מעקלענבורג. דער משכיל וואס איז באשטראפט געווארן איז געווען נישט [[שלמה מיימון]], ווי מען האט געמיינט על-פי טעות, נאר אבא הלוסק.}}.


גלוסק איז שפעטער געפארן קיין [[דייטשלאנד]], [[האלאנד]], [[פראנקרייך]] און [[ענגלאנד]] איידער ער איז צוריק אהיים. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער פּאעט אַדעלבערט פון שאַמיסאָ האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (1832).
לויט געוויסע באריכטן זענען זיינע דרייצן חיבורים, וועלכע זענען געווען גרייט צו ארויסגעבן, אויך פארברענט געווארן אויפן הויף פונעם ווילנער שול. ווארשיינליך וואלט ער אליין אויך שלעכט אפגעקומען ווען נישט א געוויסער רב איז אים געקומען צו הילף, מעגליך אז דאס איז געווען דער ווילנער גאון{{הערה|הכרמל תרל"ב נו' 5; געברענגט פון שאמיסא'ס ליד; און לויט עדות פון יהושע זעליג זאלקינד וואס ער האט געזען אלס קינד}}.
 
גלוסקער איז שפעטער געפארן קיין דייטשלאנד, האלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד איידער ער איז צוריק אהיים קיין פּוילן. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער דיכטער אַדעלבערט פאָן שאַמיסאָ (Chamisso) האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (Abba Glusk Leczeka", 1832").


==ביבליאגראפיע==
==ביבליאגראפיע==
*[https://www.epaveldas.lt/preview?id=C1B0001347733-1872-Nr.5 "מחשבות חרוץ: לקורות השכלת היהודים ברוססלאנד", ירחון '''הכרמל''' ד (תרל"ב)], 234-5
*גרשום באַדער, דרייסיג דורות אידען אין פוילען : פון דער ערשטער צייט, וואס אידען זיינען אהין געקומען וואוינען, ביז צום לעצטען "מיאטעזש", ניו יארק 1927, זז' 346–348
*סטאַניסלאַווסקי, אין: [https://yi.hamichlol.org.il/w/index.php?title=File:Восход_1887_№_10-12.pdf&page=450 וואָשאָד, 12 (1887)], 122-8 {{לינקשפראך|RU}}
* ישראל צינבערג, די געשיכטע פון דער ליטעראטור ביי יידן, ווילנע: תמר, 1929, זז' 289–291
*א. קאהוט, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=nnc1.1000227552&seq=69 מענדלסאן און זיין פאמיליע (1886)], 51—53 {{לינקשפראך|דייטש}}
*[https://www.epaveldas.lt/preview?id=C1B0001347733-1872-Nr.5 "מחשבות חרוץ: לקורות השכלת היהודים ברוססלאנד", ירחון '''הכרמל''' 5 (שבט תרל"ב)], 234-244 – העברעאישע איבערזעצונג פון שאַמיסאָ'ס פאעמע
* היינריך גרעץ, [https://www.yiddishbookcenter.org/collections/yiddish-books/spb-nybc203560/graetz-heinrich-lerner-di-yudishe-folks-geshikhte-nokh-der-folksthumlikher-geshikhte-der-vol-1?book-page=149&book-mode=1up די יודישע פאלקס-געשיכטע 1], ניו יארק 1901, זייטן 147-160
*שמעון יהודה סטאַניסלאַווסקי, אין: [https://yi.hamichlol.org.il/w/index.php?title=File:Восход_1887_№_10-12.pdf&page=450 וואָשאָד, 12 (1887)], 122-8 {{לינקשפראך|RU}}
*א. קאהוט, [https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=nnc1.1000227552&seq=69 מענדלסאן און זיין פאמיליע (1886)], 51-53 {{לינקשפראך|דייטש}}


==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{ביאורים}}
{{רעפערענצן}}
{{רעפערענצן}}


{{DEFAULTSORT:גלוסק, אברהם אבא}}
{{DEFAULTSORT:גלוסק, אברהם אבא}}
[[קאַטעגאָריע:משכילים]]
[[קאַטעגאָריע:משכילים]]
[[קאַטעגאָריע:בערלין]]
[[קאַטעגאָריע:ווילנע]]
[[קאַטעגאָריע:דייטשע אידן]]
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:30, 10 נאוועמבער 2025

אברהם אבא גלוסקער[א] (הלוסקער; צווייטער העלפט פונעם 18טן יארהונדערט), אויך באקאנט אלס דער "הלוסקער מגיד", איז געווען א פריע השכלה-פיגור און פריידענקער, וועלכע איז באקאנט געווען פאר'ן ווערן גע'רודפ'ט דורך פרומע קהילות. ער איז געווען באפריינדעט מיט משה מענדלסאן. ער איז געשטעלט געווארן אויפ'ן קונע פונעם שול אין ווילנע, און פארשיקט געווארן פון שטאט מיט שאנדע.

ביאגראפיע

גלוסקער האט געדינט אלס א מגיד, אבער אין זיינע דרשות האט ער גערעדט אפיקורסות וועלכער האט געברענגט אז מ'זאל אים פארטרייבן פון שטאט צו שטאט. נאכן ארומוואנדערן א לאנגער צייט איז ער אנגעקומען קיין בערלין, וואו ער האט באגעגנט משה מענדלסאן. ער איז אבער גע'רודפ'ט געווארן דורך די לאקאלע ארטאדאקסישע קרייזן, און דער הויפט פון דער בערלינער געמיינדע האט פארלאנגט ביי די אויטאריטעטן אים ארויסצואווארפן פון שטאט מיטן אויסרייד אז ער האט נישט קיין וואוינרעכט. מענדלסאן, אבער, וועלכער האט געהאלטן גלוסק פאר א טיפער דענקער, האט אים ערמעגליכט צו בלייבן.

רבי יעקב עמדין האט, לויט געוויסע, מרמז געווען אויף גלוסק אין א בריוו צו מענדלסאן פון תקל"ב שרייבנדיג: "רבו המתלוננים על מעלתו שמגדל כלב רע בתוך ביתו". מאיר לעטעריס ציטירט א פּאַראָדיע, וואס אבא זאל האבן אימפּראָוויזירט ווען ער איז אראפּגעווארפן געווארן די טרעפּ דורך יעב"ץ אין אַלטאָנע[3].

נאכן הערן איבער די חכמה פונעם ווילנער גאון, איז גלוסקער געגאנגען אים באזוכן. אינעם שמועס האט ער זיך ארויסגעכאפט א פראזע, אז דער גרויסער מפרש רש"י פלעגט נישט שטענדיג אויסטייטשן דעם פסוק לויט'ן פשט, און אויך די בעלי-המדרש זענען נישט אויסן געווען אויסצוטייטשן לויט דקדוק. דער גאון האט תיכף אפגעהאקט דעם שמועס, און געהייסן אים געבן מלקות און שטעלן אין די קונע ביז נאך מנחה, ווען דער ציבור האט אים אנגעשפיגן און פארשריגן אלס פושע ישראל. דערנאך האט מען אים פארטריבן פון שטאט[4].

לויט געוויסע באריכטן זענען זיינע דרייצן חיבורים, וועלכע זענען געווען גרייט צו ארויסגעבן, אויך פארברענט געווארן אויפן הויף פונעם ווילנער שול. ווארשיינליך וואלט ער אליין אויך שלעכט אפגעקומען ווען נישט א געוויסער רב איז אים געקומען צו הילף, מעגליך אז דאס איז געווען דער ווילנער גאון[5].

גלוסקער איז שפעטער געפארן קיין דייטשלאנד, האלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד איידער ער איז צוריק אהיים קיין פּוילן. זיין נאכפאלגנדן שיקזאל איז אומבאקאנט. דער דייטשער דיכטער אַדעלבערט פאָן שאַמיסאָ (Chamisso) האט געשריבן א ליד געווידמעט צו גלוסק (Abba Glusk Leczeka", 1832").

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. עס זענען דא חילוקי דעות לגבי פון וועלכע גלוסק ער איז געקומען, צי דער פון דער לובלינער וואיעוואדעשאפט[1], אדער דער האלוסק פון דער מינסקער גובערניע[2].
  1. אנאנימער שרייבער אין הכרמל ט (סיון תרל"ב), 462.
  2. ישראל יעקב דינסטג, "האם התנגד הגר"א למשנתו הפילוסופית של הרמב"ם?", תלפיות ד [א-ב], תש"ט, עמ' 266 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  3. מאיר לעטעריס, הצופה להמגיד, המגיד, שנה כא, נו' 7, פעברואר 14, 1877.
  4. גלוסקער'ס בריוו צו מענדלסאן, ציטירט אין עליות אליהו, ווילנע, תרל"ד, עמ' 47—50, אין דער אנמערקונג פון ר' יעקב צבי פון מעקלענבורג. איבערגעזעצט אין: שמואל מאַלצאַן, אבן שלמה: תולדות הגאון רבינו אליהו זצ"ל מווילנא, ווילנע, תרפ"ד, עמ' 90–98.
  5. הכרמל תרל"ב נו' 5; געברענגט פון שאמיסא'ס ליד; און לויט עדות פון יהושע זעליג זאלקינד וואס ער האט געזען אלס קינד.