אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי פרנך"
ק (פארראכטן פּאראמעטער) |
(תיקון קישור לפירושונים) |
||
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 12: | שורה 12: | ||
רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן עטליכע הלכות און אויך [[אגדתא]] מימרות. צוויי מאל אין ש"ס ווערט געברענגט זיין מימרא בשם רבי יוחנן {{ציטוטון|האוחז [[ספר תורה]] ערום נקבר ערום}}{{הערה|{{בבלי|שבת|יד|א}} און {{בבלי|מגילה|לב|א}}}} - דער וואס כאפט אן א ספר תורה "נאקעט", אן די [[מענטעלע]], ווערט באגראבן "נאקעט", דאס הייסט אן די מצוה וואס ער האט דאן געטון מיט דער ספר תורה. דערפון ווערט טאקע גע'פסק'נט אין [[הלכה]] אז מ'טאר נישט אנכאפן קיין ספר תורה אן קיין מענטעלע{{הערה|{{שוע|אורח חיים|קמז|א}}}}, וואס ווערט פאררופן אין די [[פוסק]]ים אלס דער איסור פון רבי פרנך. אויך ווערט צוויי מאל געברענגט זיין הלכה בשם רבי יוחנן אז די שדרה פונעם [[לולב]] דארף זיין א [[טפח]] העכער פונעם [[הדס]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|לב|ב}} און {{בבלי|נדה|כו|א}}}}. | רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן עטליכע הלכות און אויך [[אגדתא]] מימרות. צוויי מאל אין ש"ס ווערט געברענגט זיין מימרא בשם רבי יוחנן {{ציטוטון|האוחז [[ספר תורה]] ערום נקבר ערום}}{{הערה|{{בבלי|שבת|יד|א}} און {{בבלי|מגילה|לב|א}}}} - דער וואס כאפט אן א ספר תורה "נאקעט", אן די [[מענטעלע]], ווערט באגראבן "נאקעט", דאס הייסט אן די מצוה וואס ער האט דאן געטון מיט דער ספר תורה. דערפון ווערט טאקע גע'פסק'נט אין [[הלכה]] אז מ'טאר נישט אנכאפן קיין ספר תורה אן קיין מענטעלע{{הערה|{{שוע|אורח חיים|קמז|א}}}}, וואס ווערט פאררופן אין די [[פוסק]]ים אלס דער איסור פון רבי פרנך. אויך ווערט צוויי מאל געברענגט זיין הלכה בשם רבי יוחנן אז די שדרה פונעם [[לולב]] דארף זיין א [[טפח]] העכער פונעם [[הדס]]{{הערה|{{בבלי|סוכה|לב|ב}} און {{בבלי|נדה|כו|א}}}}. | ||
אין [[תלמוד ירושלמי]] ווערט געברענגט אן אנדער מימרא איבערן הייעך פונעם לולב, און אויך איבערן הייעך פונעם [[אזוב]] צו רייניגן א [[מצורע]], אדער צו רייניגן א טמא מת - וואס רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון [[רב מתנה]], אין נאמען פון רבי יוסף בריה דרב מנשיא, אין נאמען פון [[רב (אמורא)|רב]]{{הערה|{{ירושלמי|סוכה|ג|א}}, לויט ווי ערקלערט אין {{אוצר החכמה|2=פירוש אור לישרים|3=606144|page=134}}}}. | אין [[תלמוד ירושלמי]] ווערט געברענגט אן אנדער מימרא איבערן הייעך פונעם לולב, און אויך איבערן הייעך פונעם [[אזוב]] צו רייניגן א [[צרעת|מצורע]], אדער צו רייניגן א טמא מת - וואס רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון [[רב מתנה]], אין נאמען פון רבי יוסף בריה דרב מנשיא, אין נאמען פון [[רב (אמורא)|רב]]{{הערה|{{ירושלמי|סוכה|ג|א}}, לויט ווי ערקלערט אין {{אוצר החכמה|2=פירוש אור לישרים|3=606144|page=134}}}}. | ||
נאך א מימרא זאגט ער נאך פון רבי יוחנן אז אין יאר פונעם "[[חנוכת המקדש]]" ביים [[ערשטער בית המקדש|ערשטן בית המקדש]], האבן די אידן נישט געפאסט [[יום כיפור]]{{הערה|{{בבלי|מועד קטן|ט|א}}}}. באקאנט איז דער מאמר וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן:{{ציטוט|איבערזעצונג="יעדער וואס איז א תלמיד חכם, און זיין זון איז א תלמיד חכם, און זיין זונ'ס זון איז א תלמיד חכם - וועט די תורה זיך מער קיינמאל אפהאקן פון זיינע דורות."|כל שהוא [[תלמיד חכם]] ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם, שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם.|{{בבלי|בבא מציעא|פה|א}}}} | נאך א מימרא זאגט ער נאך פון רבי יוחנן אז אין יאר פונעם "[[חנוכת המקדש]]" ביים [[ערשטער בית המקדש|ערשטן בית המקדש]], האבן די אידן נישט געפאסט [[יום כיפור]]{{הערה|{{בבלי|מועד קטן|ט|א}}}}. באקאנט איז דער מאמר וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן:{{ציטוט|איבערזעצונג="יעדער וואס איז א תלמיד חכם, און זיין זון איז א תלמיד חכם, און זיין זונ'ס זון איז א תלמיד חכם - וועט די תורה זיך מער קיינמאל אפהאקן פון זיינע דורות."|כל שהוא [[תלמיד חכם]] ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם, שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם.|{{בבלי|בבא מציעא|פה|א}}}} | ||
שורה 18: | שורה 18: | ||
אין [[מדרש]] ווערן עטליכע מאל געברענגט מאמרים וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נג|י}}, {{תנחומא|משפטים|יז}}, און {{תנחומא|ראה|ח}}}}. אין ירושלמי זאגט ער נאך בשם רבי חנינא, אז "[[הלל הגדול]]ה" איז קאפיטל קל"ו אין תהילים{{הערה|{{ירושלמי|פסחים|ה|ז}} און {{ירושלמי|תענית|ג|יא}}}}. | אין [[מדרש]] ווערן עטליכע מאל געברענגט מאמרים וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|נג|י}}, {{תנחומא|משפטים|יז}}, און {{תנחומא|ראה|ח}}}}. אין ירושלמי זאגט ער נאך בשם רבי חנינא, אז "[[הלל הגדול]]ה" איז קאפיטל קל"ו אין תהילים{{הערה|{{ירושלמי|פסחים|ה|ז}} און {{ירושלמי|תענית|ג|יא}}}}. | ||
== | == דרויסנדיגע לינקס == | ||
* {{בנתיב האמוראים|251}} | * {{בנתיב האמוראים|251}} | ||
* {{תנאים ואמוראים|1033}} | * {{תנאים ואמוראים|1033}} | ||
שורה 28: | שורה 28: | ||
{{מיון רגיל:פרנך}} | {{מיון רגיל:פרנך}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אמוראי ארץ ישראל: דריטער דור]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:תלמידים פון רבי יוחנן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | [[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | ||
[[he:רבי פרנך]] | [[he:רבי פרנך]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:23, 24 יולי 2024
רבי פַּרְנָךְ איז געווען אן אמורא אינעם דריטן דור פון ארץ ישראל'דיגער אמוראים, א תלמיד פון רבי יוחנן.
פערזענליכקייט
עס זענען נישט באקאנט קיינע ביאגראפישע דעטאלן איבער רבי פרנך. ער ווערט בעיקר דערמאנט אין תלמוד בבלי, און אלץ זאגט ער דארט נאך מימרות אין נאמען פון זיין רבי[1], רבי יוחנן. אין תלמוד ירושלמי זאגט ער נאך א מימרא בשם רבי חנינא - פונעם לעצטן דור תנאים און ערשטן דור ארץ-ישראל'דיגער אמוראים; און אויך א מימרא בשם רב מתנה - פונעם צווייטן דור בבלי'שער אמוראים.
זיין זון, חזקיה בריה דרבי פרנך, איז אויך געווען אן אמורא, און די גמרא סוף מסכת ברכות ברענגט פון אים א מימרא בשם רבי יוחנן[2].
אין חז"ל[3] ווערט דערמאנט רבי יצחק בר פרנך, צו וועמען מען איז מייחס דעם מסכת חיבוט הקבר (אויך גערופן: "פרק מגיהנם לרבי יצחק בן פרנך")[4], און ער איז מעגליך נאך א זון פון רבי פרנך[1].
מימרות
רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן עטליכע הלכות און אויך אגדתא מימרות. צוויי מאל אין ש"ס ווערט געברענגט זיין מימרא בשם רבי יוחנן ”האוחז ספר תורה ערום נקבר ערום”[5] - דער וואס כאפט אן א ספר תורה "נאקעט", אן די מענטעלע, ווערט באגראבן "נאקעט", דאס הייסט אן די מצוה וואס ער האט דאן געטון מיט דער ספר תורה. דערפון ווערט טאקע גע'פסק'נט אין הלכה אז מ'טאר נישט אנכאפן קיין ספר תורה אן קיין מענטעלע[6], וואס ווערט פאררופן אין די פוסקים אלס דער איסור פון רבי פרנך. אויך ווערט צוויי מאל געברענגט זיין הלכה בשם רבי יוחנן אז די שדרה פונעם לולב דארף זיין א טפח העכער פונעם הדס[7].
אין תלמוד ירושלמי ווערט געברענגט אן אנדער מימרא איבערן הייעך פונעם לולב, און אויך איבערן הייעך פונעם אזוב צו רייניגן א מצורע, אדער צו רייניגן א טמא מת - וואס רבי פרנך האט נאכגעזאגט פון רב מתנה, אין נאמען פון רבי יוסף בריה דרב מנשיא, אין נאמען פון רב[8].
נאך א מימרא זאגט ער נאך פון רבי יוחנן אז אין יאר פונעם "חנוכת המקדש" ביים ערשטן בית המקדש, האבן די אידן נישט געפאסט יום כיפור[9]. באקאנט איז דער מאמר וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן:
כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם, שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם.
"יעדער וואס איז א תלמיד חכם, און זיין זון איז א תלמיד חכם, און זיין זונ'ס זון איז א תלמיד חכם - וועט די תורה זיך מער קיינמאל אפהאקן פון זיינע דורות."
אין מדרש ווערן עטליכע מאל געברענגט מאמרים וואס ער האט נאכגעזאגט פון רבי יוחנן[10]. אין ירושלמי זאגט ער נאך בשם רבי חנינא, אז "הלל הגדולה" איז קאפיטל קל"ו אין תהילים[11].
דרויסנדיגע לינקס
- הרב יהודה אדרי, "רבי פרנך", בנתיב האמוראים, ירושלים תש"מ, עמ' 248, אויף אוצר החכמה (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן)
- רבי אהרן היימאן, "רבי פרנך", תולדות תנאים ואמוראים ג, לאנדאן, תר"ע, עמ' 1033
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 רבי אברהם ווילנער, "פרקי חבוט הקבר", רב פעלים, אות ח'
- ↑ ברכות סג, א
- ↑ מסכת כלה רבתי, פרק ג', הלכה א'
- ↑ [אויסקלארונג פארלאנגט]אוצר מדרשים - פרק מגיהנם לר׳ יצחק בן פרנך; אוצר מדרשים - מסכת חבוט הקבר
- ↑ שבת יד, א און מגילה לב, א
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן קמ"ז, סעיף א'
- ↑ סוכה לב, ב און נדה כו, א
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת סוכה, פרק ג', הלכה א', לויט ווי ערקלערט אין פירוש אור לישרים (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ מועד קטן ט, א
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ג, פסקה י', מדרש תנחומא פרשת משפטים פיסקא י"ז, און מדרש תנחומא פרשת ראה פיסקא ח'
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת פסחים, פרק ה', הלכה ז' און תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק ג', הלכה י"א