אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אליהו שטערנבוך"
ק (החלפת טקסט – "[[אברהם דוד הורוויץ" ב־"[[רבי אברהם דוד הורוויץ") |
ק (החלפת טקסט – "רבי חיים יעקב יוסף טויבער" ב־"רבי חיים יעקב יוסף טויבער") |
||
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
שורה 5: | שורה 5: | ||
}} | }} | ||
הרב '''אליהו שטערנבוך''' ([[כ"ד חשון]] תרצ"ב - כ"א תמוז תשע"ז) איז געווען דער ראב"ד פון קהילת "[[מחזיקי הדת]]" אין [[אנטווערפן אידנטום|אנטווערפן]]. ער איז א ברודער פון [[רבי משה שטערנבוך]], ראש בית דין פון דער [[עדה החרדית]] אין ירושלים, הרב דוב שטערנבוך פון געיטסהעד, רביצין שולמית, ווייב פון רבי חיים יעקב אריאלי, רביצין יהודית, ווייב פון הרב [[משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק]], און רביצין רחל, ווייב פון הרב הדיין [[חנוך ערנטרוי]] פון לאנדאן. | הרב '''אליהו שטערנבוך''' ([[כ"ד חשון]] תרצ"ב - כ"א תמוז תשע"ז) איז געווען דער ראב"ד פון קהילת "[[מחזיקי הדת]]" אין [[אנטווערפן אידנטום|אנטווערפן]]. ער איז א ברודער פון [[רבי משה שטערנבוך]], ראש בית דין פון דער [[עדה החרדית]] אין ירושלים, הרב דוב שטערנבוך פון געיטסהעד, רביצין שולמית, ווייב פון רבי חיים יעקב אריאלי, רביצין יהודית, ווייב פון הרב [[משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק]], און רביצין רחל, ווייב פון הרב הדיין [[רבי חנוך ערנטרוי (לאנדאן)|רבי חנוך ערנטרוי]] פון לאנדאן. | ||
==ביאגראפיע== | ==ביאגראפיע== | ||
שורה 14: | שורה 14: | ||
==משפחה== | ==משפחה== | ||
*הרב אשר חיים, רב בית המדרש אוהל יעקב און מו"צ קהילת מחזיקי הדת אין [[אנטווערפן]], איידעם פון רבי דוד שפיגל, דער רבי פון [[דאמבראווא (חסידות)| אסטראווא-קאלושין]] אין [[סידערהוירסט]] [[ניו יארק]] איידעם פון הרה"ק [[רבי אברהם אבא לייפער]], דער פריערדיגער פיטסבורג'ער רבי. זיין איידעם איז הרב [[יצחק יהושע העשיל פרידמאן]], [[סאדיגורא (חסידות)|סאדיגורער]] רבי. | *הרב אשר חיים, רב בית המדרש אוהל יעקב און מו"צ קהילת מחזיקי הדת אין [[אנטווערפן]], איידעם פון רבי דוד שפיגל, דער רבי פון [[דאמבראווא (חסידות)| אסטראווא-קאלושין]] אין [[סידערהוירסט]] [[ניו יארק]] איידעם פון הרה"ק [[רבי אברהם אבא לייפער]], דער פריערדיגער פיטסבורג'ער רבי. זיין איידעם איז הרב [[יצחק יהושע העשיל פרידמאן]], [[סאדיגורא (חסידות)|סאדיגורער]] רבי. | ||
*הרב אליעזר ר"מ ישיבת עץ חיים באבוב, איידעם פון רבי חיים יעקב יוסף טויבער דער [[דיין]] פון קהל באבוב אין [[בארא פארק]] און אן איידעם פון הרה"ק [[רבי שלמה האלבערשטאם (ב)]] דער [[באבוב (חסידות)|באבאווער]] רבי. | *הרב אליעזר ר"מ ישיבת עץ חיים באבוב, איידעם פון [[רבי חיים יעקב יוסף טויבער]] דער [[דיין]] פון קהל באבוב אין [[בארא פארק]] און אן איידעם פון הרה"ק [[רבי שלמה האלבערשטאם (ב)]] דער [[באבוב (חסידות)|באבאווער]] רבי. | ||
*הרב ברוך, רב פון דער [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניצער]] קהילה אין בראכפעלד, [[מודיעין עילית]] און אן איידעם פון [[רבי מנחם ערנסטער]], וויזשניצער [[ראש ישיבה]] און איידעם פון הרה"ק [[רבי משה יהושע האגער]] דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון [[בני ברק]]. | *הרב ברוך, רב פון דער [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניצער]] קהילה אין בראכפעלד, [[מודיעין עילית]] און אן איידעם פון [[רבי מנחם ערנסטער]], וויזשניצער [[ראש ישיבה]] און איידעם פון הרה"ק [[רבי משה יהושע האגער]] דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון [[בני ברק]]. | ||
*הרב שלמה, ר"מ ישיבת באבוב ירושלים, איידעם פון הרב משה שלאס. | *הרב שלמה, ר"מ ישיבת באבוב ירושלים, איידעם פון הרב משה שלאס. |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 08:20, 24 יאנואר 2024
געבורט | כ"ד חשון תרצ"ב |
---|---|
טויט | כ"א תמוז תשע"ז (אלט: 85) |
הרב אליהו שטערנבוך (כ"ד חשון תרצ"ב - כ"א תמוז תשע"ז) איז געווען דער ראב"ד פון קהילת "מחזיקי הדת" אין אנטווערפן. ער איז א ברודער פון רבי משה שטערנבוך, ראש בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים, הרב דוב שטערנבוך פון געיטסהעד, רביצין שולמית, ווייב פון רבי חיים יעקב אריאלי, רביצין יהודית, ווייב פון הרב משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק, און רביצין רחל, ווייב פון הרב הדיין רבי חנוך ערנטרוי פון לאנדאן.
ביאגראפיע
הרב אליהו איז געבוירן געווארן אין לאנדאן צו אשר און דבורה שטערנבוך, טאכטער פון הרב שלמה זלמן פינעס, מחבר ספר "פנס שלמה" און אן אייניקל פונעם ווילנער גאון. ער איז געווען א תלמיד פון רבי משה שניידער אין זיין ישיבה תורת אמת אין לאנדאן, ענגלאנד, וואו ער האט געלערנט אינאיינעם מיט רבי טוביה ווייס, אב בית דין פון דער עדה החרדית אין ירושלים. אויך האט ער געלערנט אין דער געיטסהעדער ישיבה און אין ישיבת חברון אין ירושלים. אין אלול תשט"ז האט ער געהייראט מרים (-כ"ה אייר תשע"ה), די איינציגע טאכטער פון ברוך האגער, סערעטער רבי פון חיפה.
אין תשכ"ב האט מען אים באשטימט ראב"ד פון דער מחזיקי הדת קהילה אין אנטווערפן. ער איז נפטר געווארן אין ירושלים שבת פ' פינחס, כ"א תמוז תשע"ז.
משפחה
- הרב אשר חיים, רב בית המדרש אוהל יעקב און מו"צ קהילת מחזיקי הדת אין אנטווערפן, איידעם פון רבי דוד שפיגל, דער רבי פון אסטראווא-קאלושין אין סידערהוירסט ניו יארק איידעם פון הרה"ק רבי אברהם אבא לייפער, דער פריערדיגער פיטסבורג'ער רבי. זיין איידעם איז הרב יצחק יהושע העשיל פרידמאן, סאדיגורער רבי.
- הרב אליעזר ר"מ ישיבת עץ חיים באבוב, איידעם פון רבי חיים יעקב יוסף טויבער דער דיין פון קהל באבוב אין בארא פארק און אן איידעם פון הרה"ק רבי שלמה האלבערשטאם (ב) דער באבאווער רבי.
- הרב ברוך, רב פון דער וויזשניצער קהילה אין בראכפעלד, מודיעין עילית און אן איידעם פון רבי מנחם ערנסטער, וויזשניצער ראש ישיבה און איידעם פון הרה"ק רבי משה יהושע האגער דער פריערדיגער וויזשניצער רבי פון בני ברק.
- הרב שלמה, ר"מ ישיבת באבוב ירושלים, איידעם פון הרב משה שלאס.
- הרב ישראל ר"מ ישיבת שערי תורה ירושלים, איידעם פון רבי ברוך לייב ראבינאוויטש, ביאלער רבי פון לאנדאן.
- מרת רחל, די ווייב פון רבי פנחס שלום אייכנשטיין אב"ד חודרוב, זון פון רבי יהושע העשיל זידיטשויבער רבי פון שיקאגא און איידעם פון הרה"ק רבי אברהם דוד הורוויץ אב"ד שטראסבורג און א דיין אין עדה החרדית.
- מרת רבקה, די ווייב פון רבי שמואל יצחק בארנשטיין, סאכאטשאווער רבי אין בית וגן.
- מרת נעמי, די ווייב פון הרב אהרן אויערבאך, אן אייניקל פון רבי שלמה זלמן אויערבאך.
- מרת אסתר, די ווייב פון הרב לייביש ראבינאוויטש, זון פון ביאלער רבי פון לוגאנא.
- מרת חיה, בזיווג ראשון ווייב פון יוסף קאליש, אמשינאווער רבי אין בארא פארק, און בזיווג שני די ווייב פון רבי חיים יוסף פייג פון מאנסי.
- מרת יוכבד, די ווייב פון רבי משה סטעמפל, א מגיד שיעור אין ירושלים און אן אייניקל פון הרה"ק דער קדושת ציון פון באבוב.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!