אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יארן ג'ק' - ג'קצ"ט"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "({{היברובוקס|{{אוצר החכמה\|)(.*?)עמוד=(.*?)}}" ב־"$1$2page=$3}}") |
(תיקון קישור לפירושונים) |
||
| (איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן) | |||
| שורה 14: | שורה 14: | ||
* '''ג'קל"א''' – [[הושע בן בארי]] האט אנגעהויבן [[נביא|נבואה]] זאגן אין די יארן | * '''ג'קל"א''' – [[הושע בן בארי]] האט אנגעהויבן [[נביא|נבואה]] זאגן אין די יארן | ||
* '''ג'ק"מ''' – [[עמוס]] הייבט אן נבואה זאגן{{הערה|{{תנ"ך|עמוס|א|א}}}} | * '''ג'ק"מ''' – [[עמוס]] הייבט אן נבואה זאגן{{הערה|{{תנ"ך|עמוס|א|א}}}} | ||
* '''ג'קמ"ב''' – עוזיהו וויל מקטיר זיין [[קטורת]] ווי א [[כהן]], און ער ווערט | * '''ג'קמ"ב''' – עוזיהו וויל מקטיר זיין [[קטורת]] ווי א [[כהן]], און ער ווערט [[קרעץ|קרעציג]]; עס קומט פאר אן [[ערדציטערניש]], און [[ישעיהו הנביא]] הייבט אן נבואה זאגן אין זעלבן טאג{{הערה|{{תנ"ך|ישעיהו|ו|א}}}}. | ||
*'''ג'קנ"ד''' – [[זכריהו בן ירבעם]] קעניגט אויף [[מלכות ישראל]] פאר זעקס חדשים | *'''ג'קנ"ד''' – [[זכריהו בן ירבעם]] קעניגט אויף [[מלכות ישראל]] פאר זעקס חדשים | ||
*'''ג'קנ"ה''' – [[שלום בן יבש]] ברענגט אום זכריהו בן ירבעם, און קעניגט אויף מלכות ישראל פאר איין חודש | *'''ג'קנ"ה''' – [[שלום בן יבש]] ברענגט אום זכריהו בן ירבעם, און קעניגט אויף מלכות ישראל פאר איין חודש | ||
| שורה 48: | שורה 48: | ||
==צו ליינען מער== | ==צו ליינען מער== | ||
* {{ | * {{צ-בוך|מחבר=אברהם עקביא|נאמען=סדרי זמנים לפי המסרת|מקום הוצאה=תל אביב|שנת הוצאה=תש"ג|עמ=150|קישור=https://www.daat.ac.il/daat/vl/sidreyzmanim/sidreyzmanim06.pdf#page=13}} | ||
==רעפערענצן== | ==רעפערענצן== | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 21:10, 24 יולי 2024
יארן ג'ק' (3100) - ג'קצ"ט (3199) האבן זיך אנגעהויבן, לויט דער כראנאלאגיע באזירט אויף סדר עולם רבה, 2686 יאר צוריק און האבן זיך געענדיגט 2587 יאר צוריק.
די יארן ווערן דא גערעכנט לויטן ציילונג באניצט אין סדר הדורות און אין אנדערע ספרים אויף אידישע כראנאלאגיע. זיי רעכענען אדם הראשון הראשון איז באשאפן געווארן ראש שנה שנת 0, און שנת א' האט זיך אנגעהויבן ווען ער איז געווען איין יאר אלט. די רעכענונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ו), נעמט אן אז אדם הראשון איז באשאפן געווארן ראש השנה שנת ב' לבריאת העולם, און שנת א' האט אנטהאלטן בלויז די ערשטע פינף טעג פון ששת ימי בראשית. לויט דער רעכענונג דארף מען צולייגן צוויי יאר צו די חשבונות[1].
געשעענישן
- ג'ק'[2], י' תשרי[3] – זכריה בן יהוידע, דער כהן גדול און א נביא, ווערט אומגעברענגט אין בית המקדש אויפ'ן באפעל פון קעניג יהואש
- ג'ק"א – יואש בן יואחז קעניגט אויף מלכות ישראל, אויפן ארט פון זיין פארשטארבענעם פאטער
- ג'ק"א – יהואש מלך יהודה ווערט אומגעברענגט דורך זיינע קנעכט, שלאפנדיג אויף זיין בעט
- ג'ק"ב – אמציה בן יהואש קעניגט אויף מלכות יהודה
- ג'קי"א – עמוס הייבט אן נבואה זאגן
- ג'קי"ג – אמציה מלך יהודה זיגט אין זיין מלחמה קעגן אדום
- ג'קי"ד – ירבעם בן יואש ווערט געקרוינט אויף מלכות ישראל, אין לעבן פון זיין טאטן
- ג'קט"ז – עוזיהו קעניגט אויף מלכות יהודה, נאך ביים לעבן פון זיין טאטן אמציה
- ג'קל"א – הושע בן בארי האט אנגעהויבן נבואה זאגן אין די יארן
- ג'ק"מ – עמוס הייבט אן נבואה זאגן[4]
- ג'קמ"ב – עוזיהו וויל מקטיר זיין קטורת ווי א כהן, און ער ווערט קרעציג; עס קומט פאר אן ערדציטערניש, און ישעיהו הנביא הייבט אן נבואה זאגן אין זעלבן טאג[5].
- ג'קנ"ד – זכריהו בן ירבעם קעניגט אויף מלכות ישראל פאר זעקס חדשים
- ג'קנ"ה – שלום בן יבש ברענגט אום זכריהו בן ירבעם, און קעניגט אויף מלכות ישראל פאר איין חודש
- ג'קנ"ה – מנחם בן גדי ברענגט אום שלום בן יבש, און קעניגט אויף מלכות ישראל
- ג'קס"ה – פקחיה בן מנחם קעניגט אויף מלכות ישראל, אויפן ארט פון זיין פארשטארבענעם פאטער
- ג'קס"ז – פקח בן רמליהו ברענגט אום פקחיהו, און קעניגט אויף מלכות ישראל
- ג'קס"ח – יותם בן עוזיהו קעניגט אויף מלכות יהודה
- ג'קס"ח – מיכה הייבט אן נבואה זאגן
- ג'קפ"ד – אחז קעניגט אויף מלכות יהודה, נאך די פטירה פון זיין פאטער
- ג'קפ"ד – פקח בן רמליהו און רצין מלך ארם קומען מלחמה האלטן מיט אחז מלך יהודה און באלאגערן ירושלים
- ג'קפ"ו – אחז שיקט בעטן הילף פון תגלת-פלאסר דער קעניג פון אשור, וועלכער פארכאפט דמשק און ברענגט אום רצין, און פארטרייבט די שבטים זבולון און נפתלי אין גלות
- ג'קפ"ז – הושע בן אלה ברענגט אום פקח בן רמליהו, און קעניגט אויף מלכות ישראל
- ג'קצ"ה – די אידן פון עבר הירדן (שבט גד, שבט ראובן, און האלב שבט מנשה) ווערן פארטריבן אין גלות דורך תגלת-פלאסר דער קעניג פון אשור
געבוירן
נפטר געווארן
- ג'ק' – זכריה בן יהוידע
- ג'ק' – יואחז בן יהוא מלך ישראל
- ג'ק"א – יהואש מלך יהודה
- ג'ק"י – אלישע הנביא
- ג'קט"ז – יואש (מלך ישראל) בן יואחז מלך ישראל
- ג'ק"ל – אמציה מלך יהודה
- ג'קנ"ד – ירבעם בן יואש מלך ישראל
- ג'קנ"ה – זכריהו בן ירבעם, שלום בן יבש
- ג'קס"ה – מנחם בן גדי מלך ישראל
- ג'קס"ז – פקחיה בן מנחם מלך ישראל, עוזיהו מלך יהודה
- ג'קפ"ד – יותם מלך יהודה
- ג'קפ"ז – פקח בן רמליהו
צו ליינען מער
- אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 150
רעפערענצן
- ↑ זעט: אברהם עקביא, סדרי זמנים לפי המסרת, תל אביב, תש"ג, עמ' 4. פארהאן נאך צדדים אין דעם, זעט: רבי אברהם ישעיהו קארעליץ, חזון איש, אורח חיים, סימן ק"מ, ס"ק ג'.
- ↑ לויט די מפרשים אויף דברי הימים ב' כד, אז יהואש איז אומגעברענגט געווארן א יאר דערויף. פון קהלת רבה, פרשה ג', פסקה כ' קומט אויס אז עס איז פארגעקומען ג'פ"ו.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת תענית, פרק ד', הלכה ה'.
- ↑ עמוס א, א.
- ↑ ישעיהו ו, א.
| ►► | ג'ק' - ג'קצ"ט | ◄◄ |