אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נפתלי ראובן קארנרייך"
אין תקציר עריכה |
(פארברייטערט, צוגעלייגט מקור) |
||
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{אדמו"ר2 | {{אדמו"ר2 | ||
|נאמען= נפתלי ראובן קארנרייך | |נאמען= נפתלי ראובן קארנרייך | ||
|טיטל= | |טיטל= קאסוב-וויזשניצער רבי | ||
|בילד= | |בילד= | ||
|באשרייבונג= | |באשרייבונג= | ||
|עיקר חיבור= | |עיקר חיבור= | ||
|געבורט דאטום= [[י"א חשוון]] [[ה'תשי"ד]] | |געבורט דאטום= [[י"א חשוון]] [[ה'תשי"ד]] | ||
|געבורט ארט= [[ניו יארק]], [[פאראייניגטע שטאטן]] | |געבורט ארט= [[ניו יארק]], [[פאראייניגטע שטאטן]] | ||
|חסידות= | |חסידות= קאסוב-וויזשניץ | ||
|הויף ארט= [[בית שמש]] | |הויף ארט= [[בית שמש]] | ||
|נומער אין דינאסטיע= 1 | |נומער אין דינאסטיע= 1 | ||
שורה 23: | שורה 23: | ||
}} | }} | ||
רבי '''נפתלי ראובן קארנרייך''' ( | רבי '''נפתלי ראובן קארנרייך''' (געבוירן [[י"א חשוון]] [[ה'תשי"ד]]), איז דער [[וויזשניץ (חסידות)#קאסוב-וויזשניצער צווייג|קאסוב-וויזשניצער]] רבי. | ||
==לעבנסגעשיכטע== | ==לעבנסגעשיכטע== | ||
רבי נפתלי ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תשי"ד אין [[ברוקלין]] צו זיינע עלטערן רבי צבי אלימלך קארנרייך און מרת שרה, טאכטער פון רבי ראובן הורוויץ. ער איז א [[צאנז (חסידות)|צאנזער]] אייניקל. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער [[טשעבינער ישיבה]], און שוין דארט האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א תלמיד חכם וואס זיצט און האראוועט. דורכאויס זיינע יארן אין ישיבה איז ער פארהערט געווארן ביי פארשידענע רביס און רבנים. נאך אלס חתן האט ער געקריגט שוין זיין [[היתר הוראה]] פון די גרעסטע | רבי נפתלי ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תשי"ד אין [[ברוקלין]] צו זיינע עלטערן רבי צבי אלימלך קארנרייך און מרת שרה, טאכטער פון רבי ראובן הורוויץ. ער איז א [[צאנז (חסידות)|צאנזער]] אייניקל. אלס קינד האט ער געלערנט אין [[באבוב (חסידות)|באבורער]] תלמוד תורה{{הערה|{{צ-זשורנאל|שלמה ניימאן|אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס|קינדער שריפט|235|66|שנת הוצאה=סוכות תשפ"ד}}}}. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער [[טשעבינער ישיבה]], און שוין דארט האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א תלמיד חכם וואס זיצט און האראוועט. דורכאויס זיינע יארן אין ישיבה איז ער פארהערט געווארן ביי פארשידענע רביס און רבנים. נאך אלס חתן האט ער געקריגט שוין זיין [[היתר הוראה]] פון די גרעסטע | ||
באוואוסטע רבנים ווי [[רבי יצחק יעקב ווייס]] און [[רבי משה האלבערשטאם]]. | באוואוסטע רבנים ווי [[רבי יצחק יעקב ווייס]] און [[רבי משה האלבערשטאם]]. | ||
שורה 35: | שורה 35: | ||
שפעטער איז רבי נפתלי ראובן אריבערגעצויגן וואוינען אין דער זידלונג [[תל ציון]] נעבן [[ירושלים]], וואו איז ער נתמנה געווארן אלס ארטיגער רב, אין דער צייט, נאך און נאך מענטשן וואס זענען געווען באצויבערט פון זיין גוטער פערזענליכקייט זענען געווארן זיינע אנהענגערס און האבן אים אנגענומען אלס זייער פירער אין אלע הינזיכטן. | שפעטער איז רבי נפתלי ראובן אריבערגעצויגן וואוינען אין דער זידלונג [[תל ציון]] נעבן [[ירושלים]], וואו איז ער נתמנה געווארן אלס ארטיגער רב, אין דער צייט, נאך און נאך מענטשן וואס זענען געווען באצויבערט פון זיין גוטער פערזענליכקייט זענען געווארן זיינע אנהענגערס און האבן אים אנגענומען אלס זייער פירער אין אלע הינזיכטן. | ||
נאך דער פטירה פון זיין שווער דער סערעטער רבי אין תמוז ה'תשע"ה, און מיט דער אונטערשטיצונג פון די משפחה מיטגלידער, במעמד פון גדולי ישראל און פילע חסידים, איז ער געקרוינט געווארן אלס " | נאך דער פטירה פון זיין שווער דער סערעטער רבי אין תמוז ה'תשע"ה, און מיט דער אונטערשטיצונג פון די משפחה מיטגלידער, במעמד פון גדולי ישראל און פילע חסידים, איז ער געקרוינט געווארן אלס "קאסוב-וויזשניצער" רבי. | ||
נאכדעם וואס די קהילה פון זיינע תלמידים און אנהעגערס האט זיך צימליך פארברייטערט, האט ער זיך באזירט אין [[בית שמש]], דארט וואו זיינע געמיינדע ענטוויקלט זיך ווייטער. צוזעצליך, האט ער געעפענט א ישיבה וואו עס זיצן און האראווען צענדליגע בחורים. | נאכדעם וואס די קהילה פון זיינע תלמידים און אנהעגערס האט זיך צימליך פארברייטערט, האט ער זיך באזירט אין [[בית שמש]], דארט וואו זיינע געמיינדע ענטוויקלט זיך ווייטער. צוזעצליך, האט ער געעפענט א ישיבה וואו עס זיצן און האראווען צענדליגע בחורים. | ||
שורה 41: | שורה 41: | ||
==קינדער== | ==קינדער== | ||
*מרת אסתר, ווייב פון רבי שלום צבי, זון פון [[רבי משה סופר (ירושלים)|משה סופר]], [[ערלוי]]ער רב פון ירושלים. | *מרת אסתר, ווייב פון רבי שלום צבי, זון פון [[רבי משה סופר (ירושלים)|משה סופר]], [[ערלוי]]ער רב פון ירושלים. | ||
*מרת געלא מלכה, ווייב פון רבי איתמר, זון פון [[רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים]], [[ | *מרת געלא מלכה, ווייב פון רבי איתמר, זון פון [[רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים]], [[קרעטשניף (חסידות)|קרעטשניפער]] רבי פון [[רחובות]]. | ||
*רבי ברוך, האט געהייראט מרת יוכבד ברכה, טאכטער פון [[רבי אליעזר זאב ראזנבוים]], [[נאדווארנא (חסידות)|נאדווארנער]] רבי פון בני ברק. | *רבי ברוך, האט געהייראט מרת יוכבד ברכה, טאכטער פון [[רבי אליעזר זאב ראזנבוים]], [[נאדווארנא (חסידות)|נאדווארנער]] רבי פון בני ברק. | ||
*רבי יהודא זאב, האט געהייראט מרת צירל עטל, טאכטער פון רבי חיים דוב שטערן, רב פון [[סקולען (חסידות)|סקולענער]] חסידים אין בני ברק, און איידעם פון [[רבי ישראל אברהם פארטוגאל]], דער סקולענער רבי. | *רבי יהודא זאב, האט געהייראט מרת צירל עטל, טאכטער פון רבי חיים דוב שטערן, רב פון [[סקולען (חסידות)|סקולענער]] חסידים אין בני ברק, און איידעם פון [[רבי ישראל אברהם פארטוגאל]], דער סקולענער רבי. | ||
שורה 48: | שורה 48: | ||
*מרת מרים, ווייב פון רבי שמעון, זון פון רבי יוסף משה, זון פון [[רבי מרדכי שטיין]], דער פאלטישאנער רבי פון [[בארא פארק]]. | *מרת מרים, ווייב פון רבי שמעון, זון פון רבי יוסף משה, זון פון [[רבי מרדכי שטיין]], דער פאלטישאנער רבי פון [[בארא פארק]]. | ||
*רבי שלום עוזר, האט געהייראט מרת שלאמצא, טאכטער פון [[ראפשיץ (חסידות)|ראפשיצער]] רבי, און אייניקל פון רבי שמעלקא רובין, דער געוועזענער סוליצער רבי פון [[פאר ראקעוועי]]. | *רבי שלום עוזר, האט געהייראט מרת שלאמצא, טאכטער פון [[ראפשיץ (חסידות)|ראפשיצער]] רבי, און אייניקל פון רבי שמעלקא רובין, דער געוועזענער סוליצער רבי פון [[פאר ראקעוועי]]. | ||
==רעפערענצן== | |||
{{רעפערענצן}} | |||
{{DEFAULTSORT: קארנרייך, נפתלי ראובן}} | {{DEFAULTSORT: קארנרייך, נפתלי ראובן}} | ||
[[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]] | [[קאַטעגאָריע:אדמורי"ם אין ארץ ישראל|װ]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויזשניצער אדמורי"ם|נפתלי ראובן]] | [[קאַטעגאָריע:וויזשניצער אדמורי"ם|נפתלי ראובן]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[HE:הרב נפתלי ראובן קורנרייך]] | [[HE:הרב נפתלי ראובן קורנרייך]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:06, 1 אויגוסט 2024
געבורט |
י"א חשוון ה'תשי"ד ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן | ||
---|---|---|---|
טעטיגקייט אָרט | בית שמש | ||
דינאסטיע | קאסוב-וויזשניץ | ||
קינדער |
אסתר סופר געלא מלכה ראזנבוים ברוך קארנרייך יהודא זאב קארנרייך ישראל קארנרייך חנה רייזל קרויז מרים שטיין שלום עוזר קארנרייך | ||
|
רבי נפתלי ראובן קארנרייך (געבוירן י"א חשוון ה'תשי"ד), איז דער קאסוב-וויזשניצער רבי.
לעבנסגעשיכטע
רבי נפתלי ראובן איז געבוירן אין יאר ה'תשי"ד אין ברוקלין צו זיינע עלטערן רבי צבי אלימלך קארנרייך און מרת שרה, טאכטער פון רבי ראובן הורוויץ. ער איז א צאנזער אייניקל. אלס קינד האט ער געלערנט אין באבורער תלמוד תורה[1]. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער טשעבינער ישיבה, און שוין דארט האט ער זיך ערווארבן א נאמען פון א תלמיד חכם וואס זיצט און האראוועט. דורכאויס זיינע יארן אין ישיבה איז ער פארהערט געווארן ביי פארשידענע רביס און רבנים. נאך אלס חתן האט ער געקריגט שוין זיין היתר הוראה פון די גרעסטע באוואוסטע רבנים ווי רבי יצחק יעקב ווייס און רבי משה האלבערשטאם.
אין יאר ה'תשל"ד, האט ער געהייראט מרת רחל, די עלטסטע טאכטער פון הרה"ק רבי אליעזר האגער, דער פריערדיגער סערעט וויזשניצער רבי פון חיפה.
פאר א סאך יארן האט ער געדינט אלס רב פון דער סערעטער געמיינדע אין דער שטאט בני ברק, וואו איז ער געווען בארומט און באוואונדערט ביי זיינע צוהערער און אנהענגערס זייער שטארק. און נאך יארן איידער איז ער געווארן רבי, צוליב זיין ווייזהייט און קלוגשאפט פלעגן פילע מענטשן שטראמן צו אים מיט פערזענליכע פראגן אום זיך צו קאנסולטירן מיט אים און באקומען עצות און ברכות.
שפעטער איז רבי נפתלי ראובן אריבערגעצויגן וואוינען אין דער זידלונג תל ציון נעבן ירושלים, וואו איז ער נתמנה געווארן אלס ארטיגער רב, אין דער צייט, נאך און נאך מענטשן וואס זענען געווען באצויבערט פון זיין גוטער פערזענליכקייט זענען געווארן זיינע אנהענגערס און האבן אים אנגענומען אלס זייער פירער אין אלע הינזיכטן.
נאך דער פטירה פון זיין שווער דער סערעטער רבי אין תמוז ה'תשע"ה, און מיט דער אונטערשטיצונג פון די משפחה מיטגלידער, במעמד פון גדולי ישראל און פילע חסידים, איז ער געקרוינט געווארן אלס "קאסוב-וויזשניצער" רבי.
נאכדעם וואס די קהילה פון זיינע תלמידים און אנהעגערס האט זיך צימליך פארברייטערט, האט ער זיך באזירט אין בית שמש, דארט וואו זיינע געמיינדע ענטוויקלט זיך ווייטער. צוזעצליך, האט ער געעפענט א ישיבה וואו עס זיצן און האראווען צענדליגע בחורים.
קינדער
- מרת אסתר, ווייב פון רבי שלום צבי, זון פון משה סופר, ערלויער רב פון ירושלים.
- מרת געלא מלכה, ווייב פון רבי איתמר, זון פון רבי מנחם אליעזר זאב ראזנבוים, קרעטשניפער רבי פון רחובות.
- רבי ברוך, האט געהייראט מרת יוכבד ברכה, טאכטער פון רבי אליעזר זאב ראזנבוים, נאדווארנער רבי פון בני ברק.
- רבי יהודא זאב, האט געהייראט מרת צירל עטל, טאכטער פון רבי חיים דוב שטערן, רב פון סקולענער חסידים אין בני ברק, און איידעם פון רבי ישראל אברהם פארטוגאל, דער סקולענער רבי.
- רבי ישראל, האט געהייראט מרת חוה רויזא, טאכטער פון רבי יוסף דוד טייטלבוים, דער סאסאווער רבי.
- מרת חנה רייזל, ווייב פון רבי מאיר דוב בער, זון פון רבי שמואל דוד קרויז, אב"ד אודווארי ברוקלין.
- מרת מרים, ווייב פון רבי שמעון, זון פון רבי יוסף משה, זון פון רבי מרדכי שטיין, דער פאלטישאנער רבי פון בארא פארק.
- רבי שלום עוזר, האט געהייראט מרת שלאמצא, טאכטער פון ראפשיצער רבי, און אייניקל פון רבי שמעלקא רובין, דער געוועזענער סוליצער רבי פון פאר ראקעוועי.
רעפערענצן
- ↑ שלמה ניימאן, "אשרי ילדותינו: די קינדער יארן פון אונזערע רבי'ס", קינדער שריפט 235, סוכות תשפ"ד, עמ' 66
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!