אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אפרים קציר"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=Israeli scientist, 4th president of Israel (1916-2009)|העב=נשיאה הרביעי של מדינת ישראל|דייטש=israelischer Biophysiker und Politiker|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = Israeli scientist, 4th president of Israel (1916-2009)|העב=נשיאה הרביעי של מדינת ישראל|דייטש=israelischer Biophysiker und Politiker|}}
'''אפרים קציר (קאטשאלסקי)''' ([[16טן מאי]] [[1916]] - [[30סטן מאי]] [[2009]]) איז געווען א [[מדינת ישראל]]'דיגער [[ביאפיזיק]]ער, און דער פערטער [[פרעזידענט]] פון [[מדינת ישראל]], ער האט געווינען מערערע פרעמיעס פאר זיינע אויפטוען דורך ישראלדיקע ארגאניזאציעס.
'''אפרים קציר (קאטשאלסקי)''' ([[16טן מאי]] [[1916]] - [[30סטן מאי]] [[2009]]) איז געווען א [[מדינת ישראל]]'דיגער [[ביאפיזיק]]ער, און דער פערטער [[פרעזידענט]] פון [[מדינת ישראל]], ער האט געווינען מערערע פרעמיעס פאר זיינע אויפטוען דורך ישראלדיקע ארגאניזאציעס.


שורה 21: שורה 21:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:אפרים קציר]]
[[he:אפרים קציר]]
[[קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 13:33, 5 יולי 2024

אפרים קציר (קאטשאלסקי) (16טן מאי 1916 - 30סטן מאי 2009) איז געווען א מדינת ישראל'דיגער ביאפיזיקער, און דער פערטער פרעזידענט פון מדינת ישראל, ער האט געווינען מערערע פרעמיעס פאר זיינע אויפטוען דורך ישראלדיקע ארגאניזאציעס.

ביאגראפיע

קציר איז געבוירן 1916 אפרים קאטשאלסקי אין שטאט קיעוו, אין דער דעמאלסטיגער רוסלענדישער אימפעריע, היינט אין אוקראינע. נאך דער ערשטער וועלט מלחמה איז די משפחה צוריק קיין לאדזש, פוילן, וואו די משפחה האט געוואוינט איידער די קריג האט אויסגעבראכן. אין די 1920ער יארן, האט זיין משפחה געמאכט עליה און געקומען קיין ארץ ישראל.

ער האט זיך אנגעשלאסן אין דער הגנה, און זייענדיג א פיזיקער, האט זיין ארבעט דארט זיך בעיקר געשטעלט אויף אזעלכע פעלדער. זיין ברודער אהרן קציר, אויך א פיזיקער, איז אומגעקומען אין א טעראר אטאקע דורכגעפירט דורך יאפאנעזער, אין דעם טערמינאל פון בן גוריון פליפעלד.

אין מערץ 1973, האט די מפא"י אים אויפגענומען אלס זייער קאנדידאט פאר פרעזידענט, נאכן געווינען די נאמינאציע קעגן יצחק נבון. ער האט געווינען די אפשטימונג אין כנסת, קעגן אפרים אויערבאך, און געווארן דער פערטער פרעזידענט פון מדינת ישראל.

נאכן ענדיגן זיין ערשטע קאדענציע אין 1978 האט ער רעזיגנירט, און צוריק אויף זיין פארש ארבעט אין פיזיק. ער האט אויפגעשטעלט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט א ביאטעכנאלאגיע אפטיילונג, ווי אויך אין דעם ווייצמאן אינסטיטוט פאר וויסנשאפט, וואו ער האט געגרינדעט די אפטיילונג נאך פארן ערוויילט ווערן פרעזידענט.

אין מאי 2009 איז ער געשטארבן, און ער איז באגראבן געווארן אין רחובות, לויט זיין צוואה, און נישט אויף הר הרצל אין ירושלים מיט די פירער פון די פאלק.


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!