אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שארם אל שייך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (דעסקריפציע)
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(איין צווישנדיגע ווערסיע פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש=city in South Sinai, Egypt|העב=עיר במצרים|דייטש=ägyptische Stadt im Gouvernement Sinai Süd|}}
{{דעסקריפציע||ענגליש = city in South Sinai, Egypt|העב=עיר במצרים|דייטש=ägyptische Stadt im Gouvernement Sinai Süd|}}
{{coord|27|51|N|34|16|E}}
{{coord|27|51|N|34|16|E}}
[[בילד:8 A resort in Sharm El Sheikh.jpg|קליין|מרכז|שארם א-שייח'-שארם-על-שך]]
[[בילד:8 A resort in Sharm El Sheikh.jpg|קליין|מרכז|שארם א-שייח'-שארם-על-שך]]
שורה 19: שורה 19:
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:שארם א-שייח']]
[[he:שארם א-שייח']]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:21, 26 אקטאבער 2023

27°51′N 34°16′E / 27.850°N 34.267°E / 27.850; 34.267 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

טעקע:8 A resort in Sharm El Sheikh.jpg
שארם א-שייח'-שארם-על-שך

שארם־על־שייך איז א שטאט אין סיני האלבאינזל, עגיפטן. עס געפונט זיך אין דרום, ביי דעם אילת איינגאס פון ים סוף. געפונט זיך נאנט צו טיראן דורכגאס, וואס איז געווען דער גורם פארן אויסבראך פון דער זעקסטאגיגער מלחמה, צווישן ישראל און עגיפטן, נאכדעם וואס גאמאל אבדול נאסער, האט פארארדנט דאס פארמאכן דעם דורכגאס פאר ישראלדיקע שיפן.

דער פרעזידענט פון עגיפטן האלט א פאלאץ אין שטאט, וואו אויסלענדישע פירער קומען אפט מאל אלס גאסט, צו קאנפערירן מיטן פרעזידענט, ווי אויך קומען פאר דארט אינטערנאציאנאלע קאנפערענצן. אין שארם אל שייך וואוינען 35,000 איינוואוינער.

היסטאריע

אנהייב איז שארם אל שייך געווען א קליין דארף פון פישערס, שפעטער געווארן א וויכטיגער פלאץ פארן עגיפטישן ים פלאט. ביי דער סיני מלחמה האט ישראל איינגענומען די שטאט, אבער צה"ל האט צוריקגעטרעטן, און ארויס פון סיני. ביי דער זעקסטאגיגער מלחמה, האט ישראל צוריק איינגענומען די שטאט, און שפעטער אויפגעשטעלט דארט פארשידענע באזעס, פון ים פלאט, און פון די לופט קרעפטן, און א לופטפעלד פאר מיליטערישע און ציווילע געברויכן. ביי די ענטעבע אפעראציע, זענען די מיליטערישע פליגערס אפגעפלויגן פון דארט. ביי דער יום כיפור מלחמה איז די שטאט געווען פון די ערשטע אטאקירט צו ווערן דורך עגיפטן.

ישראל האט אפגעגעבן די געגנט ביים שלום אפמאך אין 1982. עגיפטן האט באקומען שארם אל שייך גאנצערהייט, און האט צוגעבויט, צו דער גרויסקייט ווי עס איז היינט.

טוריזם

פון ווען ישראל איז געווען איז שוין אויפגעשטעלט געווארן אן אינפראסטרוקטור פאר טוריסטן, און אסאך מענטשן קומען דארט, בעיקר פון אייראפע, די שטאט האט געשעפטן, האטעלן און פארוויילונגס ערטער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!