אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לישב בסוכה"
אין תקציר עריכה |
|||
(29 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{ | {{דעסקריפציע|ברכה אויף די מצוה פון זיצן אין סוכה}} | ||
{{חלונית | {{חלונית | ||
| ניקוד = כן | | ניקוד = כן | ||
שורה 19: | שורה 19: | ||
| איבערזעצונג = געלויבט ביזטו ה' אונזער ג-ט, קעניג פון דער וועלט, וואס האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצוות און אונז באפוילן צו זיצן אין די סוכה. | | איבערזעצונג = געלויבט ביזטו ה' אונזער ג-ט, קעניג פון דער וועלט, וואס האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצוות און אונז באפוילן צו זיצן אין די סוכה. | ||
}} | }} | ||
די ראשונים ערקלערן אז טראץ וואס די מצוה פון סוכה איז מען מקיים נישט בלויז מיטן זיצן, נאר מיט אלע פעולות וואס א מענטש איז געוואוינט צו טון אין זיין שטוב, האבן די חכמים באשטימט צו מאכן די ברכה מיטן לשון "לישב", ווי עס ווערט אנגערופן אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|כג|מב}}}}: {{ציטוטון|בַּסֻּכֹּת '''תֵּשְׁבוּ''' שִׁבְעַת יָמִים}}{{הערה|שם=רמפר|1=ספר הפרדס עמ' קצ"ח; {{בבלי|פסחים|ז|א|מפרש=רמב"ן}}}}{{הערה|{{רמב"ם|סוכה|ו|יב|מפרש=הגהות מיימוניות}}, אות ק', בשם רבינו שמחה; {{רמב"ם|סוכה|ו|יב|מפרש=מגיד משנה}}.|שם=תשבו}}, וואס טייטשט "וואוינען"{{הערה|שם=רמפר}}, אדער זיך אויפהאלטן{{הערה|פירוש התפילות והברכות לרבי יהודה בר יקר, חלק ב' עמ' ס'; רא"ש סוכה פ"ד סימן ג'; רבינו ירוחם, אדם נתיב ח' חלק ב'; {{טור|אורח חיים|תרמג}}.}}. פון רמב"ם זעט מען אבער אז "לישב" טייטשט זיצן ממש, ווייל דער עיקר מצוה ווערט אויסגעפירט מיט דעם וואס מען זעצט זיך אוועק{{הערה|{{רמב"ם|סוכה|ו|יב}}, לויט ב"ח און ט"ז סימן תרמ"ג; זעט ווייטער איבער דעם [[#אופן פון מאכן די ברכה|אופן פון מאכן די ברכה]].}}. | |||
=== לעשות סוכה === | === לעשות סוכה === | ||
שורה 37: | שורה 39: | ||
די ראשונים ערקלערן דעם חילוק פון סוכה און מצה, וואס דארט איז יעדער מודה אז מען מאכט נאר דעם ערשטן נאכט די ברכה, וויבאלד א מענטש קען אנגיין די אנדערע טעג פון פסח אן עסן מצה, דורכ'ן עסן רייז וכדומה, אנדערש ווי ביי סוכה וואס א מענטש מוז שלאפן{{הערה|{{בבלי|שבועות|כה|א}}: אין אדם יכול לעמוד בלא שינה ג' ימים}}, דעריבער מוז ער על כרחו שלאפן און פארברענגען אין סוכה{{הערה|בעל המאור, סוף מסכת פסחים}}. | די ראשונים ערקלערן דעם חילוק פון סוכה און מצה, וואס דארט איז יעדער מודה אז מען מאכט נאר דעם ערשטן נאכט די ברכה, וויבאלד א מענטש קען אנגיין די אנדערע טעג פון פסח אן עסן מצה, דורכ'ן עסן רייז וכדומה, אנדערש ווי ביי סוכה וואס א מענטש מוז שלאפן{{הערה|{{בבלי|שבועות|כה|א}}: אין אדם יכול לעמוד בלא שינה ג' ימים}}, דעריבער מוז ער על כרחו שלאפן און פארברענגען אין סוכה{{הערה|בעל המאור, סוף מסכת פסחים}}. | ||
אנדערע מאכן דעם חילוק, אז ביי מצה איז מען בכלל נישט מקיים קיין מצות עשה ווען מ'עסט דאס אין די אנדערע טעג, נאר א לא תעשה פון נישט עסן חמץ, דעריבער קען מען נישט זאגן "וציונו על אכילת מצה". ווידעראום ביי סוכה, כאטש מען איז פטור פון עסן, איז אבער א חיוב צו זיצן אין סוכה יעדעס מאל וואס מען עסט און מען איז דערמיט מקיים א מצות עשה פון ישיבת סוכה{{הערה|{{היברובוקס|רבי יעקב עטלינגער|בנין ציון החדשות|1122|סימן מ"ו| | אנדערע מאכן דעם חילוק, אז ביי מצה איז מען בכלל נישט מקיים קיין מצות עשה ווען מ'עסט דאס אין די אנדערע טעג, נאר א לא תעשה פון נישט עסן חמץ, דעריבער קען מען נישט זאגן "וציונו על אכילת מצה". ווידעראום ביי סוכה, כאטש מען איז פטור פון עסן, איז אבער א חיוב צו זיצן אין סוכה יעדעס מאל וואס מען עסט און מען איז דערמיט מקיים א מצות עשה פון ישיבת סוכה{{הערה|מהרי"ל הלכות סוכה, געברענגט אין מגן אברהם סוף סימן תרל"ט (זעט אבער יד אפרים, דארט, וועלכער לערנט אביסל אנדערש פשט); {{היברובוקס|רבי יעקב עטלינגער|בנין ציון החדשות|1122|סימן מ"ו|page=24}}. זעט אויך תשובות הרשב"א ח"ג סימן רפ"ז, און אין מבוא צו מחזור המפורש זייט 32, וואו ער לערנט פשט אין רשב"א לויט {{היברובוקס|רבי יוסף ענגיל|אתוון דאורייתא|14543|כלל י"א|page=54}}.}}. | ||
===ראשונים=== | ===ראשונים=== | ||
איבער ווען מען מאכט די ברכה איז פארהאן א מחלוקת אין [[ראשונים]]: | איבער ווען מען מאכט די ברכה איז פארהאן א מחלוקת אין [[ראשונים]]: | ||
* לויט '''רוב ראשונים''' איז סוכה דער זעלבער ווי תפילין, און יעדע מאל וואס א מענטש גייט אריין אין סוכה, אויך אויב ער פלאנט נישט צו טון דערין גארנישט אויסער זיצן, מאכט ער 'לישב בסוכה'. אזוי שרייבן [[בעל הלכות גדולות]], [[רב האי גאון]]{{הערה|אין א תשובה, געברענגט אין רבינו מנוח הל' סוכה פ"ו ה"ט, רא"ש, {{טור|אורח חיים|תרלט|אן=חלק}}, און נאך: "מנהג ידוע הוא שהנכנס בחג לסוכת חברו לבקרו אף על פי שאינו שותה ואוכל בה חייב לברך לישב בסוכה".}}, [[רי"ף]]{{הערה|{{רי"ף|סוכה|כב|א}}: "ואסיקנא, דכל שעה שנכנס לישב בה מברך לישב בסוכה".}}, [[רמב"ם]]{{הערה|שם=רמבם|<!-- {{רמב"ם|סוכה|ו|יב}}, נישט באנוצט ווייל טעקסט אויף שיתופתא איז נישט מסודר -->[https://rambam.alhatorah.org/Full/Shofar_veSukkah_veLulav/6.12 הלכות סוכה פ"ו, הי"ב]: "כל זמן שיכנס לישב בסוכה, כל שבעה, מברך קודם שישב: אשר קידשנו במצוותיו וציונו לישב בסוכה"}}, יראים, רבינו שמחה, רוקח, ראבי"ה, ריטב"א{{הערה|שם=ריטב"א|{{בבלי|סוכה|מה|ב|מפרש=ריטב"א}}}}{{ביאור|דער ריטב"א ברענגט נאך צוויי שיטות: א) שכל עת שקובע עצמו לעשות בה אחד מדברים אלו, כמו אכילה, שינה, שינון וכיוצא בהן, הוי כהנחה דתפלין וחייב לברך אף על פי שלא יצא משם. ב) מברך בכל יום פעם אחת בכניסה ראשונה. זעט אויך של"ה, מסכת סוכה, נר מצוה אות ו, אז איינער וואס איז אינגאנצן נישט מסיח דעת פון סוכה דארף מאכן די ברכה איינמאל א טאג, און דער {{שלחן ערוך|אורח חיים|תרלט|מפרש=מגן אברהם|אן=חלק}} ס"ק י"ז, קריגט דערויף.}}, אורחות חיים בשם רא"ה, מחזור ויטרי, פסקי הרי"ד, רי"ץ גיאת, מאירי, ספר הנייר, שיבולי הלקט און נאך. | * לויט '''רוב ראשונים''' איז סוכה דער זעלבער ווי תפילין, און יעדע מאל וואס א מענטש גייט אריין אין סוכה, אויך אויב ער פלאנט נישט צו טון דערין גארנישט אויסער זיצן, מאכט ער 'לישב בסוכה'. אזוי שרייבן [[בעל הלכות גדולות]], [[רב האי גאון]]{{הערה|אין א תשובה, געברענגט אין רבינו מנוח הל' סוכה פ"ו ה"ט, רא"ש, {{טור|אורח חיים|תרלט|אן=חלק}}, און נאך: "מנהג ידוע הוא שהנכנס בחג לסוכת חברו לבקרו אף על פי שאינו שותה ואוכל בה חייב לברך לישב בסוכה".}}, [[רי"ף]]{{הערה|{{רי"ף|סוכה|כב|א}}: "ואסיקנא, דכל שעה שנכנס לישב בה מברך לישב בסוכה".}}, [[רמב"ם]]{{הערה|שם=רמבם|<!-- {{רמב"ם|סוכה|ו|יב}}, נישט באנוצט ווייל טעקסט אויף שיתופתא איז נישט מסודר -->[https://rambam.alhatorah.org/Full/Shofar_veSukkah_veLulav/6.12 הלכות סוכה פ"ו, הי"ב]: "כל זמן שיכנס לישב בסוכה, כל שבעה, מברך קודם שישב: אשר קידשנו במצוותיו וציונו לישב בסוכה"}}, יראים, רבינו שמחה, רוקח, ראבי"ה{{הערה|סימן תרמ"ד}}, ריטב"א{{הערה|שם=ריטב"א|{{בבלי|סוכה|מה|ב|מפרש=ריטב"א}}}}{{ביאור|דער ריטב"א ברענגט נאך צוויי שיטות: א) שכל עת שקובע עצמו לעשות בה אחד מדברים אלו, כמו אכילה, שינה, שינון וכיוצא בהן, הוי כהנחה דתפלין וחייב לברך אף על פי שלא יצא משם. ב) מברך בכל יום פעם אחת בכניסה ראשונה. זעט אויך של"ה, מסכת סוכה, נר מצוה אות ו, אז איינער וואס איז אינגאנצן נישט מסיח דעת פון סוכה דארף מאכן די ברכה איינמאל א טאג, און דער {{שלחן ערוך|אורח חיים|תרלט|מפרש=מגן אברהם|אן=חלק}} ס"ק י"ז, קריגט דערויף.}}, אורחות חיים בשם רא"ה, מחזור ויטרי, פסקי הרי"ד, רי"ץ גיאת, מאירי{{הערה|1={{בבלי|סוכה|מו|א|מפרש=מאירי}}|שם=מאירי}}, ספר הנייר, שיבולי הלקט{{הערה|סימן שמ"ו}} און נאך. | ||
::די ראשונים מערקן אן אז אפילו לויט די שיטה, פעלט אויס א יציאה גמורה צו ווערן מחויב נאכאמאל מיט א ברכה, אבער אויב גייט מען ארויס עפעס ברענגען לצורך סעודה{{הערה| | ::די ראשונים מערקן אן אז אפילו לויט די שיטה, פעלט אויס א יציאה גמורה צו ווערן מחויב נאכאמאל מיט א ברכה, אבער אויב גייט מען ארויס עפעס ברענגען לצורך סעודה{{הערה|שם=מאירי}}, אדער צו רעדן מיט א חבר{{הערה|שם=ריטב"א}} איז עס נישט קיין הפסק צו דארפן מאכן נאך א ברכה. לויט אייניגע, דארף מען איבערמאכן די ברכה אפילו ווען מ'איז בלויז ארויס פאר א קורצע וויילע, צו ברענגען צרכי סעודה{{הערה|שם=מאירי}}, אדער צו רעדן מיט א חבר{{הערה|{{רמב"ם|סוכה|ו|יב|מפרש=רבינו מנוח}}}}. | ||
* פון דער אנדערער זייט האלט דער '''[[רבינו תם]]''' אז מען מאכט נאר א ברכה ביים עסן און יעדע אנדערע באנוץ איז א טפל לגבי אכילה, און זיי ווערן אלע גע'פטר'ט מיט די ברכה ביים עסן{{הערה|תוס' ר"י שירליאון [https://he.wikisource.org/wiki/תוספות_רבינו_יהודה_שירליאון#דף_יא_עמ'_ב ברכות יא, ב]; געברענגט אין רא"ש און טור סי' תרל"ט בשמו}}. ווי דער שיטה האלטן אויך [[רב יהודאי גאון]], [[בעל העיטור]], [[תוספות]] אין ברכות{{הערה|שם=תוסברכ|{{בבלי|ברכות|יא|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=שכבר}}}}{{ביאור|פון {{בבלי|סוכה|מה|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=אחד}}: "…כל אימת דנכנס לה כדי שיאכל וישתה וישן ואפילו עשר פעמים ביום מברך אכל אחת ואחת…" איז משמע אז אויך אויף שלאף מאכט מען, און ס'איז נישט קלאר אויב אויך אויף אכילת ארעי. דער מגדל עוז און ר"י עייאש אין לחם יהודה (אויף דער רמב"ם דארט) לערנען בדעת התוספות אז אויך איינער וואס גייט אריין צו לערנען מאכט א ברכה, און נאר איינער וואס גייט אריין סתם זיך צו זוימען דארט מאכט נישט. דער {{שולחן ערוך|אורח חיים|תרלט|מפרש=טורי זהב|אן=חלק}}, סק"כ, האלט אז דעת התוס' איז ווי דעת הרי"ף און רמב"ם אז מען מאכט אויך אויף בלויז וויילן, און אזוי איז משמע פון בית יוסף.}} און נאך. דער רא"ש{{הערה|שם=רא"ש|פסקי הרא"ש [https://shitufta.org.il/Rosh_on_Sukkah/4?selectedunittext=2 סוכה פ"ד סי' ג]}}, מגיד משנה{{הערה|דארט=רמבם|[https://rambam.alhatorah.org/Dual/Maggid_Mishneh/Shofar_veSukkah_veLulav/6.12 מגיד משנה דארט]}}, מרדכי{{הערה|מרדכי, סוכה, תשס"ה}}, און [[ריא"ז]]{{הערה|[https://shitufta.org.il/Shiltei_HaGiborim_on_Sukkah/22a?selectedunittext=5 שלטי הגיבורים ג]}} שרייבן אז אזוי פירט מען זיך למעשה. | * פון דער אנדערער זייט האלט דער '''[[רבינו תם]]''' אז מען מאכט נאר א ברכה ביים עסן און יעדע אנדערע באנוץ איז א טפל לגבי אכילה, און זיי ווערן אלע גע'פטר'ט מיט די ברכה ביים עסן{{הערה|תוס' ר"י שירליאון [https://he.wikisource.org/wiki/תוספות_רבינו_יהודה_שירליאון#דף_יא_עמ'_ב ברכות יא, ב]; געברענגט אין רא"ש און טור סי' תרל"ט בשמו}}. ווי דער שיטה האלטן אויך [[רב יהודאי גאון]], [[בעל העיטור]], [[תוספות]] אין ברכות{{הערה|שם=תוסברכ|{{בבלי|ברכות|יא|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=שכבר}}}}{{ביאור|פון {{בבלי|סוכה|מה|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=אחד}}: "…כל אימת דנכנס לה כדי שיאכל וישתה וישן ואפילו עשר פעמים ביום מברך אכל אחת ואחת…" איז משמע אז אויך אויף שלאף מאכט מען, און ס'איז נישט קלאר אויב אויך אויף אכילת ארעי. דער מגדל עוז און ר"י עייאש אין לחם יהודה (אויף דער רמב"ם דארט) לערנען בדעת התוספות אז אויך איינער וואס גייט אריין צו לערנען מאכט א ברכה, און נאר איינער וואס גייט אריין סתם זיך צו זוימען דארט מאכט נישט. דער {{שולחן ערוך|אורח חיים|תרלט|מפרש=טורי זהב|אן=חלק}}, סק"כ, האלט אז דעת התוס' איז ווי דעת הרי"ף און רמב"ם אז מען מאכט אויך אויף בלויז וויילן, און אזוי איז משמע פון בית יוסף.}} און נאך. דער רא"ש{{הערה|שם=רא"ש|פסקי הרא"ש [https://shitufta.org.il/Rosh_on_Sukkah/4?selectedunittext=2 סוכה פ"ד סי' ג]}}, מגיד משנה{{הערה|דארט=רמבם|[https://rambam.alhatorah.org/Dual/Maggid_Mishneh/Shofar_veSukkah_veLulav/6.12 מגיד משנה דארט]}}, מרדכי{{הערה|מרדכי, סוכה, תשס"ה}}, און [[ריא"ז]]{{הערה|[https://shitufta.org.il/Shiltei_HaGiborim_on_Sukkah/22a?selectedunittext=5 שלטי הגיבורים ג]}} שרייבן אז אזוי פירט מען זיך למעשה. | ||
==== ברכה אויף שלאפן ==== | |||
דער רבינו תם ערקלערט די סיבה פארוואס לויט זיין שיטה מאכט מען נישט אויף שלאפן, כאטש וואס דאס איז נאך הארבער ווי עסן אינעם זין אז שינת ארעי איז אויך מחויב בסוכה אנדערש ווי אכילת ארעי, וויבאלד למעשה איז עסן דער עיקר{{ביאור|און דאס וואס שינת ארעי איז מחויב בסוכה איז צוליב די טעמים פון גמרא ({{בבלי|סוכה|כו|א}}), שמא תחטפנו שינה און ער וועט שלאפן א שינת קבע, אדער וויבאלד א מענטש באגענוגט זיך מיט א שינת ארעי.}}. תוספות געבט אן די סיבה, אז אפשר וועט ער נישט קענען איינשלאפן און ס'וועט זיין א ברכה לבטלה{{הערה|שם=תוסברכ}}{{הערה|אזוי שרייבט אויך דער רא"ש; זעט אליה רבה או"ח סימן רל"ט וואו ער שרייבט דער חילוק צווישן דעם ברכה און [[המפיל]], וואו מען איז מען נישט חושש אויף דעם}}. | |||
פארהאן ראשונים וואס ברענגען בשם רבינו תם ביידע תירוצים אלס איינס, אז מ'האט געמאכט אן עיקר פון די עסן כדי אז דאס זאל פטר'ן אלעס אריינגערעכנט שלאפן, אויף וואס מ'קען נישט מאכן צוליב א חשש ברכה לבטלה{{הערה|תלמידי רבינו יונה, [https://shitufta.org.il/Rabbeinu_Yonah_on_Berakhot/6a?selectedunittext=1 ברכות ו, א]}}. למעשה איז דער חשש ברכה לבטלה נישט להלכה, און אויב מען האט פארגעסן צו מאכן א לישב ביים עסן מאכט מען פאר'ן שלאפן{{הערה|סידור הגריעב"ץ, סעיף כ"ג}}, אזוי אויך אויב איינער גייט שלאפן צו [[#אין חבר'ס סוכה|זיין חבר'ס סוכה]] (לויט'ן שיטה אז ס'ווערט נישט גע'פטר'ט פון די ברכה אין די אייגענע סוכה){{הערה|שם=שועהר|{{שוע הרב|אורח חיים|תרלט|יד|טו|אן=חלק}}}}. | |||
איינער פון די אחרונים ענטפערן אז אנדערש ווי עסן וואס איז דער עיקר קיום המצוה, איז אבער שלאפן בלויז ווי א לא־תעשה נישט צו שלאפן אינדרויסן פון סוכה, דעריבער מאכט מען נישט קיין ברכה דערויף{{הערה|{{רמב"ם|סוכה|ו|ב|מפרש=צפנת פענח}}}}. | |||
===פסק=== | ===פסק=== | ||
כאטש דער [[בית יוסף]] פסק'נט געווענליך ווי דער רי"ף און דער רמב"ם קעגן די בעלי התוספות, אבער אין דעם פאל פסק'נט ער אין שולחן ערוך ווי דער רבינו תם{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרלט|ח|אן=חלק}}: "נהגו שאין מברכין על הסוכה אלא בשעת אכילה".}}, און אזוי פסק'נט אויך דער רמ"א. מערסטנס [[תימנ'ער אידן]] פירן זיך אבער ווי די שיטה פון רוב ראשונים{{הערה|{{היברובוקס|2=פעולת צדיק|3=1716|4=חלק א', סימן נט| | כאטש דער [[בית יוסף]] פסק'נט געווענליך ווי דער רי"ף און דער רמב"ם קעגן די בעלי התוספות, אבער אין דעם פאל פסק'נט ער אין שולחן ערוך ווי דער רבינו תם{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרלט|ח|אן=חלק}}: "נהגו שאין מברכין על הסוכה אלא בשעת אכילה".}}, און אזוי פסק'נט אויך דער רמ"א. מערסטנס [[תימנ'ער אידן]] פירן זיך אבער ווי די שיטה פון רוב ראשונים{{הערה|{{היברובוקס|2=פעולת צדיק|3=1716|4=חלק א', סימן נט|page=63}}}}, און אזוי האבן אויך גע'פסק'נט איינצלנע אשכנז'ישע פוסקים: דער [[ווילנער גאון]]{{הערה|ביאור הגר"א; [[S:מעשה רב הלכות סוכה#ריח|מעשה רב אות ריח]]}} און [[חזון איש]]{{הערה|ארחות רבינו ב, עמ' רכ"ה}}. | ||
דער משנה ברורה, נאכ'ן ברענגען דעם פסק פון די אחרונים ווי דער רבינו תם, לייגט ער צו א רעקאמענדאציע אויך יוצא צו זיין די שיטה פון די ראשונים און נישט וויילן אין די סוכה אן א ברכה. אויך אויב וויל מען נישט גלייך מאכן די סעודה, זאל מען גלייך ביים קומען פון שול מאכן א לישב בסוכה אויף מער ווי א כביצה פון די חמשת מיני דגן, און שפעטער ביים סעודה זאל מען נישט מאכן{{הערה|{{משנה ברורה|תרלט|מו}}}}. | דער משנה ברורה, נאכ'ן ברענגען דעם פסק פון די אחרונים ווי דער רבינו תם, לייגט ער צו א רעקאמענדאציע אויך יוצא צו זיין די שיטה פון די ראשונים און נישט וויילן אין די סוכה אן א ברכה. אויך אויב וויל מען נישט גלייך מאכן די סעודה, זאל מען גלייך ביים קומען פון שול מאכן א לישב בסוכה אויף מער ווי א כביצה פון די חמשת מיני דגן, און שפעטער ביים סעודה זאל מען נישט מאכן{{הערה|{{משנה ברורה|תרלט|מו}}}}. | ||
===מנהג אשכנז=== | ===מנהג אשכנז=== | ||
צוויי הויפט שיטות זענען דא צווישן די [[אשכנזים|אשכנזישע]] פוסקים: '''א)''' יעדע אכילה וואס מען [[עסן אין סוכה|איז מחויב צו עסן אין סוכה]] וויבאלד עס ווערט גערעכנט ווי אן אכילת קבע, דארף מען מאכן פארדעם די ברכה 'לישב בסוכה'{{הערה|אזוי איז די מסקנא פון {{משנה ברורה|תרלט|מו}} (זעט שער הציון, פד)}}. '''ב)''' נאר ווען מען עסט א שיעור וואס האט עפעס א קביעות סעודה מאכט מען א ברכה, אבער פאר מער פון א כביצה אן קביעות סעודה, כאטש ס'איז חייב בסוכה מאכט מען נאכנישט קיין ברכה. ביישפיל פאר פעלער וואס האבן עפעס א קביעות סעודה און מען מאכט א ברכה: דער וואס עסט פת הבאה בכיסנין מיט די קאווע אינדערפרי מער פון א כביצה{{הערה|מאמר מרדכי תרלט, ג}}. אזוי אויך דאס וואס מען עסט נאך קידוש כדי ס'זאל זיין במקום סעודה{{הערה|שערי תשובה ה}}. דער משנה ברורה שרייבט אז דער מנהג איז צו מאכן אויף מער ווי א כביצה אויך אָן א צד פון קביעות סעודה, כאטש עס וואלט | צוויי הויפט שיטות זענען דא צווישן די [[אשכנזים|אשכנזישע]] פוסקים: '''א)''' יעדע אכילה וואס מען [[עסן אין סוכה|איז מחויב צו עסן אין סוכה]] וויבאלד עס ווערט גערעכנט ווי אן אכילת קבע, דארף מען מאכן פארדעם די ברכה 'לישב בסוכה'{{הערה|אזוי איז די מסקנא פון {{משנה ברורה|תרלט|מו}} (זעט שער הציון, פד)}}. '''ב)''' נאר ווען מען עסט א שיעור וואס האט עפעס א קביעות סעודה מאכט מען א ברכה, אבער פאר מער פון א כביצה אן קביעות סעודה, כאטש ס'איז חייב בסוכה מאכט מען נאכנישט קיין ברכה. ביישפיל פאר פעלער וואס האבן עפעס א קביעות סעודה און מען מאכט א ברכה: דער וואס עסט פת הבאה בכיסנין מיט די קאווע אינדערפרי מער פון א כביצה{{הערה|מאמר מרדכי תרלט, ג}}. אזוי אויך דאס וואס מען עסט נאך קידוש כדי ס'זאל זיין במקום סעודה{{הערה|שערי תשובה ה}}. דער משנה ברורה שרייבט אז דער מנהג איז צו מאכן אויף מער ווי א כביצה אויך אָן א צד פון קביעות סעודה, כאטש עס וואלט כדאי געווען זיך צוריקצוהאלטן צוליב [[ספק ברכות להקל]], און כדי ארויסצוגיין פון ספק רעקאמענדירט ער צו בלייבן וויילן א שטיקל צייט אין די סוכה, כדי אז די ברכה זאל נישט זיין בלויז אויף די אכילה{{הערה|{{משנה ברורה|תרלט|טז}}}}. | ||
===מנהג ספרד=== | ===מנהג ספרד=== | ||
לויט דער [[בן איש חי]]{{הערה|בן איש חי האזינו ח}} מאכט מען 'לישב בסוכה' נאר אויף א זאך וואס איז 'המוציא' און מ'איז מחויב דאס צו עסן אין סוכה, צ.ב.ש. ברויט גרעסער ווי א כביצה, אדער פת הבאה בכיסנין כשיעור קביעות סעודה וואס דאן מאכט מען אויך 'המוציא'. | לויט דער [[בן איש חי]]{{הערה|בן איש חי [[שית:Ben_Ish_Hai,_Halachot_1st_Year,_Ha'Azinu/8|הלכות א, האזינו ח]]}} מאכט מען 'לישב בסוכה' נאר אויף א זאך וואס איז 'המוציא' און מ'איז מחויב דאס צו עסן אין סוכה, צ.ב.ש. ברויט גרעסער ווי א כביצה, אדער פת הבאה בכיסנין כשיעור קביעות סעודה וואס דאן מאכט מען אויך 'המוציא'. | ||
לויט פילע, אויך איינער וואס עסט א מזונות געקעכטס, ווי לאקשן, בשיעור קביעות סעודה, כאטש די ברכה איז 'מזונות', מאכט א לישב בסוכה{{הערה|שואל ונשאל חלק ג' סימן צ"ה און סימן קס"ה; חזון עובדיה עמ' קלו; יחוה דעת א, סה}}. אזוי איז למעשה געווארן אנגענומען ביי די [[ספרדים|ספרד'ישע]] פוסקים, און איז געווארן דער מנהג יוצאי ספרד. | לויט פילע, אויך איינער וואס עסט א מזונות געקעכטס, ווי לאקשן, בשיעור קביעות סעודה, כאטש די ברכה איז 'מזונות', מאכט א לישב בסוכה{{הערה|שואל ונשאל חלק ג' סימן צ"ה און סימן קס"ה; חזון עובדיה עמ' קלו; יחוה דעת א, סה}}. אזוי איז למעשה געווארן אנגענומען ביי די [[ספרדים|ספרד'ישע]] פוסקים, און איז געווארן דער מנהג יוצאי ספרד. | ||
לויט'ן [[רבי אברהם בן מרדכי הלוי|גינת ורדים]] מאכט מען א 'לישב' אויך אויף פת הבאה בכיסנין פון א שיעור גרעסער ווי א כביצה, אבער למעשה זענען נישטא קיין ספרדים וואס פירן זיך ווי אים. | לויט'ן [[רבי אברהם בן מרדכי הלוי|גינת ורדים]] מאכט מען א 'לישב' אויך אויף פת הבאה בכיסנין פון א שיעור גרעסער ווי א כביצה, אבער למעשה זענען נישטא קיין ספרדים וואס פירן זיך ווי אים. | ||
===וויילן אין סוכה אן עסן=== | ===וויילן אין סוכה אן עסן=== | ||
אין פאל וואס א מענטש ווייסט אז ער וועט נישט עסן אן אכילת קבע אין סוכה א גאנצן טאג, זאגן פיל פוסקים אז ער זאל יא מאכן 'לישב בסוכה' יעדע מאל ער גייט אריין צו זיצן דארט, וויבאלד דאן איז שוין נישט שייך דער טעם אז אלעס איז א טפל צום עסן, דעריבער גייט מען צוריק צום דין הגמרא צו מאכן יעדע מאל מ'גייט אריין זיצן{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרלט|מפרש=טורי זהב|אן=חלק}}, ס"ק כ'; אליה רבה טו; שולחן שלמה יג; {{משנה ברורה|תרלט|מח}}; [[חזון איש]].}}. אנדערע לייגן צו אז א מענטש וואס גייט אריין אין סוכה נישט מיט'ן פלאן צו עסן דאס מאל, זאל ער מאכן א ברכה אויף דאס עצם וויילן דארט{{הערה| | אין פאל וואס א מענטש ווייסט אז ער וועט נישט עסן אן אכילת קבע אין סוכה א גאנצן טאג, זאגן פיל פוסקים אז ער זאל יא מאכן 'לישב בסוכה' יעדע מאל ער גייט אריין צו זיצן דארט, וויבאלד דאן איז שוין נישט שייך דער טעם אז אלעס איז א טפל צום עסן, דעריבער גייט מען צוריק צום דין הגמרא צו מאכן יעדע מאל מ'גייט אריין זיצן{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרלט|מפרש=טורי זהב|אן=חלק}}, ס"ק כ'; אליה רבה טו; שולחן שלמה יג; {{משנה ברורה|תרלט|מח}}; [[חזון איש]].}}. אנדערע לייגן צו אז א מענטש וואס גייט אריין אין סוכה נישט מיט'ן פלאן צו עסן דאס מאל, זאל ער מאכן א ברכה אויף דאס עצם וויילן דארט{{הערה|{{חיי אדם|קמז|טו}} "לכל הדעות" (וואס איז משמע אויך לויט רבינו תם), געברענגט אין {{משנה ברורה|תרלט|מח}}. און אזוי פסק'ענען אז נדברו ט, מו; [[רבי שלמה זלמן אויערבאך]] ווי געברענגט אין ספר הסוכה השלם (פסקים והערות כב).}}. | ||
אבער אנדערע קריגן אויף דעם, מיט'ן טענה אז לויט רבינו תם איז דער דין הגמרא אז מען מאכט בלויז אויף אכילה און עס איז נישט נאר א מנהג{{הערה|{{היברובוקס|רבי מרדכי כרמי|מאמר מרדכי|20231|ח| | אבער אנדערע קריגן אויף דעם, מיט'ן טענה אז לויט רבינו תם איז דער דין הגמרא אז מען מאכט בלויז אויף אכילה און עס איז נישט נאר א מנהג{{הערה|{{היברובוקס|רבי מרדכי כרמי|מאמר מרדכי|20231|ח|page=606}}; און אזוי האלט אויך דער מהרש"ם אין דעת תורה}}. עס ווערט אבער נישט צוגעצייכנט פון וואו דער רבינו תם האט דאס געזען אין גמרא. פילע ספרד'ישע פוסקים דערמאנען דעם סברא{{הערה|זעט כף החיים סימן תרל"ט ס"ק צז}}, און אזוי איז למעשה אנגענומען דער מנהג ספרד אז מען מאכט בלויז אויף א סעודת קבע. | ||
אסאך אשכנזים פירן זיך צו מאכן א סארט פשרה, אז אויב מ'פלאנט נישט צו עסן א שיעור וואס איז מחייב בסוכה, עסט מען א קלייניגקייט פון 'מזונות' אדער וויין וכדומה און מען מאכט די ברכה, וויבאלד רוב ראשונים האלטן אז מ'דארף מאכן אויך אויף סתם וויילן{{הערה|ענליך שטייט אין ערוגת הבושם או"ח קצב, לגבי איינער וואס באזוכט [[#אין חבר'ס סוכה|אין חבר'ס סוכה]]. זעט אויך בסוכות תשבו י, 33, און הליכות שלמה ט, יב, הערה כו.}}. | אסאך אשכנזים פירן זיך צו מאכן א סארט פשרה, אז אויב מ'פלאנט נישט צו עסן א שיעור וואס איז מחייב בסוכה, עסט מען א קלייניגקייט פון 'מזונות' אדער וויין וכדומה און מען מאכט די ברכה, וויבאלד רוב ראשונים האלטן אז מ'דארף מאכן אויך אויף סתם וויילן{{הערה|ענליך שטייט אין ערוגת הבושם או"ח קצב, לגבי איינער וואס באזוכט [[#אין חבר'ס סוכה|אין חבר'ס סוכה]]. זעט אויך בסוכות תשבו י, 33, און הליכות שלמה ט, יב, הערה כו.}}. | ||
=== אין חבר'ס סוכה === | === אין חבר'ס סוכה === | ||
איינער וואס באזוכט זיין חבר'ס סוכה, האלט דער חיי אדם אז ער זאל מאכן א ברכה אויך אויב ער עסט נישט דארט{{הערה|חיי אדם קמז | איינער וואס באזוכט זיין חבר'ס סוכה, האלט דער חיי אדם אז ער זאל מאכן א ברכה אויך אויב ער עסט נישט דארט{{הערה|{{חיי אדם|קמז|כ}}; געברענגט אין {{משנה ברורה|תרלט|מח}}}}, אבער ס'איז בעסער צו טועם זיין עפעס{{הערה|שו"ת ערוגת הבושם, אורח חיים סימן קצ"ב}}. אנדערע זאגן אז ער זאל נישט מאכן נאר אויב ער עסט{{הערה|{{ערוך השולחן|אורח חיים|תרלט|כח}}, און ס'איז משמע אכילה וואס איז מחייב בסוכה.}} אדער ער טוט עפעס וואס איז מחויב בסוכה{{הערה|שם=שועהר}}. דער חיי אדם רעדט אויך נאר אויב גייט ער אריין צום חבר'ס סוכה כדי צו וויילן דארט; אויב אבער ער גייט נאר פאר א פאסיווע זאך, למשל כדי צו אפנעמען א חוב, הייסט ער ווי א [[מתעסק]] מיט זיין וויילן אין סוכה און ער דארף נישט מאכן א ברכה{{הערה|משנה ברורה, שער הציון, ס"ק צג; זעט אויך הליכות שלמה הערה כו}}. | ||
== אופן פון מאכן די ברכה== | == אופן פון מאכן די ברכה== | ||
עס איז פארהאן א מחלוקת הראשונים וויאזוי מען מאכט די | עס איז פארהאן א מחלוקת הראשונים וויאזוי מען מאכט די ברכה. לויט'ן רמב"ם זאל מען שטיין בשעת'ן זאגן די ברכה{{הערה|שם=רמבם}}, וויבאלד דער לשון הברכה איז "צו זיצן אין די סוכה" דארף מען עס מאכן פאר'ן טון{{הערה|{{טור|אורח חיים|תרמג|אן=חלק|מפרש=בית יוסף}}}}, און אזוי פסקנ'ט דער מחבר{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרמג|ב|אן=חלק}}}}, און אזוי פירן זיך די תימנ'ער אידן. ווידעראום לויט'ן [[רבי אברהם בן דוד פון פושקירה|ראב"ד]] און רא"ש{{הערה|שם=רא"ש}} מאכט די ברכה זיצנדיג. דער רא"ש ערקלערט אז תשבו און לישב טייטשן "וויילן", און די מצוה הייבט זיך אן גלייך מיט'ן אריינגיין אין סוכה, און וויבאלד די מצוה גייט אן דורכאויס די צייט וואס ער פארברענגט אין די סוכה, הייסט עס נאך [[עובר לעשייתן]] אויך נאכן זיצן; מען מאכט דעריבער די ברכה נאכן זיך זעצן, ווייל עס האט נאר א קבע ווען מען זעצט זיך צו א סעודה{{ביאור|דער ראב"ד ערקלערט עס ענליך, אז וויבאלד מען זעצט זיך נאר על דעת צו מאכן א סעודה, איז עס נאך ריכטיג עובר לעשייתן ווילאנג מען האט נאכנישט אנגעהויבן עסן.}}. דער רמב"ם איז אויך מודה אז אויב האט מען נישט געמאכט די ברכה בעפארן זיך זעצן זאל מען עס מאכן דערנאך{{הערה|{{רמב"ם|ברכות|יא|ה}}. זעט שו"ת פעולת צדיק, חלק א' סימן נ"ט, אז אין דעם פאל איז דער נוסח הברכה "על ישיבת סוכה"; דער מגיה מערקט דארט אבער אן, אז אין רמב"ם שטייט "לישב בסוכה" אויך אויף דעם אופן.}}. | ||
ווען מען עסט שטייענדיג אין סוכה, איז א מחלוקת האחרונים בדעת הרמב"ם צי מען זאל אינגאנצן נישט מאכן די ברכה{{הערה|{{טור|אורח חיים|תרמג|אן=חלק|מפרש=ב"ח}}}}, אדער מען זאל יא מאכן וויבאלד סוף סוף איז מען אויך אזוי מקיים די מצוה{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תרמג|מפרש=טורי זהב|אן=חלק}}, סק"ב}}. | |||
==סדר פון די ברכות== | |||
לויטן [[מהר"ם מרוטנבורג]] דארף מען מאכן 'לישב בסוכה' בעפאר די ברכה אויפן עסנווארג, וויבאלד דער חיוב ברכה אויפן סוכה איז חל אויפן מענטש גלייך פון ווען ער איז אריין אין סוכה, און נישט נאר פון ווען ער איז צוגעגאנגען עסן. אזוי זעט מען אויך פון רמב"ם, און אזוי איז גע'פסק'נט אין שולחן ערוך{{הערה|{{שולחן ערוך|אורח חיים|תרמג|ג|אן=חלק}}}}. נאך א טעם ווערט דערמאנט אין די ראשונים, ווייל די ברכה פון לישב בסוכה איז א הפסק צווישן די ברכה אויפן עסנווארג און דאס עסן{{הערה|{{בבלי|ברכות|מ|א|מפרש=מאירי}}}}. דער רא"ש שרייבט אבער אז מען פירט זיך צו זאגן קודם די ברכה אויפן עסנווארג, וויבאלד די ברכת הסוכה איז געבינדן אין עסן, ווייל נאר בשעת אכילה מאכט מען די ברכה, קומט אויס אז דאס עסן ברענגט צו אז די ברכה 'לישב בסוכה' זאל געזאגט ווערן. לויט די דעה איז די ברכה אויף די סוכה נישט קיין הפסק, וויבאלד עס איז לצורך האכילה{{הערה|בית יוסף, ב"ח, לבוש און מגן אברהם, סימן תרמ"ג.}}. | |||
דער מנהג ביי די [[אשכנזים]], אידן פון [[מאראקא]], [[טוניזיע]] און רוב [[ספרדים]], איז צו מאכן א ברכה אויף די עסנווארג און דערנאך אויפן סוכה{{הערה|רמ"א אויף {{שולחן ערוך|אורח חיים|תרמג|ב|אן=חלק}} און סעיף ג'. עלי הדס יא, ג.}}. טייל פון די ספרדים פירן זיך אבער, ווי דער פסק פון שולחן ערוך, צו זאגן קודם די ברכת הסוכה און דערנאך דעם ברכת המאכל{{הערה|[[בן איש חי]] [[שית:Ben_Ish_Hai,_Halachot_1st_Year,_Ha'Azinu/5|הלכות א, האזינו ה]]; [[רבי יעקב חיים סופר|כף החיים]]; יחוה דעת חלק ה', סימן מ"ז.}}. | |||
== פארשידענע הלכות == | == פארשידענע הלכות == | ||
=== פארגעסן צו מאכן | === פארגעסן צו מאכן די ברכה === | ||
אויב האט מען פארגעסן צו מאכן 'לישב בסוכה' פארן עסן, קען מען נאך מאכן די ברכה ווילאנג מען האט נאכנישט געענדיגט עסן. אויב האט ער שוין געענדיגט עסן און ער וויל נישט עסן נאך, איז דא וואס זאגן אז אויך דעמאלט קען ער מאכן די ברכה{{הערה|{{משנה ברורה|תרלט|מח}}}}, און אנדערע קריגן{{הערה|יחוה דעת חלק ה', סימן מ"ח}}. | |||
אין | === היסח הדעת וואס פאדערט א נייע ברכה === | ||
אין אַלגעמיין, איז די ברכה חל אויף די גאנצע צייט וואס דער מענטש וויילט אין סוכה, און אויך אויב ער איז ארויס פאר א קלייניגקייט ווי צו טון זיינע באדערפענישן אדער שמועסן מיט א פריינד, דארף ער נישט נאכאמאל מאכן די ברכה ווען ער קערט זיך צוריק{{הערה|שם=מב-תרלט-מז|{{משנה ברורה|תרלט|מז}}}}. אבער אויב איז ער ארויס אויף א לענגערע וויילע (מער פון א שעה), אדער צו א וויכטיגע ציל ווי צום דאווענען אין שול אדער צו זיינע געשעפטן, ווערט ער מחויב מיט נאך א ברכה ווען ער קומט צוריק צום סוכה{{הערה|{{שוע הרב|אורח חיים|תרלט|יד|יג|אן=חלק}}}}. | |||
אין באצוג צו א מענטש וואס האט געוויילט אין סוכה נאכאנאנד פון איין סעודה צו די צווייטע איז אנטשטאנען א מחלוקת צווישן די [[אחרונים]] צי ער זאל איבערמאכן די ברכה פאר די צווייטע סעודה: לויטן ב"ח און ט"ז זאל ער עס זאגן נאכאמאל, ווייל מסתמא האט ער אינזינען געהאט מיט זיין ברכה צו פטר'ן זיין וויילן אין סוכה נאר ביז צו די קומענדע סעודה; לויטן [[לבוש]], [[של"ה]], [[מגן אברהם]], [[שולחן ערוך הרב]] און [[משנה ברורה]]{{הערה|שם=מב-תרלט-מז}} זאל ער נישט מאכן, ווייל ער האט נישט מסיח-דעת געווען פון די סוכה. מען פירט זיך למעשה ווי די צווייטע דעה, ווי דער כלל פון [[ספק ברכות להקל]]{{ביאור|לויטן יעב"ץ און בכורי יעקב זאל מען אבער יא מאכן די ברכה ווען מען איז אינצווישן ארויס אויף א קליינע וויילע פון סוכה, טראץ וואס אין אלגעמיין מאכט מען נישט נאכן זיך צוריק קערן פון אזא ארויסגיין. לויטן [[דרך החיים]] און [[שולחן ערוך הרב]] זאל מען אויך אין אזא אופן נישט איבערמאכן די ברכה.}}. | |||
=== א צווייטע סוכה אינמיטן סעודה === | |||
אויך אין פאל וואס א מענטש גייט אריבער פון זיין סוכה צו א צווייטע, אינמיטן די זעלבע סעודה, איז א מחלוקת צי ער דארף מאכן א 'לישב בסוכה' ווען ער זעצט פאר די סעודה ביי זיין פריינד. די דעה פון מגן אברהם און שולחן ערוך הרב איז אז אן אריבערגאנג פון איין סוכה צו די צווייטע איז מחייב א נייע ברכה אין די סוכה וואס צו איר איז ער אריבער, אויך אויב ער האט אזוי געפלאנט פון פאראויס. לויטן ט"ז און דער [[רבי דוד שלמה אייבשיץ|לבושי שרד]], אויב ווען ער האט געמאכט די ברכה אין די ערשטע סוכה האט ער געטראכט צו אריבערגיין אינמיטן די סעודה צו א אנדערע סוכה, זאל ער נישט מאכן נאכאמאל די ברכה. דער משנה ברורה נעמט אן אז וויבאלד עס איז א מחלוקת, [[ספק ברכות להקל|זאל ער נישט מאכן אלס ספק]]. | |||
<!-- | |||
== זעט אויך == | == זעט אויך == | ||
* [[עסן אין סוכה]] | * [[עסן אין סוכה]] --> | ||
== | ==צו ליינען מער== | ||
* {{אוצר החכמה|נפתלי הערש שרייבער|קובץ אוצרות התורה|26533|ירושלים תשס"ה|page=45|קעפל=בירור בשיטת הפוסקים בברכת לישב בסוכה|סופיקס=יא}} | |||
*{{ויקישיבה|ברכת לישב בסוכה}} | *{{ויקישיבה|ברכת לישב בסוכה}} | ||
* {{קישור כללי|אדרעס=https://olamot.net/shiurim/ברכת-לישב-בסוכה/|קעפל=ברכת לישב בסוכה|זייטל=עולמות}} | * {{קישור כללי|אדרעס=https://olamot.net/shiurim/ברכת-לישב-בסוכה/|קעפל=ברכת לישב בסוכה|זייטל=עולמות}} | ||
* [http://ph.yhb.org.il/13-03-05/ ברכת לישב בסוכה], אליעזר מלמד, אין וועבזייטל פניני הלכה | * [http://ph.yhb.org.il/13-03-05/ ברכת לישב בסוכה], הרב אליעזר מלמד, אין וועבזייטל פניני הלכה | ||
* [http://www.ybm.org.il/Admin/uploaddata/LessonsFiles/Pdf/1234.pdf ברכה | * "[http://www.ybm.org.il/Admin/uploaddata/LessonsFiles/Pdf/1234.pdf ברכה על ישיבה בסוכה]", ישיבת ברכת משה | ||
==נאטיצן== | ==נאטיצן== | ||
שורה 106: | שורה 117: | ||
{{סוכות}} | {{סוכות}} | ||
{{הבהרה הלכתית}} | {{הבהרה הלכתית}} | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:סוכות]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:הלכה]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:ברכות המצוות]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:הלכות חג הסוכות]] | ||
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]] | |||
{{אבן הפינה ארטיקל}} | |||
[[he:ברכת לישב בסוכה]] | [[he:ברכת לישב בסוכה]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:04, 12 נאוועמבער 2023
ברכת לישב בסוכה
|
---|
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלֹקֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם אֲשֶר קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ לֵישֵׁב בַּסֻּכָּה. |
לישב בסוכה איז א ברכה וואס חכמים האבן מתקן געווען צו מאכן אויפ'ן מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין סוכה.
כאָטש די מצוה פון סוכה ווערט געטון פון דעם מאָמענט ווען מען גייט אריין אין סוכה, איז אין רוב קהילות נישט איינגעפירט צו מאכן די ברכה ביי יעדן אריינגאנג אין די סוכה, נאר בלויז ווען עס איז דא א ספּעציפישע באנוץ מיט דער סוכה, ווי עסן דערין. די מנהגים זענען צעטיילט איבער די גענויע פרטים פון דעם באנוץ.
מקור
תניא: העושה סוכה לעצמו, אומר: ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה;
בא לישב בה, אומר: ברוך אתה ה' אלקינו מלך העולם אשר קדשנו במצותיו וצונו לישב בסוכהגעלויבט ביזטו ה' אונזער ג-ט, קעניג פון דער וועלט, וואס האט אונז געהייליגט מיט זיינע מצוות און אונז באפוילן צו זיצן אין די סוכה.
די ראשונים ערקלערן אז טראץ וואס די מצוה פון סוכה איז מען מקיים נישט בלויז מיטן זיצן, נאר מיט אלע פעולות וואס א מענטש איז געוואוינט צו טון אין זיין שטוב, האבן די חכמים באשטימט צו מאכן די ברכה מיטן לשון "לישב", ווי עס ווערט אנגערופן אין פסוק[1]: ”בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים”[2][3], וואס טייטשט "וואוינען"[2], אדער זיך אויפהאלטן[4]. פון רמב"ם זעט מען אבער אז "לישב" טייטשט זיצן ממש, ווייל דער עיקר מצוה ווערט אויסגעפירט מיט דעם וואס מען זעצט זיך אוועק[5].
לעשות סוכה
אין ירושלמי[6] שטייט אז ווען מ'בויט די סוכה פאר זיך זאגט מען "ברוך אשר קדשנו במצוותיו וציונו לעשות סוכה", און פאר א צווייטן "לעשות לו סוכה לשמו". אבער לויטן בבלי מאכט מען נישט די ברכה[7], און אזוי פסק'נט מען[8].
דער מחייב
ברייתא | מנחות מב, א; סוכה מו, א |
---|---|
תלמוד בבלי | סוכה מה, ב |
תלמוד ירושלמי | מסכת ברכות, פרק ט', הלכה ג' (דפוס וילנא: דף ס"ו, עמוד א') |
משנה תורה | הלכות סוכה פ"ו, הי"ב |
שולחן ערוך | אורח חיים, סימן תרל"ט |
גמרא
אין גמרא[9] איז פארהאן א מחלוקת אמוראים: לויט שמואל, וויבאלד דער מצוה איז א שטענדיגער אפגעזען פון נאכט אדער טאג, מאכט מען די ברכה בלויז דעם ערשטן טאג סוכות, ווייל "אלע זיבן טעג זענען ווי איין יומא אריכא", און לויט רבי יוחנן מאכט מען יא די ברכה אלע זיבן טעג. די גמרא שטעלט עס צו צו א מחלוקת תנאים איבער די ברכה אויף תפילין, אז רבי יוחנן האלט ווי רבי אז "תפילין - יעדע מאל מ'לייגט עס, מאכט מען א ברכה" אפילו הונדערט מאל א טאג, אנדערש ווי די חכמים וואס האלטן אז מען מאכט בלויז איינמאל אינדערפרי. אין די מסקנא זאגט די גמרא אז "מיר פירן זיך אויך ווי רבי, און מען מאכט די ברכה [אויף סוכה] אלע זיבן".
די ראשונים ערקלערן דעם חילוק פון סוכה און מצה, וואס דארט איז יעדער מודה אז מען מאכט נאר דעם ערשטן נאכט די ברכה, וויבאלד א מענטש קען אנגיין די אנדערע טעג פון פסח אן עסן מצה, דורכ'ן עסן רייז וכדומה, אנדערש ווי ביי סוכה וואס א מענטש מוז שלאפן[10], דעריבער מוז ער על כרחו שלאפן און פארברענגען אין סוכה[11]. אנדערע מאכן דעם חילוק, אז ביי מצה איז מען בכלל נישט מקיים קיין מצות עשה ווען מ'עסט דאס אין די אנדערע טעג, נאר א לא תעשה פון נישט עסן חמץ, דעריבער קען מען נישט זאגן "וציונו על אכילת מצה". ווידעראום ביי סוכה, כאטש מען איז פטור פון עסן, איז אבער א חיוב צו זיצן אין סוכה יעדעס מאל וואס מען עסט און מען איז דערמיט מקיים א מצות עשה פון ישיבת סוכה[12].
ראשונים
איבער ווען מען מאכט די ברכה איז פארהאן א מחלוקת אין ראשונים:
- לויט רוב ראשונים איז סוכה דער זעלבער ווי תפילין, און יעדע מאל וואס א מענטש גייט אריין אין סוכה, אויך אויב ער פלאנט נישט צו טון דערין גארנישט אויסער זיצן, מאכט ער 'לישב בסוכה'. אזוי שרייבן בעל הלכות גדולות, רב האי גאון[13], רי"ף[14], רמב"ם[15], יראים, רבינו שמחה, רוקח, ראבי"ה[16], ריטב"א[17][א], אורחות חיים בשם רא"ה, מחזור ויטרי, פסקי הרי"ד, רי"ץ גיאת, מאירי[18], ספר הנייר, שיבולי הלקט[19] און נאך.
- די ראשונים מערקן אן אז אפילו לויט די שיטה, פעלט אויס א יציאה גמורה צו ווערן מחויב נאכאמאל מיט א ברכה, אבער אויב גייט מען ארויס עפעס ברענגען לצורך סעודה[18], אדער צו רעדן מיט א חבר[17] איז עס נישט קיין הפסק צו דארפן מאכן נאך א ברכה. לויט אייניגע, דארף מען איבערמאכן די ברכה אפילו ווען מ'איז בלויז ארויס פאר א קורצע וויילע, צו ברענגען צרכי סעודה[18], אדער צו רעדן מיט א חבר[20].
- פון דער אנדערער זייט האלט דער רבינו תם אז מען מאכט נאר א ברכה ביים עסן און יעדע אנדערע באנוץ איז א טפל לגבי אכילה, און זיי ווערן אלע גע'פטר'ט מיט די ברכה ביים עסן[21]. ווי דער שיטה האלטן אויך רב יהודאי גאון, בעל העיטור, תוספות אין ברכות[22][ב] און נאך. דער רא"ש[23], מגיד משנה[15.1], מרדכי[24], און ריא"ז[25] שרייבן אז אזוי פירט מען זיך למעשה.
ברכה אויף שלאפן
דער רבינו תם ערקלערט די סיבה פארוואס לויט זיין שיטה מאכט מען נישט אויף שלאפן, כאטש וואס דאס איז נאך הארבער ווי עסן אינעם זין אז שינת ארעי איז אויך מחויב בסוכה אנדערש ווי אכילת ארעי, וויבאלד למעשה איז עסן דער עיקר[ג]. תוספות געבט אן די סיבה, אז אפשר וועט ער נישט קענען איינשלאפן און ס'וועט זיין א ברכה לבטלה[22][26].
פארהאן ראשונים וואס ברענגען בשם רבינו תם ביידע תירוצים אלס איינס, אז מ'האט געמאכט אן עיקר פון די עסן כדי אז דאס זאל פטר'ן אלעס אריינגערעכנט שלאפן, אויף וואס מ'קען נישט מאכן צוליב א חשש ברכה לבטלה[27]. למעשה איז דער חשש ברכה לבטלה נישט להלכה, און אויב מען האט פארגעסן צו מאכן א לישב ביים עסן מאכט מען פאר'ן שלאפן[28], אזוי אויך אויב איינער גייט שלאפן צו זיין חבר'ס סוכה (לויט'ן שיטה אז ס'ווערט נישט גע'פטר'ט פון די ברכה אין די אייגענע סוכה)[29].
איינער פון די אחרונים ענטפערן אז אנדערש ווי עסן וואס איז דער עיקר קיום המצוה, איז אבער שלאפן בלויז ווי א לא־תעשה נישט צו שלאפן אינדרויסן פון סוכה, דעריבער מאכט מען נישט קיין ברכה דערויף[30].
פסק
כאטש דער בית יוסף פסק'נט געווענליך ווי דער רי"ף און דער רמב"ם קעגן די בעלי התוספות, אבער אין דעם פאל פסק'נט ער אין שולחן ערוך ווי דער רבינו תם[31], און אזוי פסק'נט אויך דער רמ"א. מערסטנס תימנ'ער אידן פירן זיך אבער ווי די שיטה פון רוב ראשונים[32], און אזוי האבן אויך גע'פסק'נט איינצלנע אשכנז'ישע פוסקים: דער ווילנער גאון[33] און חזון איש[34].
דער משנה ברורה, נאכ'ן ברענגען דעם פסק פון די אחרונים ווי דער רבינו תם, לייגט ער צו א רעקאמענדאציע אויך יוצא צו זיין די שיטה פון די ראשונים און נישט וויילן אין די סוכה אן א ברכה. אויך אויב וויל מען נישט גלייך מאכן די סעודה, זאל מען גלייך ביים קומען פון שול מאכן א לישב בסוכה אויף מער ווי א כביצה פון די חמשת מיני דגן, און שפעטער ביים סעודה זאל מען נישט מאכן[35].
מנהג אשכנז
צוויי הויפט שיטות זענען דא צווישן די אשכנזישע פוסקים: א) יעדע אכילה וואס מען איז מחויב צו עסן אין סוכה וויבאלד עס ווערט גערעכנט ווי אן אכילת קבע, דארף מען מאכן פארדעם די ברכה 'לישב בסוכה'[36]. ב) נאר ווען מען עסט א שיעור וואס האט עפעס א קביעות סעודה מאכט מען א ברכה, אבער פאר מער פון א כביצה אן קביעות סעודה, כאטש ס'איז חייב בסוכה מאכט מען נאכנישט קיין ברכה. ביישפיל פאר פעלער וואס האבן עפעס א קביעות סעודה און מען מאכט א ברכה: דער וואס עסט פת הבאה בכיסנין מיט די קאווע אינדערפרי מער פון א כביצה[37]. אזוי אויך דאס וואס מען עסט נאך קידוש כדי ס'זאל זיין במקום סעודה[38]. דער משנה ברורה שרייבט אז דער מנהג איז צו מאכן אויף מער ווי א כביצה אויך אָן א צד פון קביעות סעודה, כאטש עס וואלט כדאי געווען זיך צוריקצוהאלטן צוליב ספק ברכות להקל, און כדי ארויסצוגיין פון ספק רעקאמענדירט ער צו בלייבן וויילן א שטיקל צייט אין די סוכה, כדי אז די ברכה זאל נישט זיין בלויז אויף די אכילה[39].
מנהג ספרד
לויט דער בן איש חי[40] מאכט מען 'לישב בסוכה' נאר אויף א זאך וואס איז 'המוציא' און מ'איז מחויב דאס צו עסן אין סוכה, צ.ב.ש. ברויט גרעסער ווי א כביצה, אדער פת הבאה בכיסנין כשיעור קביעות סעודה וואס דאן מאכט מען אויך 'המוציא'. לויט פילע, אויך איינער וואס עסט א מזונות געקעכטס, ווי לאקשן, בשיעור קביעות סעודה, כאטש די ברכה איז 'מזונות', מאכט א לישב בסוכה[41]. אזוי איז למעשה געווארן אנגענומען ביי די ספרד'ישע פוסקים, און איז געווארן דער מנהג יוצאי ספרד. לויט'ן גינת ורדים מאכט מען א 'לישב' אויך אויף פת הבאה בכיסנין פון א שיעור גרעסער ווי א כביצה, אבער למעשה זענען נישטא קיין ספרדים וואס פירן זיך ווי אים.
וויילן אין סוכה אן עסן
אין פאל וואס א מענטש ווייסט אז ער וועט נישט עסן אן אכילת קבע אין סוכה א גאנצן טאג, זאגן פיל פוסקים אז ער זאל יא מאכן 'לישב בסוכה' יעדע מאל ער גייט אריין צו זיצן דארט, וויבאלד דאן איז שוין נישט שייך דער טעם אז אלעס איז א טפל צום עסן, דעריבער גייט מען צוריק צום דין הגמרא צו מאכן יעדע מאל מ'גייט אריין זיצן[42]. אנדערע לייגן צו אז א מענטש וואס גייט אריין אין סוכה נישט מיט'ן פלאן צו עסן דאס מאל, זאל ער מאכן א ברכה אויף דאס עצם וויילן דארט[43].
אבער אנדערע קריגן אויף דעם, מיט'ן טענה אז לויט רבינו תם איז דער דין הגמרא אז מען מאכט בלויז אויף אכילה און עס איז נישט נאר א מנהג[44]. עס ווערט אבער נישט צוגעצייכנט פון וואו דער רבינו תם האט דאס געזען אין גמרא. פילע ספרד'ישע פוסקים דערמאנען דעם סברא[45], און אזוי איז למעשה אנגענומען דער מנהג ספרד אז מען מאכט בלויז אויף א סעודת קבע.
אסאך אשכנזים פירן זיך צו מאכן א סארט פשרה, אז אויב מ'פלאנט נישט צו עסן א שיעור וואס איז מחייב בסוכה, עסט מען א קלייניגקייט פון 'מזונות' אדער וויין וכדומה און מען מאכט די ברכה, וויבאלד רוב ראשונים האלטן אז מ'דארף מאכן אויך אויף סתם וויילן[46].
אין חבר'ס סוכה
איינער וואס באזוכט זיין חבר'ס סוכה, האלט דער חיי אדם אז ער זאל מאכן א ברכה אויך אויב ער עסט נישט דארט[47], אבער ס'איז בעסער צו טועם זיין עפעס[48]. אנדערע זאגן אז ער זאל נישט מאכן נאר אויב ער עסט[49] אדער ער טוט עפעס וואס איז מחויב בסוכה[29]. דער חיי אדם רעדט אויך נאר אויב גייט ער אריין צום חבר'ס סוכה כדי צו וויילן דארט; אויב אבער ער גייט נאר פאר א פאסיווע זאך, למשל כדי צו אפנעמען א חוב, הייסט ער ווי א מתעסק מיט זיין וויילן אין סוכה און ער דארף נישט מאכן א ברכה[50].
אופן פון מאכן די ברכה
עס איז פארהאן א מחלוקת הראשונים וויאזוי מען מאכט די ברכה. לויט'ן רמב"ם זאל מען שטיין בשעת'ן זאגן די ברכה[15], וויבאלד דער לשון הברכה איז "צו זיצן אין די סוכה" דארף מען עס מאכן פאר'ן טון[51], און אזוי פסקנ'ט דער מחבר[52], און אזוי פירן זיך די תימנ'ער אידן. ווידעראום לויט'ן ראב"ד און רא"ש[23] מאכט די ברכה זיצנדיג. דער רא"ש ערקלערט אז תשבו און לישב טייטשן "וויילן", און די מצוה הייבט זיך אן גלייך מיט'ן אריינגיין אין סוכה, און וויבאלד די מצוה גייט אן דורכאויס די צייט וואס ער פארברענגט אין די סוכה, הייסט עס נאך עובר לעשייתן אויך נאכן זיצן; מען מאכט דעריבער די ברכה נאכן זיך זעצן, ווייל עס האט נאר א קבע ווען מען זעצט זיך צו א סעודה[ד]. דער רמב"ם איז אויך מודה אז אויב האט מען נישט געמאכט די ברכה בעפארן זיך זעצן זאל מען עס מאכן דערנאך[53].
ווען מען עסט שטייענדיג אין סוכה, איז א מחלוקת האחרונים בדעת הרמב"ם צי מען זאל אינגאנצן נישט מאכן די ברכה[54], אדער מען זאל יא מאכן וויבאלד סוף סוף איז מען אויך אזוי מקיים די מצוה[55].
סדר פון די ברכות
לויטן מהר"ם מרוטנבורג דארף מען מאכן 'לישב בסוכה' בעפאר די ברכה אויפן עסנווארג, וויבאלד דער חיוב ברכה אויפן סוכה איז חל אויפן מענטש גלייך פון ווען ער איז אריין אין סוכה, און נישט נאר פון ווען ער איז צוגעגאנגען עסן. אזוי זעט מען אויך פון רמב"ם, און אזוי איז גע'פסק'נט אין שולחן ערוך[56]. נאך א טעם ווערט דערמאנט אין די ראשונים, ווייל די ברכה פון לישב בסוכה איז א הפסק צווישן די ברכה אויפן עסנווארג און דאס עסן[57]. דער רא"ש שרייבט אבער אז מען פירט זיך צו זאגן קודם די ברכה אויפן עסנווארג, וויבאלד די ברכת הסוכה איז געבינדן אין עסן, ווייל נאר בשעת אכילה מאכט מען די ברכה, קומט אויס אז דאס עסן ברענגט צו אז די ברכה 'לישב בסוכה' זאל געזאגט ווערן. לויט די דעה איז די ברכה אויף די סוכה נישט קיין הפסק, וויבאלד עס איז לצורך האכילה[58].
דער מנהג ביי די אשכנזים, אידן פון מאראקא, טוניזיע און רוב ספרדים, איז צו מאכן א ברכה אויף די עסנווארג און דערנאך אויפן סוכה[59]. טייל פון די ספרדים פירן זיך אבער, ווי דער פסק פון שולחן ערוך, צו זאגן קודם די ברכת הסוכה און דערנאך דעם ברכת המאכל[60].
פארשידענע הלכות
פארגעסן צו מאכן די ברכה
אויב האט מען פארגעסן צו מאכן 'לישב בסוכה' פארן עסן, קען מען נאך מאכן די ברכה ווילאנג מען האט נאכנישט געענדיגט עסן. אויב האט ער שוין געענדיגט עסן און ער וויל נישט עסן נאך, איז דא וואס זאגן אז אויך דעמאלט קען ער מאכן די ברכה[61], און אנדערע קריגן[62].
היסח הדעת וואס פאדערט א נייע ברכה
אין אַלגעמיין, איז די ברכה חל אויף די גאנצע צייט וואס דער מענטש וויילט אין סוכה, און אויך אויב ער איז ארויס פאר א קלייניגקייט ווי צו טון זיינע באדערפענישן אדער שמועסן מיט א פריינד, דארף ער נישט נאכאמאל מאכן די ברכה ווען ער קערט זיך צוריק[63]. אבער אויב איז ער ארויס אויף א לענגערע וויילע (מער פון א שעה), אדער צו א וויכטיגע ציל ווי צום דאווענען אין שול אדער צו זיינע געשעפטן, ווערט ער מחויב מיט נאך א ברכה ווען ער קומט צוריק צום סוכה[64].
אין באצוג צו א מענטש וואס האט געוויילט אין סוכה נאכאנאנד פון איין סעודה צו די צווייטע איז אנטשטאנען א מחלוקת צווישן די אחרונים צי ער זאל איבערמאכן די ברכה פאר די צווייטע סעודה: לויטן ב"ח און ט"ז זאל ער עס זאגן נאכאמאל, ווייל מסתמא האט ער אינזינען געהאט מיט זיין ברכה צו פטר'ן זיין וויילן אין סוכה נאר ביז צו די קומענדע סעודה; לויטן לבוש, של"ה, מגן אברהם, שולחן ערוך הרב און משנה ברורה[63] זאל ער נישט מאכן, ווייל ער האט נישט מסיח-דעת געווען פון די סוכה. מען פירט זיך למעשה ווי די צווייטע דעה, ווי דער כלל פון ספק ברכות להקל[ה].
א צווייטע סוכה אינמיטן סעודה
אויך אין פאל וואס א מענטש גייט אריבער פון זיין סוכה צו א צווייטע, אינמיטן די זעלבע סעודה, איז א מחלוקת צי ער דארף מאכן א 'לישב בסוכה' ווען ער זעצט פאר די סעודה ביי זיין פריינד. די דעה פון מגן אברהם און שולחן ערוך הרב איז אז אן אריבערגאנג פון איין סוכה צו די צווייטע איז מחייב א נייע ברכה אין די סוכה וואס צו איר איז ער אריבער, אויך אויב ער האט אזוי געפלאנט פון פאראויס. לויטן ט"ז און דער לבושי שרד, אויב ווען ער האט געמאכט די ברכה אין די ערשטע סוכה האט ער געטראכט צו אריבערגיין אינמיטן די סעודה צו א אנדערע סוכה, זאל ער נישט מאכן נאכאמאל די ברכה. דער משנה ברורה נעמט אן אז וויבאלד עס איז א מחלוקת, זאל ער נישט מאכן אלס ספק.
צו ליינען מער
- נפתלי הערש שרייבער, "בירור בשיטת הפוסקים בברכת לישב בסוכה", קובץ אוצרות התורה, ירושלים תשס"ה, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- דער ארטיקל "ברכת לישב בסוכה", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- ברכת לישב בסוכה, אויף עולמות
- ברכת לישב בסוכה, הרב אליעזר מלמד, אין וועבזייטל פניני הלכה
- "ברכה על ישיבה בסוכה", ישיבת ברכת משה
נאטיצן
- ↑ דער ריטב"א ברענגט נאך צוויי שיטות: א) שכל עת שקובע עצמו לעשות בה אחד מדברים אלו, כמו אכילה, שינה, שינון וכיוצא בהן, הוי כהנחה דתפלין וחייב לברך אף על פי שלא יצא משם. ב) מברך בכל יום פעם אחת בכניסה ראשונה. זעט אויך של"ה, מסכת סוכה, נר מצוה אות ו, אז איינער וואס איז אינגאנצן נישט מסיח דעת פון סוכה דארף מאכן די ברכה איינמאל א טאג, און דער מגן אברהם, סימן תרל"ט ס"ק י"ז, קריגט דערויף.
- ↑ פון תוספות, סוכה מה, ב, ד"ה אחד: "…כל אימת דנכנס לה כדי שיאכל וישתה וישן ואפילו עשר פעמים ביום מברך אכל אחת ואחת…" איז משמע אז אויך אויף שלאף מאכט מען, און ס'איז נישט קלאר אויב אויך אויף אכילת ארעי. דער מגדל עוז און ר"י עייאש אין לחם יהודה (אויף דער רמב"ם דארט) לערנען בדעת התוספות אז אויך איינער וואס גייט אריין צו לערנען מאכט א ברכה, און נאר איינער וואס גייט אריין סתם זיך צו זוימען דארט מאכט נישט. דער טורי זהב, סימן תרל"ט, סק"כ, האלט אז דעת התוס' איז ווי דעת הרי"ף און רמב"ם אז מען מאכט אויך אויף בלויז וויילן, און אזוי איז משמע פון בית יוסף.
- ↑ און דאס וואס שינת ארעי איז מחויב בסוכה איז צוליב די טעמים פון גמרא (סוכה כו, א), שמא תחטפנו שינה און ער וועט שלאפן א שינת קבע, אדער וויבאלד א מענטש באגענוגט זיך מיט א שינת ארעי.
- ↑ דער ראב"ד ערקלערט עס ענליך, אז וויבאלד מען זעצט זיך נאר על דעת צו מאכן א סעודה, איז עס נאך ריכטיג עובר לעשייתן ווילאנג מען האט נאכנישט אנגעהויבן עסן.
- ↑ לויטן יעב"ץ און בכורי יעקב זאל מען אבער יא מאכן די ברכה ווען מען איז אינצווישן ארויס אויף א קליינע וויילע פון סוכה, טראץ וואס אין אלגעמיין מאכט מען נישט נאכן זיך צוריק קערן פון אזא ארויסגיין. לויטן דרך החיים און שולחן ערוך הרב זאל מען אויך אין אזא אופן נישט איבערמאכן די ברכה.
רעפערענצן
- ↑ ויקרא כג, מב
- ↑ 2.0 2.1 ספר הפרדס עמ' קצ"ח; רמב"ן, פסחים ז, א
- ↑ הגהות מיימוניות אויפ'ן רמב"ם, הלכות סוכה, פרק ו, הלכה יב, אות ק', בשם רבינו שמחה; מגיד משנה, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ו', הלכה י"ב.
- ↑ פירוש התפילות והברכות לרבי יהודה בר יקר, חלק ב' עמ' ס'; רא"ש סוכה פ"ד סימן ג'; רבינו ירוחם, אדם נתיב ח' חלק ב'; טור, אורח חיים, סימן תרמ"ג.
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ו', הלכה י"ב, לויט ב"ח און ט"ז סימן תרמ"ג; זעט ווייטער איבער דעם אופן פון מאכן די ברכה.
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק ט', הלכה ג' (דפוס וילנא: דף ס"ו, עמוד א')
- ↑ מנחות מב, א
- ↑ טור, סימן תרמ"א; שולחן ערוך, סימן תרמ"א, סעיף א'
- ↑ סוכה מה, ב
- ↑ שבועות כה, א: אין אדם יכול לעמוד בלא שינה ג' ימים
- ↑ בעל המאור, סוף מסכת פסחים
- ↑ מהרי"ל הלכות סוכה, געברענגט אין מגן אברהם סוף סימן תרל"ט (זעט אבער יד אפרים, דארט, וועלכער לערנט אביסל אנדערש פשט); רבי יעקב עטלינגער, בנין ציון החדשות, סימן מ"ו. זעט אויך תשובות הרשב"א ח"ג סימן רפ"ז, און אין מבוא צו מחזור המפורש זייט 32, וואו ער לערנט פשט אין רשב"א לויט רבי יוסף ענגיל, אתוון דאורייתא, כלל י"א.
- ↑ אין א תשובה, געברענגט אין רבינו מנוח הל' סוכה פ"ו ה"ט, רא"ש, טור, סימן תרל"ט, און נאך: "מנהג ידוע הוא שהנכנס בחג לסוכת חברו לבקרו אף על פי שאינו שותה ואוכל בה חייב לברך לישב בסוכה".
- ↑ רי"ף סוכה כב, א: "ואסיקנא, דכל שעה שנכנס לישב בה מברך לישב בסוכה".
- ↑ 15.0 15.1 הלכות סוכה פ"ו, הי"ב: "כל זמן שיכנס לישב בסוכה, כל שבעה, מברך קודם שישב: אשר קידשנו במצוותיו וציונו לישב בסוכה"
- ↑ סימן תרמ"ד
- ↑ 17.0 17.1 ריטב"א, סוכה מה, ב
- ↑ 18.0 18.1 18.2 מאירי, סוכה מו, א
- ↑ סימן שמ"ו
- ↑ רבינו מנוח, אויף משנה תורה לרמב"ם, הלכות שופר וסוכה ולולב, פרק ו', הלכה י"ב
- ↑ תוס' ר"י שירליאון ברכות יא, ב; געברענגט אין רא"ש און טור סי' תרל"ט בשמו
- ↑ 22.0 22.1 תוספות, ברכות יא, ב, ד"ה שכבר
- ↑ 23.0 23.1 פסקי הרא"ש סוכה פ"ד סי' ג
- ↑ מרדכי, סוכה, תשס"ה
- ↑ שלטי הגיבורים ג
- ↑ אזוי שרייבט אויך דער רא"ש; זעט אליה רבה או"ח סימן רל"ט וואו ער שרייבט דער חילוק צווישן דעם ברכה און המפיל, וואו מען איז מען נישט חושש אויף דעם
- ↑ תלמידי רבינו יונה, ברכות ו, א
- ↑ סידור הגריעב"ץ, סעיף כ"ג
- ↑ 29.0 29.1 שולחן ערוך הרב, סימן תרל"ט, סעיף י"ד עד סעיף ט"ו
- ↑ רבי יוסף ראזין, צפנת פענח אויפ'ן רמב"ם, הלכות סוכה, פרק ו, הלכה ב
- ↑ שולחן ערוך, סימן תרל"ט, סעיף ח': "נהגו שאין מברכין על הסוכה אלא בשעת אכילה".
- ↑ פעולת צדיק, חלק א', סימן נט
- ↑ ביאור הגר"א; מעשה רב אות ריח
- ↑ ארחות רבינו ב, עמ' רכ"ה
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ו
- ↑ אזוי איז די מסקנא פון משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ו (זעט שער הציון, פד)
- ↑ מאמר מרדכי תרלט, ג
- ↑ שערי תשובה ה
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן ט"ז
- ↑ בן איש חי הלכות א, האזינו ח
- ↑ שואל ונשאל חלק ג' סימן צ"ה און סימן קס"ה; חזון עובדיה עמ' קלו; יחוה דעת א, סה
- ↑ טורי זהב, סימן תרל"ט, ס"ק כ'; אליה רבה טו; שולחן שלמה יג; משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח; חזון איש.
- ↑ רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל קמ"ז, סעיף ט"ו "לכל הדעות" (וואס איז משמע אויך לויט רבינו תם), געברענגט אין משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח. און אזוי פסק'ענען אז נדברו ט, מו; רבי שלמה זלמן אויערבאך ווי געברענגט אין ספר הסוכה השלם (פסקים והערות כב).
- ↑ רבי מרדכי כרמי, מאמר מרדכי, ח; און אזוי האלט אויך דער מהרש"ם אין דעת תורה
- ↑ זעט כף החיים סימן תרל"ט ס"ק צז
- ↑ ענליך שטייט אין ערוגת הבושם או"ח קצב, לגבי איינער וואס באזוכט אין חבר'ס סוכה. זעט אויך בסוכות תשבו י, 33, און הליכות שלמה ט, יב, הערה כו.
- ↑ רבי אברהם דאנציג, חיי אדם, כלל קמ"ז, סעיף כ'; געברענגט אין משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח
- ↑ שו"ת ערוגת הבושם, אורח חיים סימן קצ"ב
- ↑ רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף כ"ח, און ס'איז משמע אכילה וואס איז מחייב בסוכה.
- ↑ משנה ברורה, שער הציון, ס"ק צג; זעט אויך הליכות שלמה הערה כו
- ↑ בית יוסף, סימן תרמ"ג
- ↑ שולחן ערוך, סימן תרמ"ג, סעיף ב'
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות ברכות, פרק י"א, הלכה ה'. זעט שו"ת פעולת צדיק, חלק א' סימן נ"ט, אז אין דעם פאל איז דער נוסח הברכה "על ישיבת סוכה"; דער מגיה מערקט דארט אבער אן, אז אין רמב"ם שטייט "לישב בסוכה" אויך אויף דעם אופן.
- ↑ בית חדש, סימן תרמ"ג
- ↑ טורי זהב, סימן תרמ"ג, סק"ב
- ↑ שולחן ערוך, סימן תרמ"ג, סעיף ג'
- ↑ מאירי, ברכות מ, א
- ↑ בית יוסף, ב"ח, לבוש און מגן אברהם, סימן תרמ"ג.
- ↑ רמ"א אויף שולחן ערוך, סימן תרמ"ג, סעיף ב' און סעיף ג'. עלי הדס יא, ג.
- ↑ בן איש חי הלכות א, האזינו ה; כף החיים; יחוה דעת חלק ה', סימן מ"ז.
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח
- ↑ יחוה דעת חלק ה', סימן מ"ח
- ↑ 63.0 63.1 משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ז
- ↑ שולחן ערוך הרב, סימן תרל"ט, סעיף י"ד עד סעיף י"ג
סוכות | ||
---|---|---|
טעג | יום טוב ראשון • חול המועד סוכות • הושענא רבא • שמיני עצרת • שמחת תורה | |
סוכה | סכך • עסן אין סוכה • שלאפן אין סוכה • לישב בסוכה • אושפיזין • מצטער פטור מן הסוכה • תשבו כעין תדורו • מעמיד • דופן עקומה • הלכות סוכה | |
ארבעה מינים | אתרוג, לולב, הדס און ערבה • הלכות ארבעת המינים • קיישעלע | |
מנהגים | הושענות • הקפות • חיבוט ערבה • זכר לשמחת בית השואבה • תיקון ליל הושענא רבא | |
מצוות בזמן בית המקדש |
מצוות ערבה במקדש • הקפת המזבח • ניסוך המים • שמחת בית השואבה • הקהל • שלמי שמחה | |
שמיני עצרת און שמחת תורה | תפילת גשם • וזאת הברכה • שמחת תורה פאן • הקפות פון שמחת תורה • הקפות שניות | |
תפילות און פיוטים | הושענות (כהושעת אלים) • פיוטי הגשם (אף ברי · זכור אב · שפעת רביבים) • מפי קל • סוכה ולולב לעם סגולה • משה אמת | |
פארשידנס | שמחת יום טוב • מסכת סוכה • סהרנה | |
קלארשטעלונג: די אינפארמאציע אויף המכלול איז בלויז פאר בארייכערונג און זאל נישט געזען ווערן ווי א פסק הלכה.