אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אברהם המלאך"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "ריע:אדמורי"ם]]" ב־"ריע:אדמורי"ם|װ]]")
ק (החלפת טקסט – "[[שלום שכנא פון פראהבישט" ב־"[[רבי שלום שכנא פון פראהבישט")
 
(2 צווישנדיגע ווערסיעס פונעם זעלבן באַניצער נישט געוויזן)
שורה 3: שורה 3:
== אפשטאם ==
== אפשטאם ==

'''רבי אברהם''' איז געבוירן אין יאר [[ה'ת"ק]] צו זיין פאטער הרב '''[[דוב בער פון מעזריטש]]''' באקאנט אלס '''דער מעזריטשער מגיד'''. און צו זיין מוטער מרת קיילע. מ'דערציילט אז דער פאטער האט געהאט אין שטוב א [[שטאמבוים]] <small>מגילת יוחסין</small> ביז [[דוד המלך]] ע"ה.
'''רבי אברהם''' איז געבוירן אין יאר [[ה'ת"ק]] צו זיין פאטער הרב '''[[רבי דוב בער פון מעזריטש]]''' באקאנט אלס '''דער מעזריטשער מגיד'''. און צו זיין מוטער מרת קיילע. מ'דערציילט אז דער פאטער האט געהאט אין שטוב א [[שטאמבוים]] <small>מגילת יוחסין</small> ביז [[דוד המלך]] ע"ה.

== הסתלקות ==
== הסתלקות ==
שורה 15: שורה 15:
* הרב '''ישראל חיים פון לודמיר''', בזיווג ראשון האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב שלמה גאטליב פון [[קארלין]], בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב גדליה פון [[ליניץ]].
* הרב '''ישראל חיים פון לודמיר''', בזיווג ראשון האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב שלמה גאטליב פון [[קארלין]], בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב גדליה פון [[ליניץ]].

* הרב '''[[שלום שכנא פון פראהבישט]]''' ([[ה'תקכ"ט]] - [[י"ד תשרי]] [[ה'תקס"ג]]).
* הרב '''[[רבי שלום שכנא פון פראהבישט]]''' ([[ה'תקכ"ט]] - [[י"ד תשרי]] [[ה'תקס"ג]]).
*  זיינע טאכטער הרבנית בלומא ראבינוויטש.  
*  זיינע טאכטער הרבנית בלומא ראבינוויטש.  

==זיין תורה==
==זיין תורה==
די תורות פון ר' אברהם המלאך עה"ת בדרך פרד"ס זענען געדרוקט אינעם ספר ''חסד לאברהם''.<ref name="מליצי אש" /> [[ישראל פון רוזשין|דער רוזשינער]] האט דערציילט:  
די תורות פון ר' אברהם המלאך עה"ת בדרך פרד"ס זענען געדרוקט אינעם ספר ''חסד לאברהם''.<ref name="מליצי אש" /> [[רבי ישראל פון רוזשין|דער רוזשינער]] האט דערציילט:  

"צו דער חתונה פון מיין זיידע רבי אברהם המלאך איז געקומען נאר די מוטער פון דער כלה, ווייל דער פאטער פון דער כלה (ר' משולם פייוויש הלוי פון קרעמניץ) האט נישט געוואלט מבטל זיין זיין לערנען. ווען זי איז צוריקגעקומען אהיים האט זי פארציילט איר מאן אלץ וואס האט פאסירט און זי האט אים נארייעט צו פארן דארטן זען זיין מחותן ז"ל און זיין איידעם ז"ל. ער האט אבער נישט מבטל זיין דאס לערנען, האט ער דערפאר געמאכט א שטענדער אזיינס וואס האט געהאנגען ארום זיין האלדז, אויף דעם איז געליגן א משניות וואס ער האט געלערנט דעם גאנצן וועג. אזוי פארנדיג ביז ער איז אנגעקומען צום מגיד, האט ער צוגעגרייט עטליכע שווערע קושיות אין לערנען. ווען ער איז געקומען צו זיין מחותן צו דעם זיידן רבי ר' בעריש האט אים דער הייליגער זיידע אלע קושיות פארענטפערט איידער ער האט נאך גיפרעגט.

יעצטיגע רעוויזיע זינט 19:50, 14 דעצעמבער 2023

רבי אברהם המלאך זצ"ל (ה'ת"ק - י"ב תשרי ה'תקל"ז) איז געווען א גרויסער פרוש און שטארק דבוק אינעם אייבערשטער ביז אלע האבן אים גערופן "דער מלאך".[1]

אפשטאם

רבי אברהם איז געבוירן אין יאר ה'ת"ק צו זיין פאטער הרב רבי דוב בער פון מעזריטש באקאנט אלס דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת קיילע. מ'דערציילט אז דער פאטער האט געהאט אין שטוב א שטאמבוים מגילת יוחסין ביז דוד המלך ע"ה.

הסתלקות

רבי אברהם איז נפטר געווארן אין כוואסטוב י"ב תשרי ה'תקל"ז, אין עלטער פון זיבען און דרייסיג יאר[1].

פאמיליע

רבי אברהם האט געהייראט מרת גיטל א טאכטער פון הרב משולם פייוויש הלוי הורוויץ פון קרעמניץ (פארפאסער פון משנת חכמים אויף ששה סדרי משנה). זייערע קינדער:

  • הרב ישראל חיים פון לודמיר, בזיווג ראשון האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב שלמה גאטליב פון קארלין, בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב גדליה פון ליניץ.

זיין תורה

די תורות פון ר' אברהם המלאך עה"ת בדרך פרד"ס זענען געדרוקט אינעם ספר חסד לאברהם.[1] דער רוזשינער האט דערציילט:

"צו דער חתונה פון מיין זיידע רבי אברהם המלאך איז געקומען נאר די מוטער פון דער כלה, ווייל דער פאטער פון דער כלה (ר' משולם פייוויש הלוי פון קרעמניץ) האט נישט געוואלט מבטל זיין זיין לערנען. ווען זי איז צוריקגעקומען אהיים האט זי פארציילט איר מאן אלץ וואס האט פאסירט און זי האט אים נארייעט צו פארן דארטן זען זיין מחותן ז"ל און זיין איידעם ז"ל. ער האט אבער נישט מבטל זיין דאס לערנען, האט ער דערפאר געמאכט א שטענדער אזיינס וואס האט געהאנגען ארום זיין האלדז, אויף דעם איז געליגן א משניות וואס ער האט געלערנט דעם גאנצן וועג. אזוי פארנדיג ביז ער איז אנגעקומען צום מגיד, האט ער צוגעגרייט עטליכע שווערע קושיות אין לערנען. ווען ער איז געקומען צו זיין מחותן צו דעם זיידן רבי ר' בעריש האט אים דער הייליגער זיידע אלע קושיות פארענטפערט איידער ער האט נאך גיפרעגט.

"און זיין איידעם הה"ק דעם מלאך האט ער נאך נישט געקענט זען זיין הייליגע פנים ווייל ער איז געווען פארמאכט אינעם אלקער און ער האט באפוילן זיין משמש זאגן אים צו ווארטן ביז עס וועט קומען די צייט וועט ער אים לאזן קומען פאר אים. פרייטאג צונאכט האט ער געהייסן אים קומען, און ווען ער איז געקומען פאר אים איז ער געפאלן חלשות. פרעגט אים זיין איידעם דער מלאך "וואס איז דער שווער פארחלשט?" האט ער אים געזאגט ווייל ער האט געזען די צוויי מלאכים וואס באגלייטןו א מענטש ווען שבת קודש קומט אריין און ער האט געכאפט א פחד און א שרעק. זאגט אים זיין איידעם דער מלאך: "שווער! דאס זענען אייערע צוויי מלאכים, און אז איר העט נאך גיזען מיינע צוויי מלאכים וואס העט איר גיזאגט?"[2]

תלמידים פון מעזריטשער מגיד

רבי אברהם המלאך · רבי אברהם פון קאליסק · רבי אברהם חיים פון זלאטשאוו · רבי אהרן הגדול פון קארלין · רבי אלימלך פון ליזענסק · רבי ברוך מעזשיבוזשער · רבי ברוך פון קאסוב · רבי גדליהו ראבינאוויטש פון ליניץ · רבי זאב וואלף פון זיטאמיר · רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה · רבי חיים פון אמדורא · רבי חיים טירער פון טשערנאוויץ · רבי יהודה לייב פון פולנאה · רבי יחיאל מיכל פון זלאטשוב · רבי יעקב יוסף פון אוסטראה · רבי יעקב שמשון שעפעטיווקער · רבי יצחק אייזיק פון קאריץ · רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב · רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק · רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · רבי משה פון פשעווארסק · רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו · רבי משולם זושא פון האניפאלי · רבי משולם פייוויש העלער · רבי עוזיאל מייזליש · רבי פנחס הורוויץ · רבי צבי הערש פון נאדווארנא · רבי שלמה גאטליב · רבי שלמה לוצקער · רבי שמואל שמעלקא הורוויץ פון ניקלשבורג · רבי שמעון שלמה פון סאוואראן · רבי שניאור זלמן פון לאדי

רעפרענצען

  1. 1.0 1.1 1.2 מליצי אש, ציטירט אין שבת בשבתו 703
  2. דברים ערבים, ציטירט אין שבת בשבתו 703

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!