אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תשרי"
קאין תקציר עריכה |
|||
(8 מיטלסטע ווערסיעס פון 2 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|ערשטער חודש ציילנדיג פון תשרי, זיבעטער ציילנדיג פון ניסן}} | |||
{{לוח חודשי עברי בחמש שנים|1}} | {{לוח חודשי עברי בחמש שנים|1}} | ||
'''תשרי''' איז דער [[1 (נומער)|ערשטער]] [[חודש]] אין דער [[אידישער לוח|אידישער יאר]], ציילנדיג פון תשרי, און דער [[7 (נומער)|זיבעטער]] חודש ציילנדיג פון [[ניסן]]. | '''תשרי''' איז דער [[1 (נומער)|ערשטער]] [[חודש]] אין דער [[אידישער לוח|אידישער יאר]], ציילנדיג פון תשרי, און דער [[7 (נומער)|זיבעטער]] חודש ציילנדיג פון [[ניסן]]. | ||
שורה 18: | שורה 18: | ||
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השביעי"{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|טז|כט}}}}. אין [[מדרש]] ווערט דער נאמען אויך געטייטשט פון לשון {{טערמין|משׂוּבע|אנגעזעטיגט}}, ווייל עס איז אנגעזעטיגט מיט [[מצוה|מצוות]] און מיט [[פרוכט]] און [[תבואה]]{{הערה|{{מדרש רבה|ויקרא|כט|ח}}}}; אדער פון לשון [[שבועה]], ווייל אין דעם חודש האט השי"ת געשוואוירן צו געדענקען דעם זכות פון [[עקידת יצחק]]{{הערה|{{מדרש רבה|ויקרא|כט|ט}}}}. | אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השביעי"{{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|טז|כט}}}}. אין [[מדרש]] ווערט דער נאמען אויך געטייטשט פון לשון {{טערמין|משׂוּבע|אנגעזעטיגט}}, ווייל עס איז אנגעזעטיגט מיט [[מצוה|מצוות]] און מיט [[פרוכט]] און [[תבואה]]{{הערה|{{מדרש רבה|ויקרא|כט|ח}}}}; אדער פון לשון [[שבועה]], ווייל אין דעם חודש האט השי"ת געשוואוירן צו געדענקען דעם זכות פון [[עקידת יצחק]]{{הערה|{{מדרש רבה|ויקרא|כט|ט}}}}. | ||
דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח האיתנים"{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ח|ב}}}}. דער נאמען טרעפט מען אויך אין [[ | דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח האיתנים"{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ח|ב}}}}. דער נאמען טרעפט מען אויך אין [[כנענ'יש]]ע אויפשריפטן, און עס צייגט אויף די [[טייך|טייכן]] וועלכע רינען איבער אין די צייט{{הערה|יהושע שטיינבערג, [https://www.google.com/books/edition/משפט_האורים/IRKWBsNo9LcC?gbpv=1&pg=PA37 משפט האורים, ערך איתן]}}, אדער ווייל דאן זאמלט מען איין דאס שפייז וואס שטארקט דעם מענטש{{הערה|{{תנ"ך|מלכים א|ח|ב|מפרש=רד"ק}}}}. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף די שטארקע [[דריי אבות|אבות]] וועלכע זענען געבוירן אין דעם חודש, אדער ווייל דער חודש איז שטארק מיט מצוות{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|יא|א}}}}. טייל מפרשים ערקלערן אז דאס איז ווייל אין דעם חודש זענען די שטערקסטע ימים טובים וועלכע ברענגען א מענטש די נענטסטע צום שלימות{{הערה|[[רלב"ג]], [[רבי יצחק אברבאל]] און {{תנ"ך|מלכים א|ח|ב|מפרש=מצודות דוד}}}}. | ||
דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "תשרי" אין [[בבל]] און אין [[מעסאפאטאמיע]] בכלל, פון אכד'יש tašrītu: אנהייב{{הערה|{{צ-מאמר|שם=The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents | דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "תשרי" אין [[בבל]] און אין [[מעסאפאטאמיע]] בכלל, פון [[אכד'יש]] tašrītu: אנהייב{{הערה|{{צ-מאמר|מחבר=W. Muss-Arnolt|שם=The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents|כתב עת=Journal of Biblical Literature|כרך=11|עמ=72–94|שנת הוצאה=1892|קישור=https://hdl.handle.net/2027/mdp.39015030576584|JSTOR=3259081}}|כיוון=שמאל}}. אין די תקופה פון [[גלות בבל]] און [[שיבת ציון]] איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים{{הערה|{{ירושלמי|ראש השנה|א|ב}}}}, אבער עס ווערט נישט דערמאנט אין [[תנ"ך]]{{הערה|סידור התפילה לרוקח, מהדורת הערשלער עמ' תרנ"א, וועלכער ערקלערט אז דעריבער הייסט דער חודש "בכסה" ({{תנ"ך|תהלים|פא|ד}}).}}. דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט אלס רמז צו א געבעט פון פארגעבן ("תשרי ותשבוק"), וואס מען בעט פון השי"ת אין די [[ימים נוראים]]{{הערה|{{מדרש רבה|ויקרא|כט|ח}}; {{ילקוט שמעוני|שמות|תרמה}}; מדרש שמות החדשים, געדרוקט אין ספר תורה שלמה, כרך י-יא עמ' קע"ז}}, און פון לשון השראת השכינה, וואס איז געקומען ביי אידן ווען מען האט זיי אין דעם חודש מוחל געווען דעם [[חטא העגל]]{{הערה|צרור המור פרשת ויחי, ד"ה בנימן}}. | ||
די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשרתו'. | די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשרתו'. | ||
שורה 28: | שורה 28: | ||
== סימבאלן און אייגנשאפטן == | == סימבאלן און אייגנשאפטן == | ||
[[טעקע:Librazippori.jpg|קליין|לינקס|דער מזל מאזנים פון חודש תשרי, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער [[בית הכנסת]] אין [[ציפורי]]]] | [[טעקע:Librazippori.jpg|קליין|לינקס|דער מזל מאזנים פון חודש תשרי, א טייל פון דעם מאזאאיק אין דער אלטער [[בית הכנסת]] אין [[ציפורי]]]] | ||
דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל מאזנים]]{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https:// | דער [[גלגל המזלות|מזל]] פון דעם חודש איז [[מזל מאזנים]]{{הערה|שם=יצירה|[[ספר יצירה]] [https://shitufta.org.il/Otzar_Midrashim,_Sefer_Yetzirah/5?selectedunittext=13 פרק ה' משנה י"ג]}}, צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די [[זון]] אין דעם חודש{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}. אין די [[ים המלח מגילות]] פון דער כת פון קומראן איז [[מזל עקרב]] דער מזל פון חודש תשרי. | ||
לויט דער [[זוהר]], איז חודש תשרי קעגן [[שבט יוסף]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'.}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט אפרים]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'| | לויט דער [[זוהר]], איז חודש תשרי קעגן [[שבט יוסף]]{{הערה|{{זוהר|א|קעג|א}}. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'.}}. לויט אנדערע, איז עס קעגן [[שבט אפרים]]{{הערה|{{ילקוט שמעוני|שמות|תיח}}; {{היברובוקס|רבי יוסף ג’יקטיליה|שערי אורה|20243|סוף שער ה'|page=135}}; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר; ויקח משה, נאך פרשת ויחי.}}, אדער קעגן [[שבט דן]]{{הערה|רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, [https://maagarim.hebrew-academy.org.il/Pages/PMain.aspx?mishibbur=939001&mm15=000007000000 קידוש ירחים לחודש תשרי]; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער העין}}, אדער קעגן [[שבט מנשה]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בן עזריאל|ערוגת הבושם|20833|חלק א' עמוד 289|page=308}}}}, אדער קעגן [[שבט בנימין]]{{הערה|פירוש הראב"ד לספר יצירה}}, אדער קעגן [[שבט ראובן]]{{הערה|יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'}}, אדער קעגן [[שבט יששכר]]{{הערה|רסיסי לילה אות ל"ט}}. | ||
חודש תשרי איז קעגן דעם אות [[ל]]{{הערה|שם=יצירה}}. | חודש תשרי איז קעגן דעם אות [[ל]]{{הערה|שם=יצירה}}. | ||
דער צירוף פון [[שם הוי"ה]] אין דעם חודש איז והי"ה{{הערה|[[אר"י]], פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'. זעט אויך: | דער צירוף פון [[שם הוי"ה]] אין דעם חודש איז והי"ה{{הערה|[[אר"י]], פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'. זעט אויך: {{היברובוקס|רבי חיים אלעזר שפירא|דברי תורה - מהדורא חמישאה|4710|אות י'|page=18}}.}}, וואס גייט ארויס פון פסוק {{ציטוטון|וַיִּרְא'''וּ''' אֹתָ'''הּ''' שָׂרֵ'''י''' פַרְעֹ'''ה'''}}{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|יב|טו}}ִ}}. | ||
דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "חום", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "זרע", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}} {{ציטוטון|זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ}}{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|קו|ב}}}}. | דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "חום", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "זרע", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}} {{ציטוטון|זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ}}{{הערה|{{בבלי|בבא מציעא|קו|ב}}}}. | ||
== דינים און מנהגים == | == דינים און מנהגים == | ||
[[בית דין]] טוט נישט רופן צו [[דין תורה]] אין חודש תשרי, וויבאלד דער בעל דין איז פארנומען מיט די ימים טובים פון חודש{{הערה|{{שלחן ערוך|חושן משפט|ה|ב}}}}. טייל זענען געווארנט נישט צו שווערן אין דעם חודש{{הערה|שאלות ותשובות חתם סופר, חושן משפט סימן ע"ז}}. | [[בית דין]] טוט נישט רופן צו [[דין תורה]] אין חודש תשרי, וויבאלד דער בעל דין איז פארנומען מיט די ימים טובים פון חודש{{הערה|{{שלחן ערוך|חושן משפט|ה|ב}}}}. טייל זענען געווארנט נישט צו שווערן אין דעם חודש{{הערה|שאלות ותשובות חתם סופר, [https://shitufta.org.il/Responsa_Chatam_Sofer,_Choshen_Mishpat/77?selectedunittext=3 חושן משפט סימן ע"ז]}}. | ||
מען פירט זיך נישט צו [[ברכת החודש|בענטשן דעם חודש]] בעפאר תשרי{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תיז|ב|מפרש=מגן אברהם}}}}. טייל זאגן נאך אין נאמען פון דער [[בעל שם טוב]], אז חודש תשרי בענטשט השי"ת, און דאס געבט דעם כח פאר אידן צו בענטשן די איבריגע חדשים{{הערה|שערי המועדים | מען פירט זיך נישט צו [[ברכת החודש|בענטשן דעם חודש]] בעפאר תשרי{{הערה|{{שלחן ערוך|אורח חיים|תיז|ב|מפרש=מגן אברהם}}}}. טייל זאגן נאך אין נאמען פון דער [[בעל שם טוב]], אז חודש תשרי בענטשט השי"ת, און דאס געבט דעם כח פאר אידן צו בענטשן די איבריגע חדשים{{הערה|{{היברובוקס|רבי מנחם מענדל שניאורסאהן|שערי המועדים - ראש השנה|15803|עמוד כ"א|page=17}}}}. | ||
עס איז פארהאן א מנהג נישט צו זאגן [[תחנון]] אין גאנץ חודש תשרי חוץ פון די עשרת ימי תשובה, ווייל זיי זענען טעג פון שמחה און אנגעזעטיגט מיט מצוות{{הערה|תשובות הגאונים שערי תשובה, סימן של"ז; שיירי כנסת הגדולה, אורח חיים סי' קל"א הגהות בית יוסף אות י"ב}}. טייל נעמען אן אז מען קען פראווען א [[חתונה]] אויך אין סוף חודש תשרי, אנדערש ווי אנדערע חדשים{{הערה|ערוך | עס איז פארהאן א מנהג נישט צו זאגן [[תחנון]] אין גאנץ חודש תשרי חוץ פון די עשרת ימי תשובה, ווייל זיי זענען טעג פון שמחה און אנגעזעטיגט מיט מצוות{{הערה|תשובות הגאונים שערי תשובה, [[שית:Teshuvot_HaGeonim_(Shaarei_Teshuva)/337|סימן של"ז]]; שיירי כנסת הגדולה, אורח חיים סי' קל"א הגהות בית יוסף אות י"ב}}. טייל נעמען אן אז מען קען פראווען א [[חתונה]] אויך אין סוף חודש תשרי, אנדערש ווי אנדערע חדשים{{הערה|{{ערוך השולחן|אבן העזר|סד|יג}}; שאלות ותשובות משנה שכיר, אבן העזר סימן ב'}}. | ||
== מועדים וזמנים == | == מועדים וזמנים == |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:07, 12 נאוועמבער 2023
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
תשרי איז דער ערשטער חודש אין דער אידישער יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זיבעטער חודש ציילנדיג פון ניסן.
חודש תשרי פאלט געווענליך אויס אין פאראלעל מיט די מאנאטן סעפטעמבער-אקטאבער אין גרעגאריאנישן קאלענדאר, אין אנהייב פון הערבסט אין דעם צפון האלבקיילעך און פון פרילינג אין דעם דרום האלבקיילעך (וואו עס איז גלייך צו חודש ניסן אין צפון האלבקיילעך).
אין רוב יארן, פאלט אויס תקופת תשרי אין דעם חודש.
אין דער לוח
אין דער באשטימטער אידישער לוח, איז תשרי אלעמאל א "חודש מלא" פון דרייסיג טעג[1]. דער פאריגער חודש איז אלעמאל א "חודש חסר", מיט 29 טעג, און ראש חודש תשרי וואלט דעריבער געדארפט זיין איין טאג, א' תשרי[1]. מען האלט אבער ראש השנה אויך דעם קומענדיגן טאג, ב' תשרי[2].
חודש תשרי קען זיך אנהייבן אין א מאנטאג, דינסטאג, דאנערשטאג אדער שבת, לויט דעם כלל לא אד"ו ראש[3].
אין די צייטן וואס מען האט באשטימט די חדשים על פי הראייה, פלעגן די שליחים פון בית דין ארויספארן צו די ווייטע פלעצער מודיע צו זיין ווען מען האט באשטימט ראש חודש, צוליב די ימים טובים וועלכע פאלן אויס אין דעם חודש[4].
נאמען
אין אנהייב זענען די חדשים אין אידישן קאלענדאר גערופן געווארן לויט זייער צאל, אנגעהויבן פון ניסן; דער חודש האט אלזא געהייסן "החודש השביעי"[5]. אין מדרש ווערט דער נאמען אויך געטייטשט פון לשון משׂוּבע, ווייל עס איז אנגעזעטיגט מיט מצוות און מיט פרוכט און תבואה[6]; אדער פון לשון שבועה, ווייל אין דעם חודש האט השי"ת געשוואוירן צו געדענקען דעם זכות פון עקידת יצחק[7].
דער חודש ווערט אויך גערופן אין פסוק "ירח האיתנים"[8]. דער נאמען טרעפט מען אויך אין כנענ'ישע אויפשריפטן, און עס צייגט אויף די טייכן וועלכע רינען איבער אין די צייט[9], אדער ווייל דאן זאמלט מען איין דאס שפייז וואס שטארקט דעם מענטש[10]. חז"ל דרש'ענען דעם נאמען אויף די שטארקע אבות וועלכע זענען געבוירן אין דעם חודש, אדער ווייל דער חודש איז שטארק מיט מצוות[11]. טייל מפרשים ערקלערן אז דאס איז ווייל אין דעם חודש זענען די שטערקסטע ימים טובים וועלכע ברענגען א מענטש די נענטסטע צום שלימות[12].
דער רעלעוואנטער מאנאט איז גערופן געווארן "תשרי" אין בבל און אין מעסאפאטאמיע בכלל, פון אכד'יש tašrītu: אנהייב[13]. אין די תקופה פון גלות בבל און שיבת ציון איז דער נאמען אריינגעקומען אויך אין אידישע באנוץ, ווי די נעמען פון אלע חדשים[14], אבער עס ווערט נישט דערמאנט אין תנ"ך[15]. דער נאמען איז אויך געווארן אויסגעטייטשט אלס רמז צו א געבעט פון פארגעבן ("תשרי ותשבוק"), וואס מען בעט פון השי"ת אין די ימים נוראים[16], און פון לשון השראת השכינה, וואס איז געקומען ביי אידן ווען מען האט זיי אין דעם חודש מוחל געווען דעם חטא העגל[17].
די פאלאשן רופן דעם חודש 'תשרתו'.
די מאנאטן אקטאבער און נאוועמבער ווערן גערופן, אין טייל מיטל מזרח לענדער, "ערשטע תישרין" און "צווייטע תישרין".
סימבאלן און אייגנשאפטן
דער מזל פון דעם חודש איז מזל מאזנים[18], צוליב א שטערן גרופע וואס האט אמאל געדינט אלס הינטערגרונט צו די זון אין דעם חודש[א]. אין די ים המלח מגילות פון דער כת פון קומראן איז מזל עקרב דער מזל פון חודש תשרי.
לויט דער זוהר, איז חודש תשרי קעגן שבט יוסף[20]. לויט אנדערע, איז עס קעגן שבט אפרים[21], אדער קעגן שבט דן[22], אדער קעגן שבט מנשה[23], אדער קעגן שבט בנימין[24], אדער קעגן שבט ראובן[25], אדער קעגן שבט יששכר[26].
חודש תשרי איז קעגן דעם אות ל[18].
דער צירוף פון שם הוי"ה אין דעם חודש איז והי"ה[27], וואס גייט ארויס פון פסוק ”וַיִּרְאוּ אֹתָהּ שָׂרֵי פַרְעֹה”[28].
דער ערשטער האלב חודש ענדיגט די צייט פון "חום", און דער צווייטער האלב חודש הייבט אן די צייט פון "זרע", וועלכע ווערן דערמאנט אין פסוק[29] ”זֶרַע וְקָצִיר וְקֹר וָחֹם וְקַיִץ וָחֹרֶף וְיוֹם וָלַיְלָה לֹא יִשְׁבֹּתוּ”[30].
דינים און מנהגים
בית דין טוט נישט רופן צו דין תורה אין חודש תשרי, וויבאלד דער בעל דין איז פארנומען מיט די ימים טובים פון חודש[31]. טייל זענען געווארנט נישט צו שווערן אין דעם חודש[32].
מען פירט זיך נישט צו בענטשן דעם חודש בעפאר תשרי[33]. טייל זאגן נאך אין נאמען פון דער בעל שם טוב, אז חודש תשרי בענטשט השי"ת, און דאס געבט דעם כח פאר אידן צו בענטשן די איבריגע חדשים[34].
עס איז פארהאן א מנהג נישט צו זאגן תחנון אין גאנץ חודש תשרי חוץ פון די עשרת ימי תשובה, ווייל זיי זענען טעג פון שמחה און אנגעזעטיגט מיט מצוות[35]. טייל נעמען אן אז מען קען פראווען א חתונה אויך אין סוף חודש תשרי, אנדערש ווי אנדערע חדשים[36].
מועדים וזמנים
תשרי איז דער חודש מיט די מערסטע ימים טובים, און טייל רופן עס דעריבער אן "חודש החגים". די טעג פון יום טוב, חול המועד, שבת און תעניתים באטרעפן ארום די זעלבע ווי די געווענליכע וואכן טעג[ב].
- א' און ב' תשרי: ראש השנה
- א'-י' תשרי: עשרת ימי תשובה
- ג' תשרי: צום גדליה
- י' תשרי: יום כיפור
- ט"ו-כ"א תשרי: סוכות. דער לעצטער טאג איז אויך באזונדער באצייכנט אלס הושענא רבא
- כ"ב און כ"ג תשרי: שמיני עצרת און שמחת תורה
נאטיצן
- ↑ די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[19].
- ↑ אין ארץ ישראל איז עס פערצן באזונדערע טעג אין רוב יארן (ארום 60.5%) און פופצן אין די אנדערע יארן (כ-39.5%); אין חוץ לארץ איז עס פופצן און זעכצן.
רעפערענצן
- ↑ 1.0 1.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ח', הלכות ד'–ה'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תר"א, סעיף ב'
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ב'
- ↑ ראש השנה יח, א
- ↑ ויקרא טז, כט
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ח'
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ט'
- ↑ מלכים א' ח, ב
- ↑ יהושע שטיינבערג, משפט האורים, ערך איתן
- ↑ רד"ק, מלכים א' ח, ב
- ↑ ראש השנה יא, א
- ↑ רלב"ג, רבי יצחק אברבאל און מצודות דוד, מלכים א' ח, ב
- ↑ W. Muss-Arnolt, "The Names of the Assyro-Babylonian Months and Their Regents", Journal of Biblical Literature 11, 1892, עמ' 72–94, JSTOR 3259081
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת ראש השנה, פרק א', הלכה ב'
- ↑ סידור התפילה לרוקח, מהדורת הערשלער עמ' תרנ"א, וועלכער ערקלערט אז דעריבער הייסט דער חודש "בכסה" (תהלים פא, ד).
- ↑ ויקרא רבה, פרשה כ"ט, פסקה ח'; ילקוט שמעוני, שמות, רמז תרמ"ה; מדרש שמות החדשים, געדרוקט אין ספר תורה שלמה, כרך י-יא עמ' קע"ז
- ↑ צרור המור פרשת ויחי, ד"ה בנימן
- ↑ 18.0 18.1 ספר יצירה פרק ה' משנה י"ג
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קע"ג, עמוד א'. אזוי שטייט אויך אין מגלה עמוקות, פרשת בא דרוש ד'.
- ↑ ילקוט שמעוני, שמות, רמז תי"ח; רבי יוסף ג’יקטיליה, שערי אורה, סוף שער ה'; מאמר כליל תכלת להאר"י, סוף ספר יצירה; פירוש הגר"א, סוף ספר יצירה; פרי צדיק, מאמרי ראש חודש אייר; ויקח משה, נאך פרשת ויחי.
- ↑ רבי פינחס ברבי יעקב הכהן, קידוש ירחים לחודש תשרי; סידור בית יעקב להיעב"ץ, שער העין
- ↑ רבי אברהם בן עזריאל, ערוגת הבושם, חלק א' עמוד 289
- ↑ פירוש הראב"ד לספר יצירה
- ↑ יערות דבש חלק א', סוף דרוש ב'
- ↑ רסיסי לילה אות ל"ט
- ↑ אר"י, פרי עץ חיים, שער י"ט פרק ג'. זעט אויך: רבי חיים אלעזר שפירא, דברי תורה - מהדורא חמישאה, אות י'.
- ↑ בראשית יב, טוִ
- ↑ בראשית ח, כב
- ↑ בבא מציעא קו, ב
- ↑ שולחן ערוך, חושן משפט, סימן ה', סעיף ב'
- ↑ שאלות ותשובות חתם סופר, חושן משפט סימן ע"ז
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן תי"ז, סעיף ב'
- ↑ רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, שערי המועדים - ראש השנה, עמוד כ"א
- ↑ תשובות הגאונים שערי תשובה, סימן של"ז; שיירי כנסת הגדולה, אורח חיים סי' קל"א הגהות בית יוסף אות י"ב
- ↑ רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין, ערוך השולחן, אבן העזר, סימן ס"ד, סעיף י"ג; שאלות ותשובות משנה שכיר, אבן העזר סימן ב'
חדשים פון יאר | ||
---|---|---|
|