אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קרית וויזשניץ"
ק (החלפת טקסט – "(הויף)" ב־"(חסידות)") |
ק (החלפת טקסט – "חרדישע אידנטום" ב־"חרד'ישע אידנטום") |
||
(7 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{Coord|32.07355|34.83628056|display=title}}{{דעסקריפציע|געגנט אין בני ברק}} | |||
[[טעקע:Kiryat Vizhnitz, Bnei Brak.JPG|קליין|שילד ביים אריינגאנג צו דער קריה]] | [[טעקע:Kiryat Vizhnitz, Bnei Brak.JPG|קליין|שילד ביים אריינגאנג צו דער קריה]] | ||
'''קרית וויזשניץ''' (אפט אויכעט גערופן '''שיכון וויזשניץ''') איז א [[געגנט]] אין שטאט [[בני ברק]]. די געגנט איז דער הויפט צענטער פון דער [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניצער]] הויף. | '''קרית וויזשניץ''' (אפט אויכעט גערופן '''שיכון וויזשניץ''') איז א [[געגנט]] אין שטאט [[בני ברק]]. די געגנט איז דער הויפט צענטער פון דער [[וויזשניץ (חסידות)|וויזשניצער]] הויף. | ||
==היסטאריע== | ==היסטאריע== | ||
נאך דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]], האט דער פערטער וויזשניצער רבי, | נאך דער [[צווייטע וועלט מלחמה|צווייטער וועלט מלחמה]], האט דער פערטער וויזשניצער רבי, [[רבי חיים מאיר האגער]], דער "אמרי חיים", וועלכער האט זיך אין יענער צייט באזעצט אין [[גרויסווארדיין]], ארויסגעשיקט א קליינע צאל פון זיינע נענטסטע און געטרייסטע [[חסידים]] קיין [[ארץ ישראל]] כדי צוצוגרייטן די ערד פאר א געבוי און גרינדונג פון א צענטער פאר די וויזשניצער חסידים אין א"י. | ||
[[טעקע:Kollel in Kiryat Vizhnitz.JPG|קליין|לינקס|אויפנאמע פון דעם וויזשניצער כולל אין קרית וויזשניץ]] | [[טעקע:Kollel in Kiryat Vizhnitz.JPG|קליין|לינקס|אויפנאמע פון דעם וויזשניצער כולל אין קרית וויזשניץ]] | ||
שורה 11: | שורה 12: | ||
[[טעקע:Talmud Torah in Kiryat Vizhnitz, Bnei Brak.JPG|קליין|לינקס|וויזשניצער תלמוד תורה אין קרית וויזשניץ]] | [[טעקע:Talmud Torah in Kiryat Vizhnitz, Bnei Brak.JPG|קליין|לינקס|וויזשניצער תלמוד תורה אין קרית וויזשניץ]] | ||
[[ניסן]] [[ה'תש"ח|תש"ח]] איז אפגעהאלטן געווארן מעמד [[הנחת אבן הפינה]], און [[ | [[ניסן]] [[ה'תש"ח|תש"ח]] איז אפגעהאלטן געווארן מעמד [[הנחת אבן הפינה]], און [[סיון]] [[ה'תשי"א|תשי"א]] איז דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים אריבערגעצויגן פון תל אביב אין בני ברק און אויך די וויזשניצער ישיבה "בית ישראל ודמשק אליעזר" האט מען אריבערגעפירט אהין. [[ה'תשי"ב|תשי"ב]] איז דער פריערדיגער וויזשניצער רבי, [[רבי משה יהושע האגער]] דער "ישועות משה" אויך אהינגעקומען צו וואוינען, און נתמנה געווארן דורך זיין טאטע צו דינען אלס רב פון דעם שיכון. נאך דער פטירה פון דער "אמרי חיים" איז רבי משה יהושע געווארן א רבי און אנשטאט אים האט מען באקרוינט רב פונעם שיכון זיין עלטערער זון [[רבי ישראל האגער (ב)|רבי ישראל האגער]], דער היינטיגער וויזשניצער רבי. שפעטער ווען רבי ישראל איז אוועקגעטריבן געווארן פון וויזשניץ, האט מען באקרוינט זיין יונגערן ברודער [[רבי מנחם מענדיל האגער (בני ברק)|מענדיל]] אלס רב. אין יאר [[ה'תשס"ב]] האט דער רבי דער "ישועות משה" צוריקגעבערנגט רבי ישראל קיין וויזשניץ, און אין [[ה'תשע"ב|תשע"ב]] זייט נאך דער פטירה פון דער "ישועות משה" דינט רבי ישראל אלס רבי אין דעם שיכון. אלס [[דיין|דומ"ץ]] קרית וויזשניץ פלעגט דינען איבער פופציג יאר [[רבי משולם זושא לוריא]] (נפטר געווארן [[ט' טבת]] [[ה'תשע"ז]]). אין קרית וויזשניץ געפונען זיך איבער פופציג מוסדות ווי [[תלמוד תורה|חדרים]], [[כולל|כוללים]], [[מיידל שולע|מיידל שולעס]] און אזוי ווייטער. די צאל פון די איינוואוינערס פון שיכון וויזשניץ איז אומגעפער 3,000 משפחות. די מערהייט פון זיי זענען וויזשניצער חסידים. | ||
==די גאסן פון קרית וויזשניץ== | ==די גאסן פון קרית וויזשניץ== | ||
שורה 28: | שורה 29: | ||
[[קאַטעגאָריע:בני ברק]] | [[קאַטעגאָריע:בני ברק]] | ||
[[קאַטעגאָריע:וויזשניץ]] | [[קאַטעגאָריע:וויזשניץ]] | ||
[[קאַטעגאָריע: | [[קאַטעגאָריע:חרד'ישע אידנטום]] | ||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | [[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | ||
[[HE:קריית ויז'ניץ]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 23:12, 11 פעברואר 2024
קרית וויזשניץ (אפט אויכעט גערופן שיכון וויזשניץ) איז א געגנט אין שטאט בני ברק. די געגנט איז דער הויפט צענטער פון דער וויזשניצער הויף.
היסטאריע
נאך דער צווייטער וועלט מלחמה, האט דער פערטער וויזשניצער רבי, רבי חיים מאיר האגער, דער "אמרי חיים", וועלכער האט זיך אין יענער צייט באזעצט אין גרויסווארדיין, ארויסגעשיקט א קליינע צאל פון זיינע נענטסטע און געטרייסטע חסידים קיין ארץ ישראל כדי צוצוגרייטן די ערד פאר א געבוי און גרינדונג פון א צענטער פאר די וויזשניצער חסידים אין א"י.
צווישן די יארן תש"ו - תש"ח האבן די שליחים פון דעם אמרי חיים דורכגעפירט פארהאנדלונגען מיט פארשידענע אייגענטימערס פון פעלדער און קרקעות, און צולעצט איז איינגעקויפט געווארן א ריזיגן שטח לעבן בני ברק וואס דעמאלטס אין יענע יארן איז נאך געווען גאר א קליינע שטאט. אנפאנג, האט דער שיכון געהייסן "כפר וויזשניץ" און שפעטער ווען מען האט עס פאראייניגט מיט בני ברק און זכרון מאיר האט מען געטוישט צו "קרית וויזשניץ".
ניסן תש"ח איז אפגעהאלטן געווארן מעמד הנחת אבן הפינה, און סיון תשי"א איז דער וויזשניצער רבי דער אמרי חיים אריבערגעצויגן פון תל אביב אין בני ברק און אויך די וויזשניצער ישיבה "בית ישראל ודמשק אליעזר" האט מען אריבערגעפירט אהין. תשי"ב איז דער פריערדיגער וויזשניצער רבי, רבי משה יהושע האגער דער "ישועות משה" אויך אהינגעקומען צו וואוינען, און נתמנה געווארן דורך זיין טאטע צו דינען אלס רב פון דעם שיכון. נאך דער פטירה פון דער "אמרי חיים" איז רבי משה יהושע געווארן א רבי און אנשטאט אים האט מען באקרוינט רב פונעם שיכון זיין עלטערער זון רבי ישראל האגער, דער היינטיגער וויזשניצער רבי. שפעטער ווען רבי ישראל איז אוועקגעטריבן געווארן פון וויזשניץ, האט מען באקרוינט זיין יונגערן ברודער מענדיל אלס רב. אין יאר ה'תשס"ב האט דער רבי דער "ישועות משה" צוריקגעבערנגט רבי ישראל קיין וויזשניץ, און אין תשע"ב זייט נאך דער פטירה פון דער "ישועות משה" דינט רבי ישראל אלס רבי אין דעם שיכון. אלס דומ"ץ קרית וויזשניץ פלעגט דינען איבער פופציג יאר רבי משולם זושא לוריא (נפטר געווארן ט' טבת ה'תשע"ז). אין קרית וויזשניץ געפונען זיך איבער פופציג מוסדות ווי חדרים, כוללים, מיידל שולעס און אזוי ווייטער. די צאל פון די איינוואוינערס פון שיכון וויזשניץ איז אומגעפער 3,000 משפחות. די מערהייט פון זיי זענען וויזשניצער חסידים.
די גאסן פון קרית וויזשניץ
די מערהייט פון די גאסן אין דעם שיכון זענען גערופען נאך די פריערדיגע וויזשניצער רביס און אנדערע רבנים און רבי'ס וואס געהערן צו דער וויזשניצער צווייג און זענען ווי פאלגנד:
- אהבת שלום.
- תורת חיים.
- צמח צדיק.
- גבעת פנחס.
- שדרות האדמו"ר מוויזשניץ.
- האדמו"ר מווישאווא
- אמרי ברוך
- דמשק אליעזר
- טל חיים
- א ברייטע שטיקל פון די גאסן אמרי חיים און עזרא ווערן אויך פארעכנט אלס א טייל פון דעם שיכון.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!