רוי:רבי משולם זושא לוריא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

רבי משולם זושא לוריא (כ"ה טבת ה'תרפ"ט - ט' שבט ה'תשע"ז) איז געווען דער דיין פון וויזשניץ אין קרית וויזשניץ, בני ברק איבער פופציג יאר.

געשיכטע

רבי משולם זושא איז געבוירן געווארן אין יאר תרפ"ט אין רומעניע צו זיין פאטער רבי אהרן יוסף. נאך דער צווייטער וועלט קריג איז ער ארויפגעקומען מיט זיין משפחה קיין ארץ ישראל און האט זיך באזעצט אין טבריה. אלס בחור האט ער געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה "בית ישראל ודמשק אליעזר" אביסל נאכדעם וואס ער האט דעגרייכט דרייסיג יאר, און נאכדעם וואס ער האט באקומען א היתר הוראה (ערלויבעניש צו פסק'נען הלכה) פון דעם געוועזענעם פוסק הדור רבי שמואל הלוי וואזנער, האט איהם דער וויזשניצער רבי, רבי חיים מאיר האגער, דער "אמרי חיים", ממנה געווען אלס דיין און מורה צדק פון קרית וויזשניץ וואו ער האט געדינט מער ווי פופציג יאר מיט א מוראדיגע איבערגעגבנקייט צו זיין אויפגאבע און צו זיינע רביס דער אמרי חיים, דער ישועות משה און רבי ישראל. דער ישועות משה האט זיך אויסגעדריקט אויף איהם עטליכע מאל:" ער איז מיין פוסק". ווען הרב וואזנער פלעגט פארן אין אויסלאנד האט ער באפוילן אז מען זאל זיך ווענדן מיט יעדע שאלה צו רבי זושא, און באזונדער ווען ס'איז געווען שאלות וואס האבן צו טוהן מיט יראת שמים האט ער געבעטן אז מען זאל פרעגן ביי רבי זושא. שטענדיג פלעגט ער אויסנוצן די צייט צו לערנען. ער פלעגט אויפשטיין ביינאכט נאך חצות און לערנען ספרי קבלה און געהעריג זיך צוגרייטן צום דאווענען. ער פלעגט האבן א געוואלדיגע און א פרעכטיגע בקיאות אין דער תורה און ספרים, אזוי ווי צום ביישפיל: גמרא, שלחן ערוך, ספרי חסידות און נאך. די לעצטע יארן איז ער קראנק געווארן און ט' שבט ה'תשע"ז האט ער אויסגעהויכט זיין אויסגלויטערטע נשמה צום באשעפער.

קינדער

  • רבי שמואל, רב פון דער וויזשניצער קהילה אין אנטווערפן, בעלגיע.
  • רבי משה בן ציון, ראש כולל וויזשניץ אין קרית וויזשניץ, בני ברק.
  • רבי ברוך, פון די וויזשניצער רבנים אין ירושלים.

דרויסנדיגע לינקס

דער וויזשניצער דיין ר' זושא לוריא אויף JDN - אויף העברעיש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!