אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ניקאלא טעסלא"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(פארמעקט בילד)
צייכן: באקוקט
ק (דעסקריפציע: ערפינדער און פיזיקער)
 
(איין מיטלסטע ווערסיע פון איין אנדער באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע|ערפינדער און פיזיקער}}
{{וויסנשאפטלער
{{וויסנשאפטלער
|באשרייבונג= ניקאלא טעסלא בערך 1890
|באשרייבונג= ניקאלא טעסלא בערך 1890
שורה 32: שורה 33:
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:ניקולה טסלה]]
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 02:45, 20 אקטאבער 2023

ניקאלא טעסלא
פעלדער פיזיק
הויפט ביישטייערן
וועקסלשטראם

ניקאלאַ טעסלאַ (10טן יולי, 1856 - 7טן יאנואר, 1943; סערביש: Никола Тесла) איז געווען א סערבישער ערפינדער, פיזיקער, מעכאנישער אינזשעניר, און עלעקטרישער אינזשעניר. ער איז געבוירן געווארן אין סמיליאן, עסטרייך אונגארישע אימפעריע (היינט אין דער רעפובליק פון קראאטיע. שפעטער איז ער געווארן אן אמעריקאנער בירגער.

טעסלא האט דערפינדן א פריערע פארעם פון ראדיא. זיינע הויפט ערפינדונגען זענען געווען אין די פעלדער פון מאגנעטיזם און עלעקטריע. ער איז בעסט באוואוסט פאר זיינע ביישטייערונגען וואס האבן געצויגן צו דער אנטוויקלונג פון בייטשטראם.[1] בייטשטראם האט א מעלה איבער גלייכשטראם, אז מען פארלירט נישט אזוי פיל ענערגיע ווען ער ווערט טראנסמיטירט איבער לאנגע אפשטאנדן.

טעסלא איז געשטארבן אין דעם ניי יארקער האטעל דעם 7טן יאנואר, 1943.

דעם 10טן יולי 2006, זיין 150סטער געבורטסטאג, האט מען גערופן דעם אינטערנאציאנאלן לופטפעלד אין בעלגראד אויף זיין נאמען.

לעבנסגעשיכטע

טעסלא איז געבוירן געווארן דעם 10טן יולי, 1896, אין סמיליאן, עסטרייך אונגארישע אימפעריע.[2] זיין פאטער איז געווען א גלח אין דער סערבישער ארטאדאקסישער קירכע.

זיין ערשטע שטעלע האט ער באקומען אין 1881 ארבעטן אלס א טעלעגראף אפערירער אין בודאפעשט. ער האט ערפינדן א הילכער פאר טעלעפאנען.

ער האט געפלאנעוועט די טעלעפאן סיסטעם אין רומעניע.

אין 1884 האט ער אימיגרירט אין די פאראייניגטע שטאטן, וואו ער האט אנגעהויבן ארבעטן ביי טאמעס עדיסאן.

רעפערענצן

  1. Laplante, Phillip A. (1999). Comprehensive Dictionary of Electrical Engineering 1999. Springer. p. 635.
  2. "Happy birthday, Nikola Tesla: thanks for the electricity", The Guardian (לאנדאן), GMG. דערגרייכט דעם 21סטן פעברואר 2011. 
  • NikolaTesla.fr - מער ווי 1,000 דאקומענטן וועגן טעסלא

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!