אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיר תקופות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (מיזוג רעפערענצן, החלפות ( דווקא ), הגהה)
ק (.)
 
(97 מיטלסטע ווערסיעס פון 6 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
א '''תקופה''' איז איינער פון די פיר צייטן איז יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און עס ווערט אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די תקופה איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פון די אידישע לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה.
{{דעסקריפציע|אידישע אסטראנאמישע צעטיילונג פון דער זון-יאר}}
[[טעקע:Summer Solstice Sunrise over Stonehenge 2005.jpg|קליין|דער זון אויפגאנג אין "סטאנהענדזש", [[ענגלאנד]], אינעם לענגסטן טאג פון יאר (תקופת תמוז)]]
די '''פיר תקופות''' זענען די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינעם פון אירע ווענדפונקטן. דאס איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פונעם [[אידישער לוח|אידישן לוח]] און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און [[ברכת החמה]]. אין די צייטן ווען בית דין האט מעבר געווען יארן לויט א חשבון יעדן יאר, נישט דורך א באשטימטן לוח ווי מיר האבן היינט, האט די תקופה געשפילט די גרעסטע ראלע אינעם מעבר זיין דאס יאר.


אין די גמרא און אין רמב"ם ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה וועט זיין. אין גמרא ווערט געברענגט תקופת שמואל, און די ראשונים ברענגען אראפ אויך תקופת רב אדא, וואס שטאמט פון א ברייתא פון רב אדא בר אהבה היינט פארלוירן. די צוויי מהלכים וויאזוי צו רעכענען די תקופה דינגען זיך אויך איבער די פראגע ווען דער ערשטע מולד איז געווען: מיטוואך פון ששת ימי בראשית פארטאגס, אדער א וואך דערויף.
אין גמרא און אין די ראשונים ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה קומט אויס. באקאנט זענען [[תקופת שמואל]] און [[תקופת רב אדא]], וועלכע זענען צוויי מהלכים איבער דער לענג פונעם טראָפּישן יאר און די תקופות. אין דעם מחלוקת איז אויך געוואנדן ווען מ'רעכנט די ערשטע תקופה.


די רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט די 'אמת'ע תקופה', און פארשידענע מחברים האבן אויסגעארבעט לויט די חשבונות דארטן די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנעמער.
דער [[רמב"ם]] אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט אז לויט זיינע חשבונות קען מען אויסרעכענען די "אמת'ע תקופה" און פארשידענע מחברים האבן לויט דעם אויסגעארבעט די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.


די תקופה האט געשפילט א גרויסע ראלע אין די לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וואס האבן געבויעט זייערע חשבונות אויף די אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.
די תקופה האט אויך געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-[[איסיים]] פון [[קומראן]], וועלכע האבן געבויט זייערע חשבונות אויף דער אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.
==נעמען און הגדרה==
די פיר תקופות זענען די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינע פון אירע ווענדפונקטן, און זיי ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן, און תמוז. די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראפישע יאר אויף פיר. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"{{הערה|שם=סנהדריג|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}, א טערמין וואס מען טרעפט שוין אין די מגילות ים המלח{{הערה|[https://www.researchgate.net/publication/322034015_A_Newly_Reconstructed_Calendrical_Scroll_from_Qumran_in_Cryptic_Script מגילה 4Q324d]}}. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צו די צייט אפשניט פון איין תקופה צום צווייטן, און עס הייסט אזוי ווי די תקופה וואס האט עס אנגעהויבן{{הערה|ווי אין די סוגיא אין {{בבלי|ראש השנה|כא|א|ללא=שם}}}}.


די שורש פון די ווארט "תקופה" איז מלשון הקפה – ארום קרייזן, און עס מיינט "צוריק קומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביים תקופה קומט נישט די זון צוריק צו אנהייב גאנג נאר ענדיקט בלויז א פערטל דערפון, הייסט עס א "תקופה" ווייל עס ענדיקט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אין די יאר{{הערה|שם=עיבורב|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שני. {{ציטוטון|ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל הקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.}}}}.
==נאמען און באדייט==
די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס [[טראפישע יאר|טראָפּישע יאר]] אויף פיר. זיי ווערן אנגערופן נאך דעם [[חודש]] ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן און תמוז. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין [[גמרא]] "יום תקופה"{{הערה|שם=סנהדריג|{{בבלי|סנהדרין|יג|א}}}}, א טערמין וואס מ'טרעפט אויך אין די מגילות ים המלח{{הערה|[https://www.researchgate.net/publication/322034015_A_Newly_Reconstructed_Calendrical_Scroll_from_Qumran_in_Cryptic_Script מגילה 4Q324d]}}. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צום צייט-אפשניט פון איין תקופה צו דער צווייטער, און עס ווערט גערופן אויפן נאמען פון דער תקופה וואס האט עס אנגעהויבן{{הערה|ווי אין דער סוגיא אין {{בבלי|ראש השנה|כא|א}}}}.


תקופת ניסן איז ווען די זון דערגרייכט אנפאנג מזל טלה{{ביאור|די נעמען פון די מזלות דערמאנט דא זענען א לשון מושאל פאר פאזיציעס פון די זון איבערן עקליפטיק. די עצם שטערן גרופעס נאך וואס זיי הייסן זענען שוין אבער פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם||יסודי התורה|ג|ז}}}}}}, תקופת תמוז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזניים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ג}}}}. אזוי אויך איז תקופת תשרי אינמיטן הערבסט און איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער; ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.5°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג; דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער; ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.5°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstices), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinoxes){{הערה|שם=עיבורב}}.
דער שורש פונעם ווארט "תקופה" איז מלשון "הקפה" – ארומקרייזן, און עס מיינט "צוריקקומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביי דער תקופה קומט די זון נאכנישט צוריק צום אנהייב פון איר גאנג, נאר ענדיגט בלויז א פערטל דערפון, ווערט עס אבער אנגערופן א "תקופה", וויבאלד עס ענדיגט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אינעם יאר{{הערה|שם=עיבורב|{{היברובוקס|רבי אברהם בר חייא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי, שער שני|page=95}}: {{ציטוטון|ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל התקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.}}}}.


די צייט אפשניט ווילאנג עס געדויערט פארן זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן איז לאו דווקא אייניג. די גענויע צייט ווען די זון קומט אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלץ די "תקופה האמיתית". טעכניש ווערט עס ביי אידן אויסגערענכט דורך צוטיילן די אומגעפערער לענג פון די יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלץ די "תקופה האמצעית"{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ז}}; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק יג הלכה יא ד"ה ומאחר שתדע; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}.
תקופת תשרי איז אינמיטן הערבסט און איז איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער [[קו המשווה]]. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער, ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.44°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג, דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער, ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.44°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstice), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinox){{הערה|שם=עיבורב}}. אזוי אויך איז תקופת ניסן די צייט ווען די זון דערגרייכט אנפאנג פון [[גלגל המזלות|מזל]] טלה{{ביאור|די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן {{קישור שפה|עברית|מישור המילקה|עקליפטיק}}, אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט{{הערה|{{רמב"ם|יסודי התורה|ג|ז}}}}.}}, תקופת תמוז איז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזנים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|ט|ג}}}}.


די לענג פון די יאר לויט די וויסנשפאטליכער טוישט זיך אלס, און איז אין די 21'שטע יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס{{הערה|שם=חיימא|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}. די לענג פון די תקופות זענען נישט אייניג, און טוישן זיך אויך מיט די צייט; זומער איז 93.647 טעג, הערבסט 89.836, און זיי ווערן אלס לענגער; ווינטער איז 88.997 טעג, פרילינג 92.764, און זיי ווערן אלס קערצער{{הערה|מרדכי גנוט, '''לוח דבר בעתו'' תש"ע, בני ברק, תש"ע, זייט 1375; און אין אלע נאכפאלגענדע לוחות אין יענעם קאפיטל}}.
די גענויע צייט ווען די זון קומט באמת אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלס די "תקופה האמיתית", אבער טעכניש ווערן די תקופות ביי אידן גערעכנט דורכן צעטיילן די אומגעפערע לענג פונעם יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלס די "תקופה האמצעית"{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|י|ז}}; '''פירוש''', {{רמב"ם|קידוש החודש|יג|יא|מפרש=ר׳ דוד בר' עובדיה}}; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.}}.


==הלכות, אגדתא און מנהגים==
אַסטראָנאָמיש גערעדט, איז דער צייט-אפשניט ווילאנג עס געדויערט פאר דער זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן נישט אייביג אייניג, וויבאלד די זון גייט אמאל שנעלער און אמאל שטאטער. אזוי אויך איז די לענג פונעם טראָפּישן יאר נישט אלץ די זעלבע. די תקופות וואס מ'ניצט ווערן דעריבער אנגערופן "תקופות אמצעיות", דהיינו אז דאס איז בלויז דער דורכשניט ווען מ'רעכנט צוזאם א לאנגן צייט-אפשניט. דער [[רמב"ם]] אין הלכות קידוש החודש<ref>פרק יג.</ref> גיבט א וועג ווי אזוי אויסצורעכענען די "תקופה אמיתית", ד"ה דאס גענויע ארט וואו די זון איז באמת. פארשידענע מחברים האבן לויט דעם אויסגעארבעט די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.
ווען מ'פלעגט מאכן אן עיבור לויט א פאקטישן חשבון, אנשטאט דעם קביעות'דיגן חשבון וואס מיר פארמאגן היינט זינט יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן. מען מאכט עיבור יארן צו הלאטן פסח נאך תקופת ניסן{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ד|דא}}}}, און סוכות נאך תקופת תשרי{{הערה|שם=סנהדריג}}. לויט טייל ראשונים איז די 19 יאריגע מחזור פון עיבור יארן אויך געבויעט אויף די תקופה.


אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" ביים זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע|או"ח|קיז|א}}}}, און נאך תקופת ניסן פאסטן שוין נישט אפילו יחידים צוליב אן עצירת גשמים{{הערה|{{שוע|או"ח|תקעה|ז}}}}. אויך די צייט צו זאגן ברכת החמה איז געבויט אויף די חשבונות פון תקופת שמואל{{הערה|{{בבלי|ברכות|נט|ב}}}}.
לויט די וויסנשאפטלער, טוישט זיך כסדר די לענג פונעם יאר, און איז אינעם 21סטן יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס{{הערה|שם=אש"ה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}. דער צייט-אפשניט פון איין ווענדפונקט צום צווייטן זענען נישט אייניג און טוישן זיך אויך: תקופת תמוז איז 93.647 טעג, תקופת תשרי 89.836, און זיי ווערן אלץ לענגער; תקופת טבת איז 88.997 טעג, תקופת ניסן 92.764, און זיי ווערן אלץ קירצער{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 623}}.


עס איז דא אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער ביי דער צייט פון דער תקופה{{הערה|רמ"א אין {{שוע|יוד|קטז|ה}}}}.
== אין הלכה ==
=== מעבר זיין דאס יאר ===
אין די צייטן ווען מ'פלעגט באשטימען אן [[עיבור יאר|עיבור-יאר]] לויט א פאקטישן חשבון, איידער מ'האט אוועקגעשטעלט דעם קביעות'דיגן חשבון אין יאר [[ד'קי"ט]], איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן ביים באשטימען אן עיבור יאר. דאס האט געארבעט אז בית דין האט אויסגערעכנט ווען תקופת ניסן גייט אויספאלן, און אויב האבן זיי געזען אז ס'וועט זיין פון ט"ז ניסן (דער צווייטער טאג פסח) און ווייטער, האבן זיי באשטימט מ'זאל צולייגן נאך א חודש אדר, צו מאכן די תקופה פריער<ref>רמב"ם קידוש החודש ד,ב. </ref>. לויט טייל ראשונים איז דער 19-יעריגער מחזור פון עיבור-יארן אויך געבויט לויט די תקופות{{הערה|שם=ראשונים|{{היברובוקס|רבי אברהם בר חייא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי, שער חמישי|page=109}} בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; {{היברובוקס|רבינו יצחק הישראלי|יסוד עולם|23867|מאמר ד', פרק ב'|page=128}}}}.


די גמרא פארציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען די טעג ווערן אלס קלענער האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף פאר די חטא עץ הדעת. ער האט געפאסט אכט טעג ביז תקופת טבת, ווען די טעג האבן אנגעהויבן ווידער גרעסער ווערן, און האט דאן פארשטאנען אז די איז די שטייגער פון דער וועלט, און ער האט געמאכט אכט טעג א יום טוב. דער קומענדיגע יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גויים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע סטרנורא און קלנדא{{הערה|{{בבלי|עבודה זרה|ח|א}}}}.
דער רמב"ם שרייבט אז ביי עיבור השנה האט גערעכנט לויט תקופת רב אדא{{הערה|שם=רמבםיו|{{רמב"ם|קידוש החודש|י|ו}}}}. עס איז דער איינציגסטע אזא פלאץ, ביי אלע אנדערע זאכן רעכנט מען מיט תקופת שמואל.


==תקופת שמואל==
=== תענית גשמים ===
===די מימרא פון שמואל===
אין די צייטן פון חז"ל פלעגט מען גוזר תענית זיין אין ארץ ישראל אויב ס'איז געווען אן "עצירת גשמים". כאטש מ'האט נאר גוזר געווען א געוויסן סכום פון תעניתים, קען ווער ס'וויל צולייגן אן אייגענע תענית ביז תקופת ניסן{{הערה|{{שוע|אורח חיים|תקעה|ז}}}}.
די הויפט מקור פאר תקופת שמואל איז א גמרא מסכת עירובין{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א}}}} וואו עס ווערט ווערט געברענגט א מימרא פון דעם אמורא שמואל, מיט די פאלגענדע כללים איבער די תקופות:
*תקופת ניסן געפאלט אלעמאל ביי די אנהייב אדער חצות פון די טאג אדער די נאכט: 0:00, 6:00, 12:00 אדער 18:00. ביי בריאת העולם איז די זון געהאנגען געווארן אין הימל אנהייב מיטוואך, וואס איז דינסטאג 18:00, און פון איין יאר צום צווייטן רוקט זיך די תקופה מיט א פערטל טאג{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=לפי שהמאורות}}}}.
*תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 1.5 אדער 7.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 1:30, 7:30, 13:30 אדער 19:30. די צייט אין טאג פון איין תקופה צום צווייטן איז גערוקט מיט 7.5 שעה פון די צייט אין טאג. אלזא, איז דער ערשטער תקופת תמוז געווען 1:30, און יעדער יאר רוקט זיך עס א פערטל טאג{{הערה|שם=עירובנו|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=ואין תקופת תמוז}}}}.
*תקופת תשרי געפאלט אלעמאל ביי 3 אדער 9 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 3:00, 9:00, 15:00 אדער 21:00.
*תקופת תמוז געפאלט אלעמאל ביי 4.5 אדער 10.5 שעה אין די טאג אדער די נאכט: 4:30, 10:30, 16:30 אדער 22:30.
*פון איין תקופה צום צווייטן איז דא 91 טעג און 7.5 שעה. געדרינגן פון דער כלל איז די לענג פון די יאר לויט שמואל: 365 טעג און 6 שעה.
*איין תקופה איז בלויז א האלבע שעה שפעטער פון צווייטן אין די ציקל פון די 7 שעה'דיגע מזלות (שצ"ם חנכ"ל). 91 טעג און 7 שעה זענען 313 ציקלען, און די רעשט איז בלויז איין האלבע שעה{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א|מפרש=רש"י|ד"ה=ואין תקופה}}}}.
דער חשבון, לויט וועלכע א יאר איז 365.25 טעג לאנג, און וואס איז אויך געווען אנגענומען ביי געלערנטער פון אנדערע פעלקער{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|ט|א}}; המפרש אויף די רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק ו הלכה ד ד"ה שנת החמה}}, איז באקאנט אלץ '''תקופת שמואל'''. געוויסע פארשער טענה'ן אז דער חשבון שטאמט פון איין דור איידער שמואל, ביי חנניה בן אחי רבי יהושע, וועלכע האט געטון אין עיבור השנים{{הערה|{{בבלי|ברכות|סג|א}}; {{ירושלמי|סנהדרין|ה|ב}}}}, און שמואל פסק'נט ווי זיינס א מימרא בשייכות צו תקופות{{הערה|{{בבלי|תענית|י|א}}}}. אין זיינער צייטן איז תקופת תשרי לויט די חשבון פון תקופת שמואל אויסגעקומען אויפן זעלבע טאג ווי לויט די אסטראנאמישע רעכענונגען{{הערה|שם=שמינית|יעקב לוינגר, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 74.}}. שיטת שמואל ווערט אויך געברענגט אין "ברייתא דשמואל הקטן"{{הערה|'''ברייתא דשמואל הקטן''', פראנקפורט דמיין, תרכ"ג, זייט 14}}.


רש"י ברענגט א סימן פאר די תקופות: "אזג"י ואט"ד". ווען תקופת ניסן פאלט אויס אנהייב טאג/נאכט (=א), וועט תקופת תמוז אויספאלן ביי 7.5 שעה אין טאג/נאכט (=ז), תשרי ביי 3 (=ג) און טבת ביי 10.5 (=י). ווען ניסן פאלט אויס ביי 6 שעה (=ו), וועט תמוז וועט אויספאלן ביי 1.5 (=א), תשרי ביי 9 (=ט) און טבת ביי 4.5 (=ד). אויב א"ז איז בייטאג איז ג"י ביינאכט, און אזוי אויך פארקערט און לגבי ואט"ד{{הערה|שם=עירובנו}}.
=== ותן טל ומטר ===
אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" אינעם זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי{{הערה|{{שוע|אורח חיים|קיז|א}}}}. דאס קומט אויס אין רוב יארן די נאכט פאר דעצעמבער 5, אבער אויב דער נאכפאלגנדער [[פעברואר]] פארמאגט 29 טעג איז עס די נאכט פאר דעצעמבער 6.


די זייגער פון תקופת ניסן רוקט זיך יעדן יאר מיט א פערטל טאג, צוריקקומענדיג יעדער פיר יאר, א "מחזור קטן"{{הערה|א טרעמין געניצט דורך עטליכע ראשונים, וואס שטאמט פון פרקי דרבי אליעזר פרק ו'}}, צום זעלבן צייט אין טאג אבער אין אן אנדערע טאג אין די וואך. עס גייט פון איין טאג אין וואך צום צווייטן אין די סדר פון דב"ז הגא"ו, און נאך 7 מחזורים קטנים קומט עס צוריק אן צו מיטוואך נאכט, וואו עס האט אנגעהויבן ביי ששת ימי בראשית. דאס געדויערט 28 יאר, א "מחזור גדול", און דאן איז דער צייט פון ברכת החמה{{הערה|{{בבלי|ברכות|נט|ב}} און רש"י אויפן פלאץ.}}.
=== ברכת החמה ===
איינמאל אין 28 יאר, ווען תקופת ניסן לויט שמואל פאלט אויס דינסטאג אוונט, מאכט מען א ברכה אויף דער זון עוֹשֵׂה מַעֲשֵׂה בְרֵאשִׁית<ref>{{בבלי|ברכות|נט|ב}}</ref>. דאס קומט אויס אלעמאל אין א [[מיטוואך]] אום אפּריל 8. דאס לעצטע מאל מ'האט געמאכט די ברכה איז געווען ערב פסח תשס"ט, און דאס קומענדיגע מאל וועט זיין כ"ג ניסן תשצ"ז.


===די תקופה אין די מולד===
=== ניטל ===
די ערשטע תקופת ניסן לויט שמואל איז געווען מיטוואך אנהייב נאכט, דאס הייסט דינסטאג אווענט 6:00. די מולד פון יענער ניסן איז לויט אים געווען א וואך דערויף, 9 שעה און 642 חלקים אין טאג{{הערה|ברייתא דסוד העיבור אין '''מסכת כותים''' עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה; {{רמב"ם||יסודי התורה|ט|ג}}}}.
ביי די אשכנזים, וועלכע שטאמען פון די אייראפעאישע קריסטליכע לענדער, פירט מען זיך נישט צו לערנען אין נאכט פון ניטל, ווען ס'איז די קריסטליכע חגא. ביי רוב קהילות איז ניטל די נאכט פאר יאנואר 7, דער טאג ווען ס'איז געווענליך תקופת טבת. די קהילות וואס שטאמען פון רוסלאנד/אוקראינע, וואו די ארטיגע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן האלטן חגא לויט'ן יוליאנישן קאלענדאר, לערנען נישט די נאכט צו דעצעמבער 25.


דער סמ"ג{{הערה|עשין מז}} איז מסביר אז די לבנה האט זיך פארזוימט א וואך צוליב די סכסוך מיט די זון וואס האט געפירט צו דעם אז זי זאל קלענער ווערן. תוספות לערנט אז שמואל האלט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם, און די ערשטע מולד (תשרי שנת ב') איז מולד איז געווען פרייטאג פון בריאת העולם, און די נומער פון 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים איז געבויעט אויך א חשבון צוריק צו וועגס{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|ח|א|מפרש=תוספות|ד"ה=לתקופות}}}}. אנדערע האלטן אז די די מולד איז געווען מיטוואך פון ששת ימי בראשית, און די זון איז באשאפן געווארן אינמיטן זיין גאנג, אויסזעענדיג ווי די תקופה האט געווען א וואך פריער{{הערה|'''יסוד עולם''' לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק יד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, '''חזון איש''', חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות א}}.
=== טרינקען וואסער ===
עס איז פארהאן אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער אין דער צייט פון דער תקופה<ref>רמ"א יוקטז,ה.</ref>.


===דער יוליאנער קאלענדער===
=== אין אגדת חז"ל ===
די יוליאנער קאלענדער איז געבויט אויף אן אסטראנעמישע שיטה אז די זון יאר איז גענוי 365.25 טעג לאנג, גענוי ווי שיטת שמואל. א יאר אין די יוליאנער קאלנעדער האט 365 טעג, און יעדע פערדע יאר ווען די פערטלעך טעג קלייבן זיך צוזאם צו איין גאנצע, איז אן "עיבור יאר", א יאר מיט איין איבריגע 366'סטע טאג. דאס מאכט אז די תקופות זאלן כמעט אלעמאל אויספאלן אין די זלעבע דאטום אויף די יוליאנער קאלענדער.
פון [[חז"ל]] זעט אויס אז באלד פון [[ששת ימי בראשית]] איז דער גאנג פון דער זון געווען לויט די תקופות. אין [[פרקי דרבי אליעזר]]{{הערה|[[שית:Pirkei_DeRabbi_Eliezer/8|פרק ח]]}} ווערט פארציילט אז באלד ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די זון, האט ער איינגעארדנט די תקופות און איבערגעגעבן די חשבונות פאר אדם הראשון, ווי עס שטייט אין פסוק "זה ספר תולדות אדם"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ה|א}}}}. אויך ברענגט די גמרא א [[ברייתא]] וואס דערציילט אז ווען [[אדם הראשון]] האט געזען אין די טעג פאר תקופת טבת ווי די טעג ווערן אלץ קירצער, האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף אויפן [[חטא עץ הדעת]], אז דער טאג גייט ווערן קלענער און קלענער ביז די וועלט ווען חרוב ווערן, און דעריבער האט ער געפאסט אכט טעג. נאך תקופת טבת, ווען ער האט געזען ווי די טעג הייבן ווידער אן גרעסער ווערן, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער שטייגער פון דער וועלט און ער האט דאן געמאכט אכט טעג א יום טוב. דעם קומענדיגן יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גוים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע "סטרנורא" און "קלנדא"{{הערה|{{בבלי|עבודה זרה|ח|א}}}}.


די פיר יעריגע ציקל שטימט מיט די יאר ציילונג, דאס מיינט יאר 1 איז דער ערשטע אין די ציקל, 2 דער צווייטער, און אזוי ווייטער. וויסנדיג וואו מען האלט דערין, קען מען באלד וויסן דער גענוי דאטום אין צייט פון די תקופה, ווי פאלגענד{{הערה|באזירט אויף אברהם אריה עקביא, '''לוח לששת אלפים שנה''', ירושלים: מוסד רב קוק, תשל"ו, זייט מט}}:
ווידעראום אין טייל מפרשים אויפן פסוק "עוד כל ימי הארץ זרע וקציר וקר וחם וקיץ וחרף ויום ולילה לא ישבתו"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב}}}}, ווערט ערקלערט אז ביזן [[מבול]] איז דער גאנג פון דער זון אלץ געווען העכער דער קו המשווה, אזויווי אין תקופת ניסן, און נאר נאכן מבול האט איר קרייז אוועקגענויגט פון דער קו המשווה וואס האט געברענגט צו פיר תקופות אין יאר{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב|מפרש=ספורנו}}}}. א ראיה דערצו ווערט געברענגט פונעם מדרש{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|לד|יא}}}} אויף דעם פסוק וואס זאגט אז ביזן מבול איז אלעמאל געווען "א שיינער וועטער אזויווי אין תקופת ניסן"{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ח|כב|מפרש=מלבי"ם}}; [https://library.alhatorah.org/?r1=R._S.R._Hirsch_Bereshit_8 רש"ר הירש] ביי alhatorah}}.
 
== די פארשידענע תקופות ==
[[טעקע:לוח דבר בעתו.jpg|ממוזער|שמאל|אינעם [[לוח]] "דבר בעתו" ווערט יערליך אנגעצייכנט די גענויע דאטומען און צייטן פון די תקופות, לויט עטליכע שיטות. דער לוח דבר בעתו פון יאר [[תשע"ה]]]]
עס זענען פארהאן מערערע שיטות וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון דער תקופה. באקאנט זענען די צוויי שיטות גערופן "תקופת שמואל" און "תקופת רב אדא".
=== תקופת שמואל ===
{{הויפט ארטיקל|תקופת שמואל}}
די שיטה פונעם [[אמורא]] [[שמואל]] אנבאלאנגט דער לענג פון די פיר תקופות ווערט גערופן "תקופת שמואל". דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר" און די צייט פון מאכן ברכת החמה, ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל{{הערה|{{שוע|אורח חיים|קיז|א}} און {{שוע|אורח חיים|רכט|ב|אן=נאמען}}}}. די שיטה איז געבויט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין{{הערה|{{בבלי|עירובין|נו|א}}}}, וואו עס קומט אויס אז א יאר איז 365 טעג און 6 שעה, און יעדע פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.
 
די שיטה איז בעצם אומפינקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר דעם המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערע חשבונות, און די [[סנהדרין]] האבן געהאט די "תקופת רב אדא", וואס איז יא פינקטליך, וועלכן מ'האט נישט ארויסגעגעבן פארן ברייטן המון<ref>ספר העיבור לראב"ח ג,ה.</ref>.
 
דער חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט אויסקומען לויט תקופת שמואל, ווערט געברענגט אין די ראשונים{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בר חייא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי, שער שלישי|page=97}}; {{רמב"ם|קידוש החודש|ט|ד}}; {{היברובוקס|אבן עזרא|ספר העבור|21162|ליק, תרל"ד, דף ב' עמוד ב'|page=19}}}}. די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן פונעם וועלט באשאף איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און דער [[מולד]] פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, ד"ה מיטוואך פארטאגס{{הערה|ברייתא דסוד העיבור אין '''מסכת כותים''' עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה; {{רמב"ם|יסודי התורה|ט|ג}}}}. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף{{הערה|{{סמ"ג|עשה|מז}}; {{היברובוקס|רבינו יצחק הישראלי|יסוד עולם|23867|מאמר ד', פרק י"ד|page=162}}; {{היברובוקס|רבי אברהם ישעיה קרליץ|חזון איש|14336| חלק אורח חיים, מועד, סימן קל"ח, אות א'|page=458}}}} און טייל ראשונים האלטן אז די שיטה גייט נאר לויט דער דעה אז "בתשרי נברא העולם", ווען דער חילוק צווישן דער תקופה און [[מולד]] איז געווען קלענער{{הערה|{{בבלי|ראש השנה|ח|א|מפרש=תוספות|ד"ה=לתקופות}}}}.
 
זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צום אסטראנאמישן באזיס פונעם יוליאנישן קאלענדאר, אזוי אז אין כמעט אלע יארן פאלן די תקופות אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלס א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר"{{הערה|{{טור|אורח חיים|קיז|מפרש=בית יוסף}} בשם דעם [[רבי דוד אבודרהם|אבודרהם]] (ירושלים תשכ"ג זייט ק"י); שו"ת התשב"ץ [[שית:Sefer_HaTashbetz,_Part_III/123|חלק ג', סימן קכ"ג]]}}.
 
לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר טוישן זיך דאטומען יעדע 100 אדער 200 יאר. די יעצטיגע דאטומען זענען גילטיג פון 1901 ביז 2099 למספרם. דער סדר גייט אין א "מחזור קטן" פון פיר יאר, אנגעפאנגען פון שנת א'. דער לעצטער מחזור האט זיך אנגעהויבן ניסן תשפ"א און וועט זיך ענדיגן טבת תשפ"ו.
{| class="wikitable"
{| class="wikitable"
|+ תקופת שמואל אויף די יוליאנער קאלענדער
|+
|-
!
!יאר!!ניסן!!תמוז!!תשרי!!טבת
!תקופת ניסן
!תקופת תמוז
!תקופת תשרי
!תקופת טבת
|-
|-
|1||מערץ 25°, 18:00||יוני 25, 1:30||סעפטעמבער 24, 9:00||דעצעמבער 24, 16:30
|1
|אַפּריל 7
6:00 PM
|יולי 8
7:30 AM
|אָקטאָבער 7
9:00 AM
|יאַנואר 6
4:30 PM
|-
|-
|2||מערץ 26, 0:00||יוני 25, 7:30||סעפטעמבער 24, 15:00||דעצעמבער 24°, 22:30
|2
|אַפּריל 8
12:00 AM
|יולי 8
1:30 PM
|אָקטאָבער 7
3:00 PM
|יאַנואר 6
10:30 PM
|-
|-
|3||מערץ 26, 6:00||יוני 25, 12:30||סעפטעמבער 24°, 21:00||דעצעמבער 25, 4:30
|3
|אַפּריל 8
6:00 AM
|יולי 8
1:30 PM
|אָקטאָבער 7
9:00 PM
|יאַנואר 7
4:30 AM
|-
|-
|4||מערץ 25, 12:00||יוני 24°, 19:30||סעפטעמבער 24, 3:00||דעצעמבער 24, 10:30
|4
|אַפּריל 7
12:00 PM
|יולי 7
7:30 PM
|אָקטאָבער 7
3:00 AM
|יאַנואר 6
10:30 AM
|}
|}
די צייכן °, מיינט אז די תקופה איז צווישן זעקסער אווענט און צוועלעפער ביינאכט, ווען די אידישער טאג האט זיך שוין געטוישט און דער יוליאנער נאכנישט.
די ראשונים{{הערה|בית יוסף אויף {{טור|אורח חיים|קיז}} בשם דער אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט קי); שאלות ותשובות התשב"ץ חלק ג סימן קכג}} ניצן דאס אלץ סימן צו וויסן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר", וואס איז זעכציג טעג נאך תקופת תשרי: אויב די קומענדיגע פעברואר וועט האבן 29 טעג (וואס מיינט אז היי יאר איז די 3'טע אין ציקל), וועט מען אנהייבן זאגן דער 23'סטע, און אויב נישט אין דער 22'טע.
די יוליאנער קאלענדער איז הונטערשטעליג פון דער גרעגאריאנער וואס איז אין באניץ זינט 1582. עס האט זיך אנגעהויבן מיט בלויז 11 טעג הונטערשטעליג, און עס שטייגט מיט א טאג יעדער 100'סטע יאר וואס איז נישט קיין 400'סטע. אין די 20'סטע און 21'סטע יארהונדערט האלט עס ביי 13 טעג, און דערפאר מען הייבט זאגן "ותן טל ומטר" דער 4'טע/5'טע אין דעצעמבער.
===די פונקטליכקייט פון דער חשבון===
תקופת שמואל איז אפיציעל אומפונקטליך; א יאר לויט דעם איז ארום 11 מינוט לענגער ווי די נומערן פון די רמב"ם און היינטיגע וויסנשפאליכער, און ארום 4.6 מינוט לענגער ווי לויט רב אדא. פילע ראשונים{{הערה|שו"ת התשב"ץ ח"א סימן קח; ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דף ח עמוד ב, און אין זיין פירוש הארוך אויף שמות פרק יב פסוק ב; }} זענען מסביר אז דאס איז אזוי צו פארגרינגערן דאס מאכן די חשבונות פארן המון עם, אינדערצייט וואס די פונקטליכערע תקופת רב אדא איז געווען באקאנט בלויז פאר די סנהדרין. א מימרא אין רב אדא'ס ברייתא לויטעט: {{ציטוטון|תקופת רב אדא בצנעא, ותקופת שמואל בפרהסיא}}. דער חזון איש{{הערה|רבי אברהם ישעיה קרליץ, '''חזון איש''', חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד; לויט ווי ס'איז עס מסביר רבי חיים קנייבסקי, '''שקל הקדש''', בני ברק, תשנ"ז, הלכות קידוש החודש פרק י סעיף קטן יח}} שרייבט אז אזוי האט מען עס מקובל מסיני: א פונקטליכע פאר די סנהדרין, און א גרינגערע פארן המון. ער געבט צו אז אין אלגעמיין {{ציטוטון|אינו מפסיד אם הקביעות של גבולי הצמצום יהיה בקירוב כדי שיוכלו לקיים מצוות המעשיות אף חלושי הדעת}}. דער תקופה איז נויטיג פארן המון עם כדי צו וויסן ווען אנצוהייבן זאגן "ותן טל ומטר"{{הערה|שם=שמינית}}.
דער סיבה פארן פארהוילן תקופת רב אדא, ברענגט רבי אברהם בן חייא הנשיא בשם "אחד מספרי הקדמונים" אז עס איז ווייל מכשפים וואלטן געקענט חרוב מאכן דער וועלט מיט דעם{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי; המפרש אויפן רמב"ם הלכות קידוש החודש פרק י הלכה א}}. די אבן עזרא זאגט אז מען האט עס באהאלטן צו פארשווערן פאראויסצושאצן עתידות מיט די מזלות{{הערה|ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד, דך ו עמוד ב}}. דער בני יששכר דרוקט זיך אויס דערוועגן "מטעם הכמוס אתם"{{הערה|'''בני יששכר''', מאמרי חדשי כסלו טבת מאמר ד אות פו}}.
דער רמ"ע מפאנו שרייבט אז שמואל האט זיך גערעכנט אז שפעטערע סנהדרין'ס וועלן כסדר צוריק רוקן די תקופה לויט ווי מען דארף, אבער גענוג חשוב'ע בתי דינים דערפאר זענען נישט נאכגעקומען{{הערה|'''אלפסי זוטא''', ברכות פ"ט}}. שמואל האט מעגליך אויך מייסד געווען א סדר וויאזוי אראפצורעכענען א טאג יעדעס יאר צוויי צי וויפיל, כדי צו פאררעכטן דעם חשבון, און די פרטים זענען פארגעסן געווארן דורכאויס די יארן{{הערה|יוסף משה גינזבורג, '''עתים לבינה''', ווארשא, תרנ"א, זייט 272}}.
אין שמואל'ס צייטן (ארום שנת ד' אלפים) איז תקופת ניסן געווען איבער 5 טעג גערוקט פון תקופת רב אדא, און 4 פון די אבזערוויטע גלייכנאכט. טייל האבן מחדש געווען אז די חשבון איז געבויעט אויף תקופת תשרי וואס האט יענע צייטן יא אויסגעפאלן נאנט צום אסטראנאמישן, ווייל מען וואלט נישט אנגענומען א חשבון וואס איז קענטיג נישט ריכטיג. רבי משה חיים רימיני האט גערעכנט לויט די אסטראנאמיע פון זיין צייט, און געטראפן אז אז די אסראנאמישע תקופה האט זיך געטראפן מיט שמואל'ס אום שנת 244 למספרם (ד' אלפים ד'). ער שרייבט אז שמואל האט גערעכנט פון תשרי ווייל ער פסק'נט ווי רבי אליעזר אז בתשרי נברא העולם{{הערה|רבי משה חיים רימיני, '''מחר חדש''', פירינצי, תקנ"ד, דף ג}}. יעקב לעווינגער האט איבערגעמאכט די חשבונות לויט די היינטיגע וויסנשאפט, און געטראפן אז דאס האט פארסירט איבסל איידער שמואל'ס צייטן, נעמליך אין יאר 158, (ג'תתקי"ח), אין די צייטן פון חנניה בן אחי רבי יהושע. ער האלט אז די חשבון איז געבויט אויף תקופת תשרי ווייל מען האט עס צוערשט געניצט לגבי דאס זאגן "ותן טל ומטר", וואס ווענד זיך אויף תקופת תשרי{{הערה|שם=שמינית}}.
==תקופת רב אדא==
===מקור און אידענטעטעט===
תקופת רב אדא ווערט געברענגט אין די ראשונים בשם זיינס א ברייתא וואס איז היינט פארלוירן{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער רביעי}}.. די פריהסטע ראשונים וואס ברענגען עס זענען "ספר העיבור" פון רבי אברהם בן חייא הנשיא{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי}}, און "ספר האלקושי" פון רבי יעקב בן שמשון א תלמיד פון רש"י{{הערה|כתב יד 692/6 אין די בולדיאנער ביבלעטעק, אראפ געברענגט דורך יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 671}}, ביידע געשריבן אין שנת ד'תתפ"ג. פריער איז עס דערמאנט דעווארן אין "מחברת העיבור" פון רבי יצחק בן ברוך אלבאליה וואס איז געשריבן געווארן ארום ד'תת"כ. דער ספר איז אויך פארלוירן, אבער עס ווערט ציטירט דורך רבי אברהם בן חייא הנשיא אין ספר העיבור.
די עלטסטע פארבליבענע געשריבענע מקור פאר תקופת רב אדא איז דווקא א חיבור פון א נישט-איד, דער באקענטער אראבישער מאטאמאטיקער מוחמד אל ח'ואריזמי וואס שילדערט דער אידישע לוח און ווייסט צו דערציילן אז זייערע זון-יאר איז לאנג 365 טעג 5 שעה און 3891/4104 פון א שעה{{הערה|איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), '''אסופות''' א, ירושלים, תשמ"ז, זייט קנט-קסח}}.


עס זענען געווען כאטש צוויי אמוראים וואס האבן געהייסן רב אדא בר אהבה{{הערה|{{בבלי|תענית|כ|ב|מפרש=תוספות|ד"ה=אמר ליה}}}}. אין ספר יוחסין{{הערה|רבי אברהם זכות, '''ספר יוחסין''', ווארשא, תרל"ו, זייט 79}} און צמח דוד{{הערה|רבי דוד גאנז, '''צמח דוד''', ווארשא, תרי"ט, זייט 58}} ווערט אנגענומען אן אז תקופת רב אדא איז פון די ערשטע רב אדא בר אהבה, א תלמיד חבר פון רב און שמואל וואס האט געלעבט ארום שנת ד' אלפים. ווידער רבי משה חיים רימיני שרייבט אז ער איז דער צווייטער, א תלמיד פון רבא וואב האט געלעבט ארום שנת ד'ק', גאר נאנט צו די צייט ווען הלל החמישי האט מייסד געווען די חשבון פון דער לוח, ווייל דאן (אין יאר 489 אדער 506{{הערה|יעקב לעווינגער, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 162}}) האט זיך די אסטראנאמישע תקופה געטראפן מיט תקופת רב אדא{{{{הערה|רבי משה חיים רימיני, '''מחר חדש''', פירינצי, תקנ"ד, דף ד}}.
=== תקופת רב אדא ===
===די תקופה און די עיבור יארן===
{{הויפט ארטיקל|תקופת רב אדא}}
די חשבון פון תקופת רב אדא איז אז א יאר איז לאנג 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, און יעדער פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|י|א}}}}. א חלק איז 1/1080 פון א שעה, באקאנט פון די חשבון פון די מולדות; א רגע איז 1/76 חלק, און איז נישט באקאנט אדער געניצט ערגעץ אנדערש. לויט דעם שיטה איז די ערשטע מולד געווען 9 שעה און 642 חלקים נאך די תקופה{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|י|ג}}}}.
די שיטה פון דער אמורא [[רב אדא בר אהבה]] אנבאלאנגט דער לענג פונעם יאר און די תקופות ווערט גערופן "תקופת רב אדא". לויט דער שיטה זענען פארהאן גענוי 235 חדשים אין 19 זון-יארן. לויט טייל ראשונים שטיצט זיך דערויף אונזער סדר פון עיבור יארן{{הערה|שם=ראשונים}}. די לענג פון א יאר איז לויט דעם 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, וואס א רגע איז 1/76 פון א חלק, און יעדע פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|י|א}}}}. אין היינטיגע צייט-רעכענונגען איז א טראָפּיש יאר לויט רב אדא 365 טעג, 5 שעה, 55 מינוט, און בערך 25 סעקונדעס, און א תקופה איז 91 טעג, 7 שעה, 28 מינוט, און בערך 52 סעקונדעס.


19 יאר לויט תקופת רב אדא קומען אויס גענוי 235 חודשים פון מולד צו מולד, וואס זענען 29 טעג 12 שעה און 793 חלקים. לויט טייל ראשונים{{הערה| ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; '''יסוד עולם''' לרבינו יצחק הישראלי מאמר ד פרק ב}}, איז די 19 יעריגע מחזור פון עיבור יארן איז געבויט אויף דעם פאקט. 19 מאל 12 איז 228, בלייבן איבער זיבן חודשים, וואס זענען די אדר-ב'ען פון די 7 עיבור יארן. די 'יום התקופה' פון תקופת ניסן טוט דיקטירן אויך די סדר פון די עיבור יארן: אויב פאלט עס אויס מער ווי 16 טעג מעת לעת נאך א מולד, מוז יענער זיין די מולד פון חודש אדר. לויט זיי איז דאס פשט פון רב הונא בר אבין'ס כלל אין מסכת ראש השנה: {{ציטוטון|כד חזית דמשכה תקופת טבת עד שיתסר בניסן עברה לההיא שתא ולא תיחוש לה, דכתיב שמור את חדש האביב, אביב של תקופה שיהא בחודש ניסן|{{בבלי|ראש השנה|כא|א}}}}.
דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין גענוצט{{הערה|שם=רמבםיו}}, און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס איז מקובל [[הלכה למשה מסיני]]{{הערה|שם=ראבחה|{{היברובוקס|רבי אברהם בר חייא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי, שער חמישי|page=109}}}}. די תקופה איז אנגענומען צו זיין פינקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'ע און פינקטליכע{{הערה|שם=ראבחה}}. אבער פיל ראשונים האלטן אז עס איז אויך נישט דער גענויער חשבון, נאר בלויז א געוויסער דורכשניט{{הערה|שם=אש"ה}}. דער חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פונעם גריכישן [[היפארכוס]]{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בר חייא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי, שער ראשון|page=93}}}}.
אנדערע ראשונים לערנען אבער פשט אין די גמרא אנדערש{{הערה|[[רש"י]], [[תוספות]], [[יד רמ"ה]] אויף סנהדרין דף יג עמוד א און נאך. זע מער ביי משה הסגל, '''מגיד הרקיע''', קרית ספר, תשס"ב, זייט 96-110 און ביי יעקב לעווינגער, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 24}}. אזוי אויך זענען דא פילע ראשונים וואס האלטן אז די ספר פון די עיבורים איז נישט געבינדן דווקא מיט תקופת רב אדא אדער מיט די יום תקופה בכלל{{הערה|רבינו חננאל מסכת ראש השנה דף כא עמוד א; מאירי סנהדרין דף י עמוד א ד"ה עיבור שנה; תוספות הרא"ש מסכת סנהדרין דף יג עמוד ב}}. עס ווערט אנגעוויזן דורך מטאטמטיקער אז אפילו לויט תקופת שמואל וואלט די 19 יעריגע מחזור נאכאלץ געווען די בעסטע אפציע; און אננעמענדיג אז אנהייב מחזור געפאלן די תקופה אין מולד אויס צוזאמען, וואלט תקופת שמואל אויך געקענט דיקטירן די סדר פון די עיבור יארן{{הערה| יעקב לעווינגער, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 135}}. אנדערע ווילן זאגן אז רב אדא האט נישט אנטוויקלט אן אייגענע שיטה, נאר סך הכל צוטיילט 235 חודשים אויף 76 גלייכע טיילן, פאר די 4 תקופות אין די 19 יאר פון די מחזור{{הערה|רבי משה חיים רימיני, '''מחר חדש''', פירינצי, תקנ"ד, דף ד; יעקב לעווינגער, '''על השמינית''', תל אביב, תשמ"ו, זייט 28}}.
===די פונקטליכקייט פון דער חשבון===
דער רמב"ם שרייבט אז די סנהדרין האט געניצט תקופת רב אדא ביים דן זיין צי מען זאל מעבר זיין די יאר{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|י|ו}}}}. רבי אברהם בן חייא הנשיא שרייבט אז תקופת רב אדא איז הלכה למשה מסיני. ער וויזט אן אז די גויים האבן זיך געמוטשעט יארן לאנג צו דערגיין די לענג פון דער יאר, און אויפגעקומען אז עס איז 365 טעג מיט 6 שעה, וויניגער א 1/300 פון א טאג; דאס איז מיט בלויז 4 חלקים און 2.4 רגעים קורצער ווי תקופת רב אדא{{הערה|שם=ראבחה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער חמישי}}. דער דערמאנטע חשבון איז פון די גריכעשע היפרכוס ("אברכש" אין די ראשונים), וועמענס ווערטער ווערן געברענגט דורך בטלמיוס אין זיין "אלמגסט"{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער ראשון}}.


רבי אברהם בן חייא הנשיא און רבי יצחק בן ברוך אלבאליה וועמען ער ברענגט אראפ האבן ביידע געהאלטן אז תקופת רב אדא איז די אמת'ע תקופה אין מציאות{{הערה|שם=ראבחה}}, און אזוי שרייבט אויך רבי יצחק הישראלי אין יסוד עולם. פון די אנדערע זייט, געבט די רמב"ם אין די חשבונות ראיה אן אנדערע חשבון, אביסל קורצער ווי תקופת רב אדא; און אזוי טוען אויך די אבן עזרא, רלב"ג און א צאל אחרונים, וואס מיינט אז זיי האבן געהאלטן אז אויך תקופת רב אדא איז נישט פונקטליך{{הערה|שם=חיימא}}. די רמב"ם'ס שיטה איז לכאורה שווער, ווייל ער שרייבט אז די סנהדרין פלעגן ניצן דעם תקופה. די חזון איש{{הערה|שם=חזוא|רבי אברהם ישעיה קרליץ, '''חזון איש''', חלק אורח חיים, מועד, בני ברק, תשל"ד, סימן קלח אות ד}} זאגט אז אדער האט דער חשבון אלעמאל געשטימט לגבי דאס וואס איז א נפקא מינה לגבי קידוש החודש און דערפאר האט די סנהדרין עס געניצט{{ביאור|ער לייגט צו אז די רמב"ם מיינט צו בלויז אויסצושליסן תקופת שמואל, אבער תקופת רב אדא איז לאו דווקא געווען דאס וואס די סנהדרין האט געניצט}}.
די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן{{הערה|{{היברובוקס|רבי אברהם בר חייא הנשיא|ספר העבור|21292|מאמר שלישי, שער רביעי|page=103}}}}, און מ'טרעפט עס דאס פריסטע אין אן אראבישן חיבור פון יאר ד'תקפ"ד{{הערה|איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), '''אסופות''' א', ירושלים, תשמ"ז, זייט קנ"ט-קס"ח}}.


אין ספר עתים לבינה{{הערה|יוסף משה גינזבורג, '''עתים לבינה''', ווארשא, תרנ"א, זייט 270}} ווערט געברענגט א סברא בשם רבי עזריה מן האדומים{{הערה|רבי עזריה מן האדומים, '''מאור עינים''', ימי עולם פרק מ}} אז רב אדא האט גענומען זיין חשבון פון דער היפרכוס, דער חזון איש קריטיריט שטארק דער שטעלונג, און רופט עס אן "מינות"{{הערה|שם=חזוא}}.
=== די תקופה לויטן רמב"ם ===
אינעם צווייטן טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יאון ווייטער) ברענגט דער רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק י"ג איז געווידמעט פאר דער זונ'ס פאזיציע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישער קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס דעם יאר. דער רמב"ם געבט דעם טעגליכן דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס דעם "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער וויאזוי עס צו פאררעכטן צו דעם "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע פון "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט די דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די "תקופה האמיתי"{{הערה|{{רמב"ם|קידוש החודש|יג|יא}}}}.


==תקופת הרמב"ם==
דער חשבון פון דער תקופה גייט אבער פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסער פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און די מפרשי הרמב"ם האבן לויט דעם אויסגעארבעט דעם גענויעם חשבון{{הערה|[[רפאל הלוי]] פון [[האנאווער]], '''תכונות שמים''', אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקינובסקי, '''חזון שמים''', תשנ"א, זייט נ"ה}}.
אין די צווייטע טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק יא און ווייטער) ברענגט די רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק יג איז געווידמעט פאר די זון'ס פאזיצע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישע קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס די יאר. דער רמב"ם געבט די טעגליכע דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס די "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער ווי אזוי עס צו פאררעכטן צו די "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די 'תקופה האמיתי'{{הערה|{{רמב"ם||קידוש החודש|יג|יא}}}}. אבער די חשבון פון די תקופה איז פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסע פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און עס האט זיך פארלאנגט פון די מפרשי הרמב"ם אויסצוארבעטן דער גענויער חשבון{{הערה|רפאל הלוי פון האנאווער, '''תכונות שמים, אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקונובסקי, '''חזון שמים''', תשנ"א, זייט נה}}.


די רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינס מיטן צווייטן. אין אמערסטנס פעלער קען מען פארטענפערן אז די רמב"ם האט געקייליכט די נומערן, אבער די חילוק צווישן די נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. אן א קלארע הכרעה, זענען דא צוויי "תקופת הרמב"ם"ס, איינס ("שיטה א' ") באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און דער צווייטע ("שיטה ב' ") באזירט אויף די נומערן פאר 10,000{{הערה|י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג.}}.
דער רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינער מיטן צווייטן. אין רוב פעלער קען מען פארענטפערן אז דער רמב"ם האט געקיילעכט די נומערן, אבער די דיפערענץ צווישן דעם נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. למעשה, אן קיין קלארע הכרעה, זענען פארהאן צוויי מהלכים וואס ווערן אנגערופן "תקופת הרמב"ם": איינע ("שיטה א'") איז באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און די צווייטע ("שיטה ב'") איז באזירט אויף די נומערן פאר 10,000{{הערה|י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''לוח דבר בעתו''' תשע"ג, בני ברק, תשע"ג}}.


אין לוח דבר בעתו ווערט יעדער יאר זינט תשע"ג פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.
לויט שיטה א', איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 46 מינוט און 24 סעקונדעס, גענוי ווי די מיינוג פונעם אראבישן אלבאתאני. דאס איז מיט ארום 2.5 מינוט קורצער פון וויפיל ס'ווערט היינט גערעכנט ביי וויסנשאפטלער. לויט שיטה ב' איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 49.6 סעקונדעס; בלויז 4.2 סעקונדעס לענגער ווי דאס וויסנשאפטליכע יאר{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 693}}. [[רפאל הלוי]] פון [[האנאווער]] האט געהאלטן אז דער רמבהאט אויסגעטראפן אן אייגענעם חשבון, פיל פינקטליכער פון דער וויסנשאפט אין זיין צייט, אבער אנדערע ווייזן אן אז ס'נעמט זיך פון קיילעכונגען וואס דער רמב"ם האט געמאכט אויף די נומערן פון אלבאתאני{{הערה|יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), '''ברכת החמה בתקופתה''', בני ברק, תשס"ט, זייט 703}}.


==ביי די כת פון קומראן==
אין לוח דבר בעתו ווערט יעדעס יאר, זינט תשע"ג, פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.
אין פארשידענע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט א לוח וואס איז געבויט בלויז אויף די זון-יאר. דער אסטראנאמישע באזיס פאר דער לוח ווערט געברענגט אין ספר מהלך המאורות אין ספר חנוך א'{{הערה|"ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב}}. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים{{הערה|"ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'}}. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צוטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג. יעדער תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג, און נאך איין איבריגע טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"{{הערה|[https://he.wikisource.org/wiki/מגילות%20ים%20המלח/1Q28a%20סרך%20היחד סרך היחד]}}.


==די חשבונות פון די תקופה==
== ביי דער כת פון קומראן ==
די ראשונים ברענגן א חשבון וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון א תקופה{{הערה|ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא מאמר שלישי שער שלישי; {{רמב"ם||קידוש החודש|ט|ד}}; ספר העיבור להאבן עזרא, ליק, תרל"ד,  דך ב עמוד ב}}. די חשבון געבט די צייט אפשניט ווילאנג נאך די רעלעוונאטע מולד די תקופה וועט חל זיין. זיי ניצן טעג, שעות, חלקים (1080 פער שעה) און רגעים (76 פער חלק).
אין עטליכע פון די [[מגילות ים המלח]] ווערט געשילדערט איבער א לוח וואס איז געבויט בלויז אויפן זון-יאר. דער אסטראנאמישער באזיס פאר דעם לוח ווערט געברענגט אין "ספר מהלך המאורות" וואס אין ספר חנוך א'{{הערה|"ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב}}. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים{{הערה|"ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), '''הספרים החיצונים''', ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'}}. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צעטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג; יעדע תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג און נאך איין איבריגן טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"{{הערה|[[S:מגילות מדבר יהודה/1Q28a סרך היחד|סרך היחד]]}}.
===תקופת שמואל===
די חשבון פאר תקופת שמואל איז ווי פאלגענד{{ביאור|די חשבון איז לויט ספר העיבור לרבי אברהם בן חייא הנשיא. די רמב"ם געבט אביסל אן אנדערע חשבון, אבער עס איז נישט אזוי פראקטיש צוליב דעם וואס מען קען נישט היינטיגע צייטן וויסן פון וועלכע מולד מ'רעדט{{הערה| רבי חיים קנייבסקי, '''שקל הקדש''', בני ברק, תשנ"ז, פרק ט אות יג}}}}:
#צוערשט דארף מען וויסן וויפיל גאנצע מחזורים פון 19 יאר זענען פאריבער זייט בריאת העולם ביז היי יאר, ולא עד בכלל. פאר תקופת תשרי און תקופת טבת דארף מען רעכענען ביז פאראיאר ולא עד בכלל.
#דערנאך, וויפיל יאר עס זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר;
#דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן, ווען אין יעדער מחזור פון 19 יאר זענען די 3'טע, 6טע, 8'טע, 11'טע, 14'טע, 17'טע און 19'טע יארן עיבור יארן; וסימנך גו"ח אדז"ט.
#דערנאך, רעכענט מען צוזאמען:
#*22 טעג, 3 שעה און 151 חלקים;
#*1 שעה און 485 חלקים (1/1080 פון א שעה) פאר יעדער מחזור פאריבער;
#*10 טעג, 21 שעה און 204 חלקים פאר יעדער יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור;
#*דערפון רעכענט מען אראפ 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים פאר יעדער עיבור יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
*פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה און 321 חלקים;
*פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה און 642 חלקים;
*און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה און 963 חלקים.
א סימן זיכער צו מאכן אז מען האט גוט גערעכנט, איז צו זען אויב עס שטימט מיט די אויבנדערמאנטע כללים אין די מימרא פון שמואל.
===תקופת רב אדא===
וויבאלד לויט רב אדא זענען 19 יאר פונקטליך 235 חודשים, דארף מען זיך בלויז רעכענען מיט די יארן וואס זענען אריבער אין די יצעטיגע מחזור. די חשבון איז ווי פאלגענד:
#צוערשט דארף מען אויסרעכענען וויפיל יאר זענען אדורך פון אנהייב מחזור ביז היי יאר, פאר תשרי און טבת ביז פאראיאר;
#דערנאך וויפיל דערפון זענען געווען עיבור יארן;
#דערנאך, רעכענט מען צוזאמען:
#*29 טעג, 3 שעה און 151 חלקים;
#*10 טעג, 21 שעה, 121 חלקים און 48 רגעים פאר יעדער יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור;
#*דערפון רעכענט מען אראפ 29 טעג, 12 שעה און 793 חלקים פאר יעדער עיבור יאר אריבער אין די יעצטיגע מחזור.
די סך הכל איז די צייט אפשניט צווישן די מולד פון חודש אדר (ב' – אין אן עיבור יאר) ביז תקופת ניסן.
*פאר די צייט פון מולד חודש סיון צו תקופת תמוז לייגט מען צו 2 טעג, 17 שעה, 300 חלקים און 31 רגעים;
*פאר די צייט צווישן מולד חודש אלול ביז תקופת תשרי: 5 טעג, 10 שעה, 600 חלקים און 62 רגעים;
*און פאר די צייט פון מולד חודש כסלו צו תקופת טבת: 8 טעג, 3 שעה, 901 חלקים און 17 רגעים.


==נאטיצן==
==נאטיצן==
שורה 141: שורה 137:
==רעפערענצן==
==רעפערענצן==
{{הערות שוליים}}
{{הערות שוליים}}
[[קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען]]
[[קאַטעגאָריע:הלכה]]
[[קאַטעגאָריע:צייט]]
[[קאַטעגאָריע:ערד וויסנשאפטן]]
[[קאַטעגאָריע:לוח]]
{{אבן הפינה ארטיקל}}
[[he:ארבע התקופות]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 18:22, 29 מאי 2024

דער זון אויפגאנג אין "סטאנהענדזש", ענגלאנד, אינעם לענגסטן טאג פון יאר (תקופת תמוז)

די פיר תקופות זענען די פיר צייטן אין יאר ווען די זון קומט אן צו איינעם פון אירע ווענדפונקטן. דאס איז שטארק נוגע פאר די חשבונות פונעם אידישן לוח און דאס זאגן "ותן טל ומטר" און ברכת החמה. אין די צייטן ווען בית דין האט מעבר געווען יארן לויט א חשבון יעדן יאר, נישט דורך א באשטימטן לוח ווי מיר האבן היינט, האט די תקופה געשפילט די גרעסטע ראלע אינעם מעבר זיין דאס יאר.

אין גמרא און אין די ראשונים ווערן געברענגט פארשידענע חשבונות אויסצורעכענען ווען די תקופה קומט אויס. באקאנט זענען תקופת שמואל און תקופת רב אדא, וועלכע זענען צוויי מהלכים איבער דער לענג פונעם טראָפּישן יאר און די תקופות. אין דעם מחלוקת איז אויך געוואנדן ווען מ'רעכנט די ערשטע תקופה.

דער רמב"ם אין הלכות קידוש החודש, אינמיטן שילדערן די חשבונות הראיה, ערווענט אז לויט זיינע חשבונות קען מען אויסרעכענען די "אמת'ע תקופה" און פארשידענע מחברים האבן לויט דעם אויסגעארבעט די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.

די תקופה האט אויך געשפילט א גרויסע ראלע אין דעם לוח פון די לכאורה-איסיים פון קומראן, וועלכע האבן געבויט זייערע חשבונות אויף דער אסטראנאמיע וואס ווערט געברענגט אין ספר חנוך א'.

נאמען און באדייט

די פיר תקופות זענען אין צענטער פון די פיר סעזאנען, און טיילן איין דאס טראָפּישע יאר אויף פיר. זיי ווערן אנגערופן נאך דעם חודש ווען זיי געפאלן אממערסטנס אויס: תשרי, טבת, ניסן און תמוז. דער טאג פון א תקופה ווערט אנגערופן אין גמרא "יום תקופה"[1], א טערמין וואס מ'טרעפט אויך אין די מגילות ים המלח[2]. דאס ווארט "תקופה" קען זיך אויך באציען צום צייט-אפשניט פון איין תקופה צו דער צווייטער, און עס ווערט גערופן אויפן נאמען פון דער תקופה וואס האט עס אנגעהויבן[3].

דער שורש פונעם ווארט "תקופה" איז מלשון "הקפה" – ארומקרייזן, און עס מיינט "צוריקקומען צום אנהייב". טראצדעם וואס ביי דער תקופה קומט די זון נאכנישט צוריק צום אנהייב פון איר גאנג, נאר ענדיגט בלויז א פערטל דערפון, ווערט עס אבער אנגערופן א "תקופה", וויבאלד עס ענדיגט זיך איין טייל פון די פארשידענע טוישונגען אינעם יאר[4].

תקופת תשרי איז אינמיטן הערבסט און איז איינס פון די צוויי מאל אין יאר ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת טבת איז אינמיטן ווינטער, ווען די זון איז ביי איר סאמע צפון-פונקט, 23.44°N פון דער קו המשווה. תקופת ניסן איז אינמיטן פרילינג, דאס צווייטע מאל ווען די זון איז אייניג מיט דער קו המשווה. תקופת תמוז איז אינמיטן זומער, ווען די זון איז ביי איר סאמע דרום-פונקט, 23.44°S פון דער קו המשווה. תקופות תמוז און טבת זענען די קורצסטע און לענגסטע טעג אין יאר (Solstice), און תקופות ניסן און תשרי זענען די צוויי גלייכנעכט (Equinox)[4]. אזוי אויך איז תקופת ניסן די צייט ווען די זון דערגרייכט אנפאנג פון מזל טלה[א], תקופת תמוז איז ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל סרטן, תקופת תשרי ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל מאזנים, און תקופת טבת ווען זי דערגרייכט אנפאנג מזל גדי[6].

די גענויע צייט ווען די זון קומט באמת אן צו א ווענדפונקט איז באקאנט אלס די "תקופה האמיתית", אבער טעכניש ווערן די תקופות ביי אידן גערעכנט דורכן צעטיילן די אומגעפערע לענג פונעם יאר אויף פיר גלייכע טיילן, באקאנט אלס די "תקופה האמצעית"[7].

אַסטראָנאָמיש גערעדט, איז דער צייט-אפשניט ווילאנג עס געדויערט פאר דער זון אנצוקומען פון איין ווענדפונקט צום צווייטן נישט אייביג אייניג, וויבאלד די זון גייט אמאל שנעלער און אמאל שטאטער. אזוי אויך איז די לענג פונעם טראָפּישן יאר נישט אלץ די זעלבע. די תקופות וואס מ'ניצט ווערן דעריבער אנגערופן "תקופות אמצעיות", דהיינו אז דאס איז בלויז דער דורכשניט ווען מ'רעכנט צוזאם א לאנגן צייט-אפשניט. דער רמב"ם אין הלכות קידוש החודש[8] גיבט א וועג ווי אזוי אויסצורעכענען די "תקופה אמיתית", ד"ה דאס גענויע ארט וואו די זון איז באמת. פארשידענע מחברים האבן לויט דעם אויסגעארבעט די תקופת הרמב"ם. די אידישע חשבונות ווערן אפט פארגליכן צו וואס עס איז אנגענומען היינט ביי אסטראנאמער.

לויט די וויסנשאפטלער, טוישט זיך כסדר די לענג פונעם יאר, און איז אינעם 21סטן יארהונדערט ארום 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 45.2553 סעקונדעס[9]. דער צייט-אפשניט פון איין ווענדפונקט צום צווייטן זענען נישט אייניג און טוישן זיך אויך: תקופת תמוז איז 93.647 טעג, תקופת תשרי 89.836, און זיי ווערן אלץ לענגער; תקופת טבת איז 88.997 טעג, תקופת ניסן 92.764, און זיי ווערן אלץ קירצער[10].

אין הלכה

מעבר זיין דאס יאר

אין די צייטן ווען מ'פלעגט באשטימען אן עיבור-יאר לויט א פאקטישן חשבון, איידער מ'האט אוועקגעשטעלט דעם קביעות'דיגן חשבון אין יאר ד'קי"ט, איז די תקופה געווען איינער פון די שטארקע פאקטארן ביים באשטימען אן עיבור יאר. דאס האט געארבעט אז בית דין האט אויסגערעכנט ווען תקופת ניסן גייט אויספאלן, און אויב האבן זיי געזען אז ס'וועט זיין פון ט"ז ניסן (דער צווייטער טאג פסח) און ווייטער, האבן זיי באשטימט מ'זאל צולייגן נאך א חודש אדר, צו מאכן די תקופה פריער[11]. לויט טייל ראשונים איז דער 19-יעריגער מחזור פון עיבור-יארן אויך געבויט לויט די תקופות[12].

דער רמב"ם שרייבט אז ביי עיבור השנה האט גערעכנט לויט תקופת רב אדא[13]. עס איז דער איינציגסטע אזא פלאץ, ביי אלע אנדערע זאכן רעכנט מען מיט תקופת שמואל.

תענית גשמים

אין די צייטן פון חז"ל פלעגט מען גוזר תענית זיין אין ארץ ישראל אויב ס'איז געווען אן "עצירת גשמים". כאטש מ'האט נאר גוזר געווען א געוויסן סכום פון תעניתים, קען ווער ס'וויל צולייגן אן אייגענע תענית ביז תקופת ניסן[14].

ותן טל ומטר

אין חוץ לארץ הייבט מען אן זאגן "ותן טל ומטר" אינעם זעכציגסטן טאג נאך תקופת תשרי[15]. דאס קומט אויס אין רוב יארן די נאכט פאר דעצעמבער 5, אבער אויב דער נאכפאלגנדער פעברואר פארמאגט 29 טעג איז עס די נאכט פאר דעצעמבער 6.

ברכת החמה

איינמאל אין 28 יאר, ווען תקופת ניסן לויט שמואל פאלט אויס דינסטאג אוונט, מאכט מען א ברכה אויף דער זון עוֹשֵׂה מַעֲשֵׂה בְרֵאשִׁית[16]. דאס קומט אויס אלעמאל אין א מיטוואך אום אפּריל 8. דאס לעצטע מאל מ'האט געמאכט די ברכה איז געווען ערב פסח תשס"ט, און דאס קומענדיגע מאל וועט זיין כ"ג ניסן תשצ"ז.

ניטל

ביי די אשכנזים, וועלכע שטאמען פון די אייראפעאישע קריסטליכע לענדער, פירט מען זיך נישט צו לערנען אין נאכט פון ניטל, ווען ס'איז די קריסטליכע חגא. ביי רוב קהילות איז ניטל די נאכט פאר יאנואר 7, דער טאג ווען ס'איז געווענליך תקופת טבת. די קהילות וואס שטאמען פון רוסלאנד/אוקראינע, וואו די ארטיגע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן האלטן חגא לויט'ן יוליאנישן קאלענדאר, לערנען נישט די נאכט צו דעצעמבער 25.

טרינקען וואסער

עס איז פארהאן אן אור-אלטער מנהג נישט צו טרינקען וואסער אין דער צייט פון דער תקופה[17].

אין אגדת חז"ל

פון חז"ל זעט אויס אז באלד פון ששת ימי בראשית איז דער גאנג פון דער זון געווען לויט די תקופות. אין פרקי דרבי אליעזר[18] ווערט פארציילט אז באלד ווען דער אויבערשטער האט באשאפן די זון, האט ער איינגעארדנט די תקופות און איבערגעגעבן די חשבונות פאר אדם הראשון, ווי עס שטייט אין פסוק "זה ספר תולדות אדם"[19]. אויך ברענגט די גמרא א ברייתא וואס דערציילט אז ווען אדם הראשון האט געזען אין די טעג פאר תקופת טבת ווי די טעג ווערן אלץ קירצער, האט ער געמיינט אז דאס איז א שטראף אויפן חטא עץ הדעת, אז דער טאג גייט ווערן קלענער און קלענער ביז די וועלט ווען חרוב ווערן, און דעריבער האט ער געפאסט אכט טעג. נאך תקופת טבת, ווען ער האט געזען ווי די טעג הייבן ווידער אן גרעסער ווערן, האט ער פארשטאנען אז דאס איז דער שטייגער פון דער וועלט און ער האט דאן געמאכט אכט טעג א יום טוב. דעם קומענדיגן יאר האט ער געהאלטן אלע זעכצן טעג א יום טוב. שפעטער האבן די גוים קובע געווען אין די טעג חגאות פאר זייערע עבודה זרה'ס, די רוימישע "סטרנורא" און "קלנדא"[20].

ווידעראום אין טייל מפרשים אויפן פסוק "עוד כל ימי הארץ זרע וקציר וקר וחם וקיץ וחרף ויום ולילה לא ישבתו"[21], ווערט ערקלערט אז ביזן מבול איז דער גאנג פון דער זון אלץ געווען העכער דער קו המשווה, אזויווי אין תקופת ניסן, און נאר נאכן מבול האט איר קרייז אוועקגענויגט פון דער קו המשווה וואס האט געברענגט צו פיר תקופות אין יאר[22]. א ראיה דערצו ווערט געברענגט פונעם מדרש[23] אויף דעם פסוק וואס זאגט אז ביזן מבול איז אלעמאל געווען "א שיינער וועטער אזויווי אין תקופת ניסן"[24].

די פארשידענע תקופות

אינעם לוח "דבר בעתו" ווערט יערליך אנגעצייכנט די גענויע דאטומען און צייטן פון די תקופות, לויט עטליכע שיטות. דער לוח דבר בעתו פון יאר תשע"ה

עס זענען פארהאן מערערע שיטות וויאזוי אויסצורעכענען די צייט פון דער תקופה. באקאנט זענען די צוויי שיטות גערופן "תקופת שמואל" און "תקופת רב אדא".

תקופת שמואל

Postscript-viewer-blue.svg תקופת שמואל

די שיטה פונעם אמורא שמואל אנבאלאנגט דער לענג פון די פיר תקופות ווערט גערופן "תקופת שמואל". דאס אנהייבן זאגן "ותן טל ומטר" און די צייט פון מאכן ברכת החמה, ווענדן זיך ביידע אין תקופת שמואל[25]. די שיטה איז געבויט בעיקר אויף א מימרא פון שמואל אין מסכת עירובין[26], וואו עס קומט אויס אז א יאר איז 365 טעג און 6 שעה, און יעדע פון די פיר תקופות איז 91 טעג און 7.5 שעה.

די שיטה איז בעצם אומפינקטליך, ווייל עס איז בעיקר געמאכט פאר דעם המון עם וואס קען נישט דערהייבן שווערע חשבונות, און די סנהדרין האבן געהאט די "תקופת רב אדא", וואס איז יא פינקטליך, וועלכן מ'האט נישט ארויסגעגעבן פארן ברייטן המון[27].

דער חשבון אויסצורעכענען ווען א געוויסע תקופה וועט אויסקומען לויט תקופת שמואל, ווערט געברענגט אין די ראשונים[28]. די שיטה נעמט אן אז די ערשטע תקופת ניסן פונעם וועלט באשאף איז געווען מיטוואך אנהייב מעת לעת, דאס מיינט דינסטאג נאכט 6:00, און דער מולד פון חודש ניסן איז געווען 7 טעג, 9 שעה און 642 חלקים שפעטער, ד"ה מיטוואך פארטאגס[29]. פארשידענע הסברים זענען געזאגט געווארן דערויף[30] און טייל ראשונים האלטן אז די שיטה גייט נאר לויט דער דעה אז "בתשרי נברא העולם", ווען דער חילוק צווישן דער תקופה און מולד איז געווען קלענער[31].

זייענדיג אנגענומען אויך ביי אנדערע פעלקער, איז תקופת שמואל גלייך צום אסטראנאמישן באזיס פונעם יוליאנישן קאלענדאר, אזוי אז אין כמעט אלע יארן פאלן די תקופות אויס אין די זעלבע יוליאנער דאטומען. דאס ווערט געניצט דורך די פוסקים אלס א סימן ווען מען הייבט אן זאגן "ותן טל ומטר"[32].

לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר טוישן זיך דאטומען יעדע 100 אדער 200 יאר. די יעצטיגע דאטומען זענען גילטיג פון 1901 ביז 2099 למספרם. דער סדר גייט אין א "מחזור קטן" פון פיר יאר, אנגעפאנגען פון שנת א'. דער לעצטער מחזור האט זיך אנגעהויבן ניסן תשפ"א און וועט זיך ענדיגן טבת תשפ"ו.

תקופת ניסן תקופת תמוז תקופת תשרי תקופת טבת
1 אַפּריל 7

6:00 PM

יולי 8

7:30 AM

אָקטאָבער 7

9:00 AM

יאַנואר 6

4:30 PM

2 אַפּריל 8

12:00 AM

יולי 8

1:30 PM

אָקטאָבער 7

3:00 PM

יאַנואר 6

10:30 PM

3 אַפּריל 8

6:00 AM

יולי 8

1:30 PM

אָקטאָבער 7

9:00 PM

יאַנואר 7

4:30 AM

4 אַפּריל 7

12:00 PM

יולי 7

7:30 PM

אָקטאָבער 7

3:00 AM

יאַנואר 6

10:30 AM

תקופת רב אדא

Postscript-viewer-blue.svg תקופת רב אדא

די שיטה פון דער אמורא רב אדא בר אהבה אנבאלאנגט דער לענג פונעם יאר און די תקופות ווערט גערופן "תקופת רב אדא". לויט דער שיטה זענען פארהאן גענוי 235 חדשים אין 19 זון-יארן. לויט טייל ראשונים שטיצט זיך דערויף אונזער סדר פון עיבור יארן[12]. די לענג פון א יאר איז לויט דעם 365 טעג, 5 שעה, 997 חלקים און 48 רגעים, וואס א רגע איז 1/76 פון א חלק, און יעדע פון די פיר תקופות איז לאנג 91 טעג, 7 שעה, 519 חלקים און 31 רגעים[33]. אין היינטיגע צייט-רעכענונגען איז א טראָפּיש יאר לויט רב אדא 365 טעג, 5 שעה, 55 מינוט, און בערך 25 סעקונדעס, און א תקופה איז 91 טעג, 7 שעה, 28 מינוט, און בערך 52 סעקונדעס.

דער רמב"ם זאגט אז דעם חשבון האבן די סנהדרין גענוצט[13], און רבי אברהם בן חייא הנשיא זאגט אז עס איז מקובל הלכה למשה מסיני[34]. די תקופה איז אנגענומען צו זיין פינקטליכער ווי תקופת שמואל, און לויט טייל ראשונים איז עס די אמת'ע און פינקטליכע[34]. אבער פיל ראשונים האלטן אז עס איז אויך נישט דער גענויער חשבון, נאר בלויז א געוויסער דורכשניט[9]. דער חשבון איז זייער נאנט צום חשבון פונעם גריכישן היפארכוס[35].

די תקופה ווערט צום ערשט דערמאנט דורך די ראשונים בשם רב אדא'ס ברייתא וואס איז היינט פארלוירן[36], און מ'טרעפט עס דאס פריסטע אין אן אראבישן חיבור פון יאר ד'תקפ"ד[37].

די תקופה לויטן רמב"ם

אינעם צווייטן טייל פון הלכות קידוש החודש (פון פרק י"א און ווייטער) ברענגט דער רמב"ם די חשבונות הראיה, וואו פרק י"ג איז געווידמעט פאר דער זונ'ס פאזיציע. וויבאלד די זון קרייזט ארום די וועלט אין אן עקסצענטרישער קרייז, איז די שנעלקייט פון איר גאנג אומאייניג דורכאויס דעם יאר. דער רמב"ם געבט דעם טעגליכן דורכשניט, מיט וואס מען רעכנט אויס דעם "מקום השמש האמצעי", און דערנאך זאגט ער וויאזוי עס צו פאררעכטן צו דעם "מקום השמש האמיתי" לויט א ליסטע פון "מנות". ביים ענדע פונעם פרק זאגט דער רמב"ם אז מיט די דאזיגע חשבונות קען מען אויסרעכענען די "תקופה האמיתי"[38].

דער חשבון פון דער תקופה גייט אבער פארקערט פון די חשבונות הראיה: מ'דארף אויסרעכענען ווען די זון וועט זיין אין א געוויסער פלאץ, אנשטאט וואו די זון וועט זיין א געוויסע צייט; און די מפרשי הרמב"ם האבן לויט דעם אויסגעארבעט דעם גענויעם חשבון[39].

דער רמב"ם שרייבט וויפיל מעלות די זון רוקט זיך פאראויס אין א רייע צייט אפשניטן, אבער די נומערן שטימען נישט גענוי איינער מיטן צווייטן. אין רוב פעלער קען מען פארענטפערן אז דער רמב"ם האט געקיילעכט די נומערן, אבער די דיפערענץ צווישן דעם נומער פאר 10,000 טעג און 354 טעג איז צו גרויס. למעשה, אן קיין קלארע הכרעה, זענען פארהאן צוויי מהלכים וואס ווערן אנגערופן "תקופת הרמב"ם": איינע ("שיטה א'") איז באזירט אויף די נומערן פאר 354 טעג, און די צווייטע ("שיטה ב'") איז באזירט אויף די נומערן פאר 10,000[40].

לויט שיטה א', איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 46 מינוט און 24 סעקונדעס, גענוי ווי די מיינוג פונעם אראבישן אלבאתאני. דאס איז מיט ארום 2.5 מינוט קורצער פון וויפיל ס'ווערט היינט גערעכנט ביי וויסנשאפטלער. לויט שיטה ב' איז א יאר 365 טעג, 5 שעה, 48 מינוט און 49.6 סעקונדעס; בלויז 4.2 סעקונדעס לענגער ווי דאס וויסנשאפטליכע יאר[41]. רפאל הלוי פון האנאווער האט געהאלטן אז דער רמב"ם האט אויסגעטראפן אן אייגענעם חשבון, פיל פינקטליכער פון דער וויסנשאפט אין זיין צייט, אבער אנדערע ווייזן אן אז ס'נעמט זיך פון קיילעכונגען וואס דער רמב"ם האט געמאכט אויף די נומערן פון אלבאתאני[42].

אין לוח דבר בעתו ווערט יעדעס יאר, זינט תשע"ג, פארצייכנט די תקופות הרמב"ם אין די פאסיגע טעג.

ביי דער כת פון קומראן

אין עטליכע פון די מגילות ים המלח ווערט געשילדערט איבער א לוח וואס איז געבויט בלויז אויפן זון-יאר. דער אסטראנאמישער באזיס פאר דעם לוח ווערט געברענגט אין "ספר מהלך המאורות" וואס אין ספר חנוך א'[43]. עס ווערט אויך דערמאנט אין ספר היובלים[44]. לויט זיי, איז א יאר 364 טעג לאנג, צעטיילט אויף פיר תקופות פון 91 טעג; יעדע תקופה האט דריי חדשים פון 30 טעג און נאך איין איבריגן טאג. די תקופות הייסן ביי זיי (פון ניסן צו טבת): "קציר", "קיץ", "זרע" און "דשא"[45].

נאטיצן

  1. די נעמען פון די מזלות וואס ווערן דא דערמאנט, זענען געבארגטע טערמינען פאר פאזיציעס פון דער זון איבערן עקליפטיק (עב'), אבער די עצם שטערן גרופעס נאך וועמען זיי הייסן זענען שוין פון לאנג אפגערוקט[5].

רעפערענצן

  1. סנהדרין יג, א
  2. מגילה 4Q324d
  3. ווי אין דער סוגיא אין ראש השנה כא, א
  4. 4.0 4.1 רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שלישי, שער שני: ”ואנו קוראין לארבעת חלקי השנה תקופות, מפני שהזמן בכל התקופה מהן גומר את ענין אחד ממדת הלילה והיום בחסרונן או יתרונן ומתחיל בענין אחר, וכן במהלכה ובמעמדה מן הארץ; בכל תקופה ותקופה גומרת ענין אחד ומתחלת בענין אחר.”
  5. משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ג', הלכה ז'
  6. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ט', הלכה ג'
  7. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה ז'; פירוש, ר׳ דוד בר' עובדיה אויפ'ן רמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק יג, הלכה יא; י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג, זייט 34.
  8. פרק יג.
  9. 9.0 9.1 יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 671
  10. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 623
  11. רמב"ם קידוש החודש ד,ב.
  12. 12.0 12.1 רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שלישי, שער חמישי בשם רבינו חסאן הדיין, און רבינו יצחק בן ברוך אלבאליה; רבינו יצחק הישראלי, יסוד עולם, מאמר ד', פרק ב'
  13. 13.0 13.1 משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה ו'
  14. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תקע"ה, סעיף ז'
  15. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן קי"ז, סעיף א'
  16. ברכות נט, ב
  17. רמ"א יו"ד קטז,ה.
  18. פרק ח
  19. בראשית ה, א
  20. עבודה זרה ח, א
  21. בראשית ח, כב
  22. ספורנו, בראשית ח, כב
  23. בראשית רבה, פרשה ל"ד, פסקה י"א
  24. מלבי"ם, בראשית ח, כב; רש"ר הירש ביי alhatorah
  25. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן קי"ז, סעיף א' און אורח חיים, סימן רכ"ט, סעיף ב'
  26. עירובין נו, א
  27. ספר העיבור לראב"ח ג,ה.
  28. רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שלישי, שער שלישי; משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק ט', הלכה ד'; אבן עזרא, ספר העבור, ליק, תרל"ד, דף ב' עמוד ב'
  29. ברייתא דסוד העיבור אין מסכת כותים עם פירוש מצרף ומטהר להגר"ח קניבסקי, בני ברק תשכ"ה; משנה תורה לרמב"ם, הלכות יסודי התורה, פרק ט', הלכה ג'
  30. סמ"ג עשה מ"ז; רבינו יצחק הישראלי, יסוד עולם, מאמר ד', פרק י"ד; רבי אברהם ישעיה קרליץ, חזון איש, חלק אורח חיים, מועד, סימן קל"ח, אות א'
  31. תוספות, ראש השנה ח, א, ד"ה לתקופות
  32. בית יוסף, אורח חיים, סימן קי"ז בשם דעם אבודרהם (ירושלים תשכ"ג זייט ק"י); שו"ת התשב"ץ חלק ג', סימן קכ"ג
  33. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י', הלכה א'
  34. 34.0 34.1 רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שלישי, שער חמישי
  35. רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שלישי, שער ראשון
  36. רבי אברהם בר חייא הנשיא, ספר העבור, מאמר שלישי, שער רביעי
  37. איבערגעזעצט דורך צבי לנגרמן, "אימתי נוסד הלוח העברי?", מאיר בניהו (רעדאקטאר), אסופות א', ירושלים, תשמ"ז, זייט קנ"ט-קס"ח
  38. משנה תורה לרמב"ם, הלכות קידוש החודש, פרק י"ג, הלכה י"א
  39. רפאל הלוי פון האנאווער, תכונות שמים, אמסטרדם, תקט"ז, דף יב עמוד ב; איתן ציקינובסקי, חזון שמים, תשנ"א, זייט נ"ה
  40. י. אייכנשטיין, "מבוא לתקופת הרמב"ם", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), לוח דבר בעתו תשע"ג, בני ברק, תשע"ג
  41. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 693
  42. יעקב חיימאוויטש, "אורך שנת החמה", מרדכי גנוט (רעדאקטאר), ברכת החמה בתקופתה, בני ברק, תשס"ט, זייט 703
  43. "ספר חנוך" איבערגעזעצט דורך אברהם כהנא, הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל עב, עה און פב
  44. "ספר היובלים" איבערגעזעצט דורך משה גולדמאן, אברהם כהנא (רעדאקטאר), הספרים החיצונים, ירושלים, תש"ל, קאפיטל ו'
  45. סרך היחד