אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קלאסישע מעכאניק"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט העברות האט באוועגט בלאט קלאסישע מעכאניק צו רוי:קלאסישע מעכאניק אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
ק (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||ענגליש=" ב־"{{דעסקריפציע||ענגליש = ")
 
(4 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = sub-field of mechanics, which is concerned with the set of physical laws describing the motion of bodies under the action of a system of forces|העב=תורה פיזיקלית שפותחה על ידי אייזק ניוטון|דייטש=Teilgebiet der Physik|}}
'''קלאסישע מעכאניק''' איז דער אפטייל פון [[מעכאניק]] (אין [[פיזיק]]) וואס באהאנדלט קערפערס וואס זענען נישט צו קליין און גייען נישט צו גיך. די שטודיע איז א גאר אלטע, און איז פון די גרעסטע סוביעקטן אין [[וויסנשאפט]], [[אינזשעניריע]] און [[טעכנאלאגיע]].
'''קלאסישע מעכאניק''' איז דער אפטייל פון [[מעכאניק]] (אין [[פיזיק]]) וואס באהאנדלט קערפערס וואס זענען נישט צו קליין און גייען נישט צו גיך. די שטודיע איז א גאר אלטע, און איז פון די גרעסטע סוביעקטן אין [[וויסנשאפט]], [[אינזשעניריע]] און [[טעכנאלאגיע]].


שורה 18: שורה 19:


[[קאַטעגאָריע:מעכאניק]]
[[קאַטעגאָריע:מעכאניק]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:מכניקה קלאסית]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 22:39, 26 אקטאבער 2023

קלאסישע מעכאניק איז דער אפטייל פון מעכאניק (אין פיזיק) וואס באהאנדלט קערפערס וואס זענען נישט צו קליין און גייען נישט צו גיך. די שטודיע איז א גאר אלטע, און איז פון די גרעסטע סוביעקטן אין וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע.

קלאסישע מעכאניק ווערט געניצט צו שילדערן די באוועגונג פון זאכן אויף דער ערד, ווי אויך פלאנעטן, שטערן און גאלאקסיעס.

דער יסוד פון קלאסישער מעכאניק איז די דריי געזעצן פון ניוטאן:

1 יעדער קערפער וועט אנגיין מיט זיין יעצטיגן באוועגונגס צושטאנד (ד.ה. גיכקייט און ריכטונג) ווי לאנג עס ארבעטן נישט אויף אים קיין קראפטן. אין אנדערע ווערטער, אויב דער קערפער איז אין א צושטאנד פון רו וועט ער ווייטער רוען ווי לאנג עס וועלן אויף אים נישט ארבעטן קיין קראפטן. אויב איז ער אין או צושטאנד פון זיך באוועגן מיט א געוויסער שנעלקייט, וועט ער אנגיין מיט דער באוועגונג און זיך באוועגן מיט דער זעלבער שנעלקייט און אין דער זעלבער ריכטונג ווי לאנג עס וועט נישט ארבעטן אויף אים א קראפט דאס צו ענדערן.

2 דער קראפט וואס ארבעט אויף א קערפער איז פראפארציאנעל צו זיין פארגיכערונג און זיין מאסע. אין אנדערע ווערטער, א קראפט ברענגט צו אן ענדערונג אין דער שנעלקייט (ווי צום ביישפיל פון 1 קילאמעטער א שעה צו צוויי קילאמעטער א שעה) אדער דער ריכטונג (אדער ביידע), וואס איז פראפארציאנעל צו דער גרייס פון דער קראפט, ד.ה. דער שינוי איז גרעסער וואס גרעסער דער קראפט. מיט א געגעבענער קראפט וועט די ענדערונג זיין קלענער וואס גרעסער די מאסע.

3 אויב א קערפער שאפט א קראפט אויף אן אנדער קערפער וועט יענער קערפער צוריק שאפן א קראפט אויף אים וואס האט די זעלבע שטארקייט און איז אין דער פארקערטער ריכטונג.

קלאסישע מעכאניק באווייזט אויף דריי גרונטלעכע קאנסערווירונג געזעצן, קאנסערווירונג פון ליניארן אימפעט, קאנסערווירונג פון ווינקל-אימפעט און קאנסערווירונג פון ענערגיע.

זעט אויך

PrirodneNauke.png דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!