אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פעזינג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "לעכער" ב־"ליכער")
ק (החלפת טקסט – "דרויסנדע" ב־"דרויסנדיגע")
 
(6 מיטלסטע ווערסיעס פון 3 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{Coord|48.29194444|17.26611111|display=title}}{{דעסקריפציע|שטעטל אין סלאוואקיי}}
{{יישוב
{{יישוב
|סארט יישוב=שטעטל|מדינה={{פאן סלאוואקיי}}|אמטשפראך נאמען=Pezinok
|סארט יישוב=שטעטל|מדינה={{פאן סלאוואקיי}}|אמטשפראך נאמען=Pezinok
שורה 26: שורה 27:
{{רעפליסטע}}
{{רעפליסטע}}


== וועבלינקען ==
==דרויסנדיגע לינקס==
{{קאמאנסלינק}}
{{קאמאנסלינק}}
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין סלאוואקיי]]
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין סלאוואקיי]]
[[קאַטעגאָריע:אומבאקוקט]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]]
[[en:Pezinok]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 11:15, 8 יולי 2024

פעזינג
Pezinok
מדינה / טעריטאָריע Flag of Slovakia.svg סלאוואקיי

 ‑ אין שטעטל

{{{2}}}‏

פעזינג (סלאוואקיש: Pezinok; אונגאַריש: Bazin; דייטש: Bösing; לאטייניש: Bazinium) איז א שטעטל אין דרום־מערב סלאוואקיי . עס געפינט זיך בערך 20 קילאמעטער צפון-מזרח פון בראַטיסלאַוואַ און, אין דעצעמבער 2018, האט געהאט אַ באַפעלקערונג פון 23,002.

פּעזינג ליגט לעבן די קליינע קאַרפּאַטן און לעבט איבערהויפט פון וויטיקולטור און אַגריקולטור, ווי אויך פון ציגל מאכן און קעראַמיק פראָדוקציע.

געשיכטע

פון דער צווייטער העלפט פונעם 10טן יארהונדערט ביז 1918 איז עס געווען א טייל פונעם קעניגרייך פון אונגארן. פּעזינג ווערט דערמאנט צום ערשטן מאָל אין 1208 מיטן נאָמען "terra Bozin" טעראַ באָזין. אין די קומענדיגע יארהונדערטער האט זיך דאס שטעטל געטוישט פון א מינעריי-יישוב צו אַ וויינגאָרטן-שטאָט. עס האט באקומען דעם סטאַטוס פון אַ פרייער קעניגליכער שטאָט אום 14טן יוני 1647. פּעזינג איז געווען איינע פון די רייכסטע שטעט אין דעם קעניגרייך פון אונגארן. זיין עשירות איז געווען באזירט אויף דער פראָדוקציע פון איכותדיקע וויינען. אינעם 19טן יארהונדערט האט דאס שטעטל פאמעלעך אנגעהויבן זיך אינדוסטריעליזירן : דא האט מען געגרינדעט די ערשטע שוועבל־זויער פאבריק אין אונגארן. נאך מער האט עס געוואקסן מיט דער פארבינדונג צו דער באַן נעצווערק. נאך דער צעטיילונג פון עסטרייך-אונגארן אין 1918/1920, איז דאס שטעטל געווארן א טייל פון דעם ניי-געגרינדעטן טשעכאסלאוואקיי.

אין יאר 1857 האבן געוואוינט אין פעזינג 540 אידן, און אין יאר 1940, 235 אידן.[1]

מענטשן

הרב יצחק טוביה ווייס, גאב"ד פון ירושלים, איז געבוירן געווארן אין פעזינג.

צווילינג שטעט

פּעזינג האט די צווילינג שטעט:[2]

רעפערענצן

  1. "פעזינג", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. Partnerské mestá (sk). Pezinok.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!