אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חוה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(צוגעלייגט פרטים, פארראכטן אויסלייג.)
אין תקציר עריכה
 
(11 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
'''חַוָּה''' איז געווען די ערשטע [[פרוי]] און די ערשטע [[מאמע]], זי איז באשאפן געווארן מיט'ן [[צלם אלקים]]. חוה איז געווען די פרוי פון [[אדם הראשון]] און די מאמע פון [[קין]], [[הבל]] און [[שת]], און נאך זין און טעכטער וואס זייער נאמען איז נישט באקאנט. איר נאמען ערשיינט צום ערשטן מאל אין [[פרשת בראשית]], ג, כ. עס שטייט צוויי מאל דער נאמען חוה אין תנ"ך.
{{דעסקריפציע|ערשטע פרוי, ווייב פון אדם הראשון}}
{{דרעפט}}
'''חַוָּה''' איז געווען די ערשטע [[פרוי]] און די ערשטע [[מאמע]], זי איז באשאפן געווארן די זעקסטע טאג. חוה איז געווען די פרוי פון [[אדם הראשון]] און די מאמע פון [[קין]], [[הבל]] און [[שת]], און נאך זין און טעכטער וואס זייער נאמען איז נישט באקאנט. איר נאמען ערשיינט צום ערשטן מאל אין [[פרשת בראשית]], {{תנ"ך|בראשית|ג|כ|אן=ספר}}. זי ווערט צוויי מאל אנגערופן אין תנ"ך מיט'ן נאמען חוה.
 
== דער באשאף פון חוה ==
די געשיכטע וויאזוי אדם און חוה זענען באשאפן געווארן ווערט צוויי מאל געשילדערט אין דער תורה, אין בראשית א' ווערט דער באשאף פון חוה געשילדערט אין קורצן צוזאמען מיט'ן באשאף פון אדם הראשון אין די זעקס'טע טאג: {{ציטוטון|וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת הָאָדָם בְּצַלְמוֹ בְּצֶלֶם אֱלֹקִים בָּרָא אֹתוֹ זָכָר וּנְקֵבָה בָּרָא אֹתָם}}, און דאן דער באשעפער זיי געגעבן די רעכט צו געוועלטיגן איבער די באשעפענישן און געוואוקסן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|א|כו|כט}}.}}. דאס צווייטע מאל, אין בראשית ב', ווערט געשילדערט ווי דער באשעפער האט באשאפן אדם פון ערד, און אים געלייגט אין [[גן עדן]]. ערשט האט ער באשאפן די בעלי חיים און זיי געברענגט צו אדם, און ווען אדם האט געזען אז אלע האבן א פאר און נאר ער האט נישט, האט דער אויבערשטער באשאפן חוה פון אים אליין, צו אוועקנעמען זיין איינזאמקייט: {{ציטוטון|לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ; אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ}} (עס איז נישט גוט פאר דעם מענטש צו זיין אליין, איך וועל מאכן פאר אים א העלפער צו זיין זייט){{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|יח}}.}}. דער באשעפער האט אריינגעווארפן אדם אין א טיפן שלאף, דאן האט ער גענומען פון א זייט פון אדם - "אַחַת מִצַּלְעֹתָיו", און דערפון באשאפן חוה, דאן פארדעקט די אנטבלויזטע פלייש פון אדם{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ב|כ|כב}}.}}.
 
אין גמרא{{הערה|{{בבלי|ברכות|סא|א}}; {{בבלי|עירובין|יח|א}}.}} איז דא א מחלוקת פון רב און שמואל וואס דער צֵלָע איז געווען: איינער האלט אז אין אנהייב איז אדם געווען צוזאמגעשטעלט פון צוויי גופים, פון ביידע זייטן, און איינס דערפון איז געווארן חוה. דער צווייטער האלט אז אדם האט געהאט וויידל וואס פון דעם איז זי באשאפן געווארן. טייל מדרשים זאגן אבער אז "צלע" מיינט מען די בוכשטעבליכע מיינונג - א ריפביין{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|יז|ו}}; [[s:פרקי דרבי אליעזר פרק יב|פרקי דרבי אליעזר פרק יב]]; תרגום אונקלוס אויפ'ן פסוק.}}, אין מדרש רבה שטייט אז רבי ירמיה בן אלעזר האט געזאגט אז אדם איז באשאפן געווארן אן [[אנדרוגינוס]]{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ח|א}}.}}.


== נאמען ==
== נאמען ==
אדם הראשון האט איר א נאמען געגעבן חוה, "כי היא היתה אם כל חי" - ווייל זי איז געווען די מאמע פון אלע לעבעדיגע, מאכנדיג חוה אלס די איינציגע פרוי וואס די תורה איז מסביר דעם נאמען.
מען טרעפט אין די תורה צוויי מאל דערמאנט די נאמען חוה{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|ג|כ}}, {{תנ"ך|בראשית|ד|א}}.}}, און די איבריגע מאלן ווערט זי דערמאנט מיט'ן נאמען "אִשָׁה". ביידע נעמען זענען געגעבן געווארן דורך אדם, און די סיבות פאר די נעמען ווערט געשילדערט אין די תורה, מאכנדיג חוה אלס די איינציגע פרוי וואס די תורה איז מסביר דעם נאמען.


== דער באשאף פון חוה ==
===אשה===
די געשיכטע וויאזוי אדם און חוה זענען באשאפן געווארן ווערט דערמאנט צוויי מאל אין דער תורה. לויט ווי עס שטייט אין בראשית א', זענען אדם און חוה באשאפן געווארן פרייטאג "בצלם אלוקים", אבער עס שטייט נישט ווער עס איז באשאפן געווארן ערשט. ווי עס ווערט געשילדערט אין די תורה דאס צווייטע מאל, האט דער באשעפער באשאפן אדם פון ערד, און אים געלייגט אין [[גן עדן]]. ערשט האט ער באשאפן די בעלי חיים און זיי געברענגט צו אדם, און ווען אדם האט געזען אז אלע האבן א פאר און נאר ער האט נישט, האט דער אויבערשטער באשאפן חוה פון אים אליין, צו אוועקנעמען זיין איינזאמקייט: "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ; אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ" (עס איז נישט גוט פאר דעם מענטש צו זיין אליין, איך וועל מאכן פאר אים א העלפער צו זיין זייט).דער באשעפער האט אריינגעווארפן אדם אין א שלאף, דאן האט גענומען איינעם פון זיינע ריפביינער און דערפון באשאפן חוה.
אין {{תנ"ך|בראשית|ב|כג}}, ווען אדם טרעפט חוה נאכ'ן זיך ערוועקן רופט ער אויס: {{ציטוטון|זֹאת הַפַּעַם עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה כִּי מֵאִישׁ לֻקֳחָה זֹּאת}}.
===חוה===
אין {{תנ"ך|בראשית|ג|כ}} האט אדם איר א נאמען געגעבן חוה, {{ציטוטון|וַיִּקְרָא הָאָדָם שֵׁם אִשְׁתּוֹ חַוָּה כִּי הִוא הָיְתָה אֵם כָּל חָי}} - ווייל זי איז געווען די מאמע פון אלע לעבעדיגע. חוה איז אויפ'ן פלאץ פון "חיה", אז זי ברענגט לעבן פאר אירע קינדער{{הערה|רש"י און אבן עזרא.}}, און זי מוטשעט זיך צו האבן קינדער, נארוואס ווערנדיג געשאלטן בעצם תלדי בנים{{הערה|אור החיים הק'.}}. [[רבי שמשון רפאל הירש]] לייגט צו אז דערפאר ווערט זי גערופן חוה מיט א' און נישט חיה, וויבאלד אויך רוחניות'דיגע לעבן שטעלט די מאמע צו, פונעם לשון יחווה דעת{{הערה|[https://mg.alhatorah.org/Parshan/R._S.R._Hirsch/Bereshit/3.20#m7e0n6 רש"ר הירש עה"ת, בראשית ג, כ].}}.
 
אין מדרש שטייט אז חוה איז פון לשון חויא - א שלאנג, וויבאלד זי האט זיך זיך געלאזט איבעררעדן און איבערגערעדט אדם לויט די עצה פונעם [[נחש הקדמוני]]{{הערה|שם=רבהכיא|{{מדרש רבה|בראשית|כ|יא}}.}}{{הערה|{{זוהר|חדש|כד|ב|פרשה=בראשית}}.}}, און די כלי יקר לייגט צו אז בעפאר'ן חטא האט זי טאקע געהייסן חיה.


אין גמרא<ref>ברכות סא,א; עירובין יח,א</ref> איז דא א מחלוקת פון רב און שמואל וואס דער צֵלָע איז געווען: איינער האלט אז אין אנהייב האט אדם געהאט צוויי פנימ'ער, פון ביידע זייטן קאפ, און איינס דערפון איז געווארן חוה. דער צווייטער האלט אז איז געווארן פון א וויידל. אין מדרש רבה שטייט אז רבי ירמיה בן אלעזר האט געזאגט אז אדם איז באשאפן געווארן אן [[אנדרוגינוס]].
נאך א פשט אין מדרש איז, אז עס איז א לשון פון "חיווי" - רעדן, "חיוה לה האדם הראשון כמה דורות איבדה" (אדם האט איר דערציילט וויפיל דורות זי האט געמאכט פארלירן){{הערה|שם=רבהכיא}}. די [[רבינו בחיי בן אשר|רבינו בחיי]] זאגט אז אדם האט איר גערופן אזוי וויבאלד זי איז געווען רעדעוודיג, ווי די שטייגער פון פרויען.


[[קאַטעגאָריע:פערזענלעכקייטן אין תנ"ך]]
==רעפערענצן==
{{רעפערענצן}}
{{אילן יוחסין של דמויות ספר בראשית}}
{{ספר בראשית}}
[[קאטעגאריע:פרשת בראשית]]
[[קאַטעגאָריע:פערזאנען אין תנ"ך]]
[[he:חוה]]
[[he:חוה]]
[[קאַטעגאָריע:פרויען אין דער תורה]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 07:33, 27 יוני 2024

חַוָּה איז געווען די ערשטע פרוי און די ערשטע מאמע, זי איז באשאפן געווארן די זעקסטע טאג. חוה איז געווען די פרוי פון אדם הראשון און די מאמע פון קין, הבל און שת, און נאך זין און טעכטער וואס זייער נאמען איז נישט באקאנט. איר נאמען ערשיינט צום ערשטן מאל אין פרשת בראשית, ג, כ. זי ווערט צוויי מאל אנגערופן אין תנ"ך מיט'ן נאמען חוה.

דער באשאף פון חוה

די געשיכטע וויאזוי אדם און חוה זענען באשאפן געווארן ווערט צוויי מאל געשילדערט אין דער תורה, אין בראשית א' ווערט דער באשאף פון חוה געשילדערט אין קורצן צוזאמען מיט'ן באשאף פון אדם הראשון אין די זעקס'טע טאג: ”וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת הָאָדָם בְּצַלְמוֹ בְּצֶלֶם אֱלֹקִים בָּרָא אֹתוֹ זָכָר וּנְקֵבָה בָּרָא אֹתָם”, און דאן דער באשעפער זיי געגעבן די רעכט צו געוועלטיגן איבער די באשעפענישן און געוואוקסן[1]. דאס צווייטע מאל, אין בראשית ב', ווערט געשילדערט ווי דער באשעפער האט באשאפן אדם פון ערד, און אים געלייגט אין גן עדן. ערשט האט ער באשאפן די בעלי חיים און זיי געברענגט צו אדם, און ווען אדם האט געזען אז אלע האבן א פאר און נאר ער האט נישט, האט דער אויבערשטער באשאפן חוה פון אים אליין, צו אוועקנעמען זיין איינזאמקייט: ”לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ; אֶעֱשֶׂה לּוֹ עֵזֶר כְּנֶגְדּוֹ” (עס איז נישט גוט פאר דעם מענטש צו זיין אליין, איך וועל מאכן פאר אים א העלפער צו זיין זייט)[2]. דער באשעפער האט אריינגעווארפן אדם אין א טיפן שלאף, דאן האט ער גענומען פון א זייט פון אדם - "אַחַת מִצַּלְעֹתָיו", און דערפון באשאפן חוה, דאן פארדעקט די אנטבלויזטע פלייש פון אדם[3].

אין גמרא[4] איז דא א מחלוקת פון רב און שמואל וואס דער צֵלָע איז געווען: איינער האלט אז אין אנהייב איז אדם געווען צוזאמגעשטעלט פון צוויי גופים, פון ביידע זייטן, און איינס דערפון איז געווארן חוה. דער צווייטער האלט אז אדם האט געהאט וויידל וואס פון דעם איז זי באשאפן געווארן. טייל מדרשים זאגן אבער אז "צלע" מיינט מען די בוכשטעבליכע מיינונג - א ריפביין[5], אין מדרש רבה שטייט אז רבי ירמיה בן אלעזר האט געזאגט אז אדם איז באשאפן געווארן אן אנדרוגינוס[6].

נאמען

מען טרעפט אין די תורה צוויי מאל דערמאנט די נאמען חוה[7], און די איבריגע מאלן ווערט זי דערמאנט מיט'ן נאמען "אִשָׁה". ביידע נעמען זענען געגעבן געווארן דורך אדם, און די סיבות פאר די נעמען ווערט געשילדערט אין די תורה, מאכנדיג חוה אלס די איינציגע פרוי וואס די תורה איז מסביר דעם נאמען.

אשה

אין בראשית ב, כג, ווען אדם טרעפט חוה נאכ'ן זיך ערוועקן רופט ער אויס: ”זֹאת הַפַּעַם עֶצֶם מֵעֲצָמַי וּבָשָׂר מִבְּשָׂרִי לְזֹאת יִקָּרֵא אִשָּׁה כִּי מֵאִישׁ לֻקֳחָה זֹּאת”.

חוה

אין בראשית ג, כ האט אדם איר א נאמען געגעבן חוה, ”וַיִּקְרָא הָאָדָם שֵׁם אִשְׁתּוֹ חַוָּה כִּי הִוא הָיְתָה אֵם כָּל חָי” - ווייל זי איז געווען די מאמע פון אלע לעבעדיגע. חוה איז אויפ'ן פלאץ פון "חיה", אז זי ברענגט לעבן פאר אירע קינדער[8], און זי מוטשעט זיך צו האבן קינדער, נארוואס ווערנדיג געשאלטן בעצם תלדי בנים[9]. רבי שמשון רפאל הירש לייגט צו אז דערפאר ווערט זי גערופן חוה מיט א' און נישט חיה, וויבאלד אויך רוחניות'דיגע לעבן שטעלט די מאמע צו, פונעם לשון יחווה דעת[10].

אין מדרש שטייט אז חוה איז פון לשון חויא - א שלאנג, וויבאלד זי האט זיך זיך געלאזט איבעררעדן און איבערגערעדט אדם לויט די עצה פונעם נחש הקדמוני[11][12], און די כלי יקר לייגט צו אז בעפאר'ן חטא האט זי טאקע געהייסן חיה.

נאך א פשט אין מדרש איז, אז עס איז א לשון פון "חיווי" - רעדן, "חיוה לה האדם הראשון כמה דורות איבדה" (אדם האט איר דערציילט וויפיל דורות זי האט געמאכט פארלירן)[11]. די רבינו בחיי זאגט אז אדם האט איר גערופן אזוי וויבאלד זי איז געווען רעדעוודיג, ווי די שטייגער פון פרויען.

רעפערענצן