אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שמעון שמואל פרוג"

ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
ק (צולייגן לינק צו ישראל צינבערג)
 
(23 מיטלסטע ווערסיעס פון 6 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
{{דעסקריפציע||ענגליש = multi-lingual Russian poet, lyricist and author|העב=משורר יהודי שכתב בעיקר ברוסית ויידיש|דייטש=russischer jüdischer Volksdichter|}}
[[טעקע:Frug Shimon.jpg|קליין|פארטרעט פון שמעון פרוג]]
[[טעקע:Frug Shimon.jpg|קליין|פארטרעט פון שמעון פרוג]]
'''שמעון שמואל פרוג''' ([[רוסיש]]: Семён Григорьевич Фруг; {{ר}}1860, יידישע לאנדווירשטשאפטלעכע קאָלאָניע [[באבראווי קוט|באָבראָווי קוט]], כערסאָנער געגנט, [[רוסלענדישע אימפעריע]] – 1916, [[אָדעס]]) איז געווען א ייִדישער דיכטער, וועלכער האָט געשריבן איבערהויפּט אויף רוסיש און אויף [[יידיש]], איינער פון די וויכטיקסטע דיכטער פון דער באוועגונג "חיבת ציון".  אָבער זײַן ראָליע אין דער ייִדישער ליטעראטור איז ניט באגרענעצט מיטן אידעאָלאָגישן אינהאלט פון זײַנע ווערק.  
'''שמעון שמואל פרוג''' ([[רוסיש]]: Семён Григорьевич Фруг; {{ר}}1860, יידישע לאנדווירשטשאפטלעכע קאָלאָניע [[באבראווי קוט|באָבראָווי קוט]], כערסאָנער געגנט, [[רוסלענדישע אימפעריע]] – 1916, [[אָדעס]]) איז געווען א ייִדישער דיכטער, וועלכער האָט געשריבן איבערהויפּט אויף רוסיש און אויף [[יידיש]], איינער פון די וויכטיגסטע דיכטער פון דער באוועגונג "חיבת ציון".  אָבער זיין ראָליע אין דער ייִדישער ליטעראטור איז ניט באגרעניצט מיטן אידעאָלאָגישן אינהאלט פון זיינע ווערק.  


דער בארימטער היסטאָריקער פון דער ייִדישער ליטעראטור ישראל צינבערג האָט געשריבן, אז "פרוג איז דער ערשטער לויט דער צײַט ייִדיש-שפּראכיקער דיכטער מיט א בולט אויסגעדריקטער אינדינווידועלקייט; ער האָט געגעבן דעם ייִדישן פערז שיינקייט פון מעלאָדישקייט, וועלכע זײַנען געווען אומבאקאנט פריִער". יעקב בירענבוים, איינער פון די רעדאקטאָרן פונעם "לעקסיקאָן פון דער נײַער ייִדישער ליטעראטור" האָט געשריבן וועגן פרוגס שעפערישן אויפטו: פרוגן איז אויסגעקומען דורכצופירן אין דער ייִדישער פּאָעזיע א מעשה-בראשית, אוועק פון פארטיקן און אָנהייבן קנעטן און פורעמען דאָס ליד אויפסנײַ אין א פּאָעזיע, וואָס האָט ניט געוווּסט פון מאָדערניזם". אויך אין זײַן רוסיש-שפּראכיקע שאפונג איז געווען הויך אָפּגעשאצט. [[שאָול טשערניכאָווסקי]] האָט געהאלטן, אז "איר אויפבלי האָט די רוסיש-ייִדישע ליטעראטור דערגרייכט אין שמעון שמואל פרוגס לידער". פרוגס דיכטונג האָט משפּיע געווען אויף די קלאסיקער פון דער הײַנטצײַטיקער העברעיִשער דיכטונג [[חיים נחמן ביאליק]] און שאָול טשערניכאָווסקי און אויף אנדערע ייִדישע און העברעיִשע דיכטער פון זייער דור. יוסף גדליה קלויזנער האָט געשריבן אין זײַן ארטיקל וועגן פרוגס דיכטונג, אז "ער איז א גאָלדענער רינג צווישן גאָרדאָן און ביאליק. גאָרדאָן איז נאָך זײַן לערער, און וואָס איז שייך צו ביאליקן און טשערניכאָווסקין, אין ביִאָגראפיעס סײַ פון דעם סײַ פון יענעם קען מען געפינען, אז פרוג האָט געהאט א באדײַטנדיקע השפּעה אויף אָט די צוויי באנײַער פון דער העברעיִשער דיכטונג". במשך פון זײַן גאנצן שעפערישן וועג האָט פרוג געשריבן אויף ייִדיש און אויף רוסיש, נאָר שטארבנדיק האָט ער אָנגעשריבן עטלעכע לעצטע לידער זײַנע אויף העברעיִש.
דער בארימטער היסטאָריקער פון דער ייִדישער ליטעראטור [[ישראל צינבערג]] האָט געשריבן, אז "פרוג איז דער ערשטער לויט דער צייט ייִדיש-שפּראכיגער דיכטער מיט א בולט אויסגעדריקטער אינדינווידועלקייט; ער האָט געגעבן דעם ייִדישן פערז שיינקייט פון מעלאָדישקייט, וועלכע זענען געווען אומבאקאנט פריִער". יעקב בירענבוים, איינער פון די רעדאקטאָרן פונעם "לעקסיקאָן פון דער נייער ייִדישער ליטעראטור" האָט געשריבן וועגן פרוגס שעפערישן אויפטו: פרוגן איז אויסגעקומען דורכצופירן אין דער ייִדישער פּאָעזיע א מעשה-בראשית, אוועק פון פארטיקן און אָנהייבן קנעטן און פורעמען דאָס ליד אויפסניי אין א פּאָעזיע, וואָס האָט ניט געוואוּסט פון מאָדערניזם". אויך אין זיין רוסיש-שפּראכיגע שאפונג איז געווען הויך אָפּגעשאצט. [[שאָול טשערניכאָווסקי]] האָט געהאלטן, אז "איר אויפבלי האָט די רוסיש-ייִדישע ליטעראטור דערגרייכט אין שמעון שמואל פרוגס לידער". פרוגס דיכטונג האָט משפּיע געווען אויף די קלאסיקער פון דער היינטיגער העברעאישער דיכטונג [[חיים נחמן ביאליק]] און שאָול טשערניכאָווסקי און אויף אנדערע ייִדישע און העברעאישע דיכטער פון זייער דור. יוסף גדליה קלויזנער האָט געשריבן אין זיין ארטיקל וועגן פרוגס דיכטונג, אז "ער איז א גאָלדענער רינג צווישן גאָרדאָן און ביאליק. גאָרדאָן איז נאָך זיין לערער, און וואָס איז שייך צו ביאליקן און טשערניכאָווסקין, אין ביִאָגראפיעס סיי פון דעם סיי פון יענעם קען מען געפינען, אז פרוג האָט געהאט א באדייטנדיקע השפּעה אויף אָט די צוויי באנייער פון דער העברעאישער דיכטונג". במשך פון זיין גאנצן שעפערישן וועג האָט פרוג געשריבן אויף ייִדיש און אויף רוסיש, נאָר שטארבנדיק האָט ער אָנגעשריבן עטליכע לעצטע לידער זיינע אויף העברעאיש.




שורה 9: שורה 10:
<!-- לייגט לינקען צו אנדערע וויקיפעדיע בלעטער מיט פארבינדענע ענינים-->
<!-- לייגט לינקען צו אנדערע וויקיפעדיע בלעטער מיט פארבינדענע ענינים-->


==פון זײַנע ביכער==
==פון זיינע ביכער==
* שמעון שמואל פרוג, לידער און געדאנקען, אָדעס, 1896.
* שמעון שמואל פרוג, לידער און געדאנקען, אָדעס, 1896.


אלע שריפטן פון ש.פרוג אין דרײַ בענדער, ניו-יאָרק, 1927
אלע שריפטן פון ש.פרוג אין דריי בענדער, ניו-יאָרק, 1927


שמעון-שמואל פרוג, אויסגעקלעבענע שריפטן, בוענאָס-אײַרעס, 1972
שמעון-שמואל פרוג, אויסגעקלעבענע שריפטן, בוענאָס-איירעס, 1972


Стихотворения С.Г.Фруга в трех томах, С.-Петербург, 1897
Стихотворения С.Г.Фруга в трех томах, С.-Петербург, 1897
שורה 23: שורה 24:
<!-- זעט http://yi.wikipedia.org/wiki/וויקיפעדיע:צייגט מקורות -->
<!-- זעט http://yi.wikipedia.org/wiki/וויקיפעדיע:צייגט מקורות -->


==וועבלינקען==
==דרויסנדיגע לינקס==
* [http://benyehuda.org/levinson/frug.html אברהם לעווינסאָן, שמעון שמואל פרוג, אינעם פּראָיקעט "בן יהודה"]  
* [http://benyehuda.org/levinson/frug.html אברהם לעווינסאָן, שמעון שמואל פרוג, אינעם פּראָיקעט "בן יהודה"]  
* זאב (וֶועלוול) טשרנין, "שמעון שמואל פרוג - בין רוסית ליידיש", חוליות: דפים למחקר ספרות יידיש ותרבותה, 6: 99–114, 2000: http://aleph.haifa.ac.il/www/public/fulltext/chuliot/2007/000338822.pdf
* זאב (וֶועלוול) טשרנין, "שמעון שמואל פרוג - בין רוסית ליידיש", חוליות: דפים למחקר ספרות יידיש ותרבותה, 6: 99–114, 2000: http://aleph.haifa.ac.il/www/public/fulltext/chuliot/2007/000338822.pdf
שורה 31: שורה 32:
<!-- קאטעגאריעס -->
<!-- קאטעגאריעס -->
{{גרונטסארטיר:פרוג, שמעון שמואל}}
{{גרונטסארטיר:פרוג, שמעון שמואל}}
[[קאַטעגאָריע:יידישע דיכטער]]
[[קאַטעגאָריע:אידישע דיכטער]]
[[קאַטעגאָריע:רוסישע יידן]]
[[קאַטעגאָריע:רוסישע אידן]]
[[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}
[[he:שמעון פרוג]]
[[קאַטעגאָריע:אוקראינער אידן]]
[[קאַטעגאָריע:יידיש-שפראך דיכטער]]
[[קאַטעגאָריע:רוסישע דיכטער]]

יעצטיגע רעוויזיע זינט 06:42, 10 יולי 2024

פארטרעט פון שמעון פרוג

שמעון שמואל פרוג (רוסיש: Семён Григорьевич Фруг; ‏1860, יידישע לאנדווירשטשאפטלעכע קאָלאָניע באָבראָווי קוט, כערסאָנער געגנט, רוסלענדישע אימפעריע – 1916, אָדעס) איז געווען א ייִדישער דיכטער, וועלכער האָט געשריבן איבערהויפּט אויף רוסיש און אויף יידיש, איינער פון די וויכטיגסטע דיכטער פון דער באוועגונג "חיבת ציון". אָבער זיין ראָליע אין דער ייִדישער ליטעראטור איז ניט באגרעניצט מיטן אידעאָלאָגישן אינהאלט פון זיינע ווערק.

דער בארימטער היסטאָריקער פון דער ייִדישער ליטעראטור ישראל צינבערג האָט געשריבן, אז "פרוג איז דער ערשטער לויט דער צייט ייִדיש-שפּראכיגער דיכטער מיט א בולט אויסגעדריקטער אינדינווידועלקייט; ער האָט געגעבן דעם ייִדישן פערז שיינקייט פון מעלאָדישקייט, וועלכע זענען געווען אומבאקאנט פריִער". יעקב בירענבוים, איינער פון די רעדאקטאָרן פונעם "לעקסיקאָן פון דער נייער ייִדישער ליטעראטור" האָט געשריבן וועגן פרוגס שעפערישן אויפטו: פרוגן איז אויסגעקומען דורכצופירן אין דער ייִדישער פּאָעזיע א מעשה-בראשית, אוועק פון פארטיקן און אָנהייבן קנעטן און פורעמען דאָס ליד אויפסניי אין א פּאָעזיע, וואָס האָט ניט געוואוּסט פון מאָדערניזם". אויך אין זיין רוסיש-שפּראכיגע שאפונג איז געווען הויך אָפּגעשאצט. שאָול טשערניכאָווסקי האָט געהאלטן, אז "איר אויפבלי האָט די רוסיש-ייִדישע ליטעראטור דערגרייכט אין שמעון שמואל פרוגס לידער". פרוגס דיכטונג האָט משפּיע געווען אויף די קלאסיקער פון דער היינטיגער העברעאישער דיכטונג חיים נחמן ביאליק און שאָול טשערניכאָווסקי און אויף אנדערע ייִדישע און העברעאישע דיכטער פון זייער דור. יוסף גדליה קלויזנער האָט געשריבן אין זיין ארטיקל וועגן פרוגס דיכטונג, אז "ער איז א גאָלדענער רינג צווישן גאָרדאָן און ביאליק. גאָרדאָן איז נאָך זיין לערער, און וואָס איז שייך צו ביאליקן און טשערניכאָווסקין, אין ביִאָגראפיעס סיי פון דעם סיי פון יענעם קען מען געפינען, אז פרוג האָט געהאט א באדייטנדיקע השפּעה אויף אָט די צוויי באנייער פון דער העברעאישער דיכטונג". במשך פון זיין גאנצן שעפערישן וועג האָט פרוג געשריבן אויף ייִדיש און אויף רוסיש, נאָר שטארבנדיק האָט ער אָנגעשריבן עטליכע לעצטע לידער זיינע אויף העברעאיש.


זעט אויך

פון זיינע ביכער

  • שמעון שמואל פרוג, לידער און געדאנקען, אָדעס, 1896.

אלע שריפטן פון ש.פרוג אין דריי בענדער, ניו-יאָרק, 1927

שמעון-שמואל פרוג, אויסגעקלעבענע שריפטן, בוענאָס-איירעס, 1972

Стихотворения С.Г.Фруга в трех томах, С.-Петербург, 1897

שירי פרוג (העברעישע איבערזעצונג פון יעקב קאפּלאן), ווארשע, תרנ"ח-תרנ"ט.

שירי שמעון שמואל פרוג (העברעישע איבערזעצונג פון אברהם לעווינסאָן), תל אביב, תש"א.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!