אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:יושע פישמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (החלפת טקסט – "פֿ" ב־"פ")
ק (קרדיט + קטגוריות)
שורה 26: שורה 26:
[[קאַטעגאָריע:יידישיסטן]]
[[קאַטעגאָריע:יידישיסטן]]
[[קאַטעגאָריע:לינגוויסטן]]
[[קאַטעגאָריע:לינגוויסטן]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 17:41, 27 נאוועמבער 2022

שיקל פישמאן ביי איינע פון זיינע אויפטריטן אין אוניווערסיטעטן לטובת א קליינע שפראך

יושע אהרן "שיקל" פישמאן (18טן יולי 1926 פילאדעלפיע1טן מערץ 2015, י' אדר תשע"ה, בראנקס) איז געווען וועלט-בארימט אלס א ברייט-פארצווייגטער ווייט-גרייכנדער יידישיסט און לינגוויסט, אין אמת'ן אריין נישט נאר לטובת יידיש נאר אויך א כללית'דיגער עסקן פאר אלע מיניאריטעט שפראכן.

ער איז געבוירן אין האט געוואוינט אין פילאדעלפיע דארטן זיך געהאדעוועט אין פובליק שולע אבער זיין אידישיסטישער טאטע האט אין אים אנגעצינדן א רייץ אן אהבה צו דער אידישער מאמע לשון - יעדן טאג ביים נאכטמאל האט ער געהאקט אין טיש און געפאדערט פון די קינדער: וואס האט איר היינט אויפגעטאן פאר אונזער יידישער שפראך?!

אלס בחור האט ער געלערנט תורה עם דרך ארץ אין ישיבה אוניווערסיטעט.

אין 1948 איז ער געווען א תלמיד פון דעם גרויסן יידישן לינגוויסט מאקס וויינרייך.

ער האט באקומען א דאקטאר טיטל אין דער שטודיע פון מיניאריטעט חינוך.

אין 1951 האט ער געהייראט געלא שווייד (1925-2017).

ער איז געווען אן סגן פראפעסער אויף פסיכיאלאגיע אין די אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע און האט שפעטער פארנומען א סך פראפאסארישע שטעלעס אין פארשידענע אוניווערסיטעטן ארום אמעריקע אינעם לינגוויסטיק געביט.

ער האט שוין אפגעשריבן הונדערטער ווערק און ארטיקלען לגבי וויאזוי צו ראטעווען - און בכלל ארום דעם מצב פון קליינע שפראכן.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!