אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מנחם מענדל אייכנשטיין"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
ק (החלפת טקסט – "׳" ב־"'") |
||
שורה 40: | שורה 40: | ||
[[קאַטעגאָריע:זידיטשויווער | [[קאַטעגאָריע:זידיטשויווער רבי'ס]] |
רעוויזיע פון 04:34, 23 נאוועמבער 2022
רבי מנחם מענדל אייכנשטיין זצ"ל (ה'ת"ר - י"א אדר ה'תרס"א), רבי אין זידיטשוב.
אפשטאם
רבי מענדל איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), דער פינפטער זון צו זיין פאטער, הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין רבי אין זידיטשוב, באקאנט אלס דער מהרי"א, א זון פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין רב אין זידיטשוב, דער פערטער זון פון הרב יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין.
ווען רבי מענדל איז געבוירן איז רבי מענדעלע פון רימאנאוו געקומען צו זיין פאטער אין חלום אין אים געזאגט, ער זאל א נאמען געבען זיין קינד נאך אים, ווייל ער דארף צוריק אראפקומען אויף דער וועלט פארעכטען דעם "חוטם".
רבנות
רבי מענדל איז געווען א גרויסער גאון מיט אן אויסערגעווענלכן זכרון, ווען זיין פאטער איז אלט געווארן האט רבי מענדל אויסגעפירט די דברי תורה.
נאך זיין חתונה איז רבי מענדל געווען רב אין מיקאלייעוו, פון יאר ה'תרמ"ד איז ער געווען רב אין זידיטשוב.
הסתלקות
רבי מענדל איז נפטר געווארן י"א אדר ה'תרס"א.
פאמיליע
רבי מענדל האט געהייראט מרת פריע א טאכטער פון הרב רבי חיים אברהם רעדליך פון מיקאלייעוו, אן איידעם פון הרב מאיר פון פרעמישלאן. זייערע קינדער:
- מרת שרה שלאמצא, די ווייב פון הרב ברוך רובין, פון בריזדאוויץ.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב דוד מארילעס, פון יעראסלאוו.
- מרת אסתר ליבא, די ווייב פון הרב יצחק הורוויץ, פון סטיטשין.
- מרת חנה, די ווייב פון הרב מאיר פרידלענדער.
זיינע ספרים
- אדם וחוה ותולדותיהם
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר